בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:49 pm
דורך נייגעריגער
ס'ווענדט זיך שטייצעך אויף ווי לאנג דו ביסט נאך געלאקט אינעם קאנטרעקט, ווייל אויב ס'איז נאך פאר א היבשע וויילע דאן לוינט זיך דיר שוין מסתמא צו עפענען א נייעם קאנטרעקט און דענסמאל קענסטו באקומען א פאון פאר $50.00 אדער נאך ביליגער.
נו, איז פארצייל אויף ווי לאנג איז נאך ס'קאנטרעקט?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 10:07 pm
דורך ידען
יעצט בינעך נישט אין קאנטרעקט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 10:12 pm
דורך נייגעריגער
דער סעל וואס דיין חבר וויל דיר פארקויפן פאר $300 איז אין א קאנטרעקט? זוי האב'ך פארשטאנען פון דיינע ווערטער פריער, קארעקט מי איף איי גאט יו ראנג!

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:08 pm
דורך ידען
נייגעריגער האט געשריבן:דער סעל וואס דיין חבר וויל דיר פארקויפן פאר $300 איז אין א קאנטרעקט? זוי האב'ך פארשטאנען פון דיינע ווערטער פריער, קארעקט מי איף איי גאט יו ראנג!

כאב נישט באמערקט אז דו האסט מיך גענפערט. יעצט בינעך אזוי אויפגערגט אויף מיין בלעקבערי אז איך האב עס כמעט אראפ געפלאשט פריער.

מיין חבר אפשר איז אויף א קאנטרעקט אבער ער זאגט מיר אז ער קען עס לייגען אויף מיין ליין און איך מיז איהם ענפערען ווי שנעלער אויב נישט וויל ער עס פארקויפען פאר א צווייטען. ער איז גרייט אויף 250 ווייל ער מיך א גוטע חבר.

ער האט מיך עס געוויזען און אויזער bbm and bbg זעהט עס אויס א מחי' אבער איך טראכט אז אפשר זאלעך ווארטען אויף די נייע בלעקבערי וואס מע זאגט אז סע זייער גוט?

וואס טוה איך?

איין זאך וואס איך טראכט אז סע בעסער ביי איהם ווייל אזוי בינעך נישט אין א קאנטרעקט מיט קיינעם און אויב ספרינט וועט נישט בעסער ווערען וועלעך קענען גיין צו א אנדערע קאמפאני.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:16 pm
דורך חשבון
פלאשן זאלסטו זיכער נישט. נאכדעם וועסטו דארפן עפענען א נייע אשכול וועלכע קאמפעני טוילעטס זענען די בעסטע

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:21 pm
דורך נייגעריגער
קוקט אויס אן אייזענע דיעל.
אבער דער אריבערגאנג פון בב [דער פיזיקל קיבארד, און נאך זאכן וואס איך ווייס נישט פונקטליך ווייל כ'האב עס קיינמאל געהאט... ] קען זיין היבש א שווערע.
און אויכעט דאס וואס דו שרייבסט אז אויב העסטו נישט זיין צופרידן פון ספרינט העסטו קענען טוישן קעריער, איז גארנישט אזוי פשוט ווייל דער פאון איז געלאקט צום ספרינט נעטוארק.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:24 pm
דורך ידען
די קיבארד רעט ער מיך איין אז כעל מיך צוגעוויינען. איינער דא האט שוין געטוישט אזוי?

די סעלפאן וועט טאקע זיין געלאקט צו ספרינט אבער איך וועל נישט מיזען זיין אין א קאנטרעקט.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:15 pm
דורך געפילטע פיש
רוב מילאנען מענטשען וואס נוצן אייפאנס און ענדרויד'ס קומען אויך פון פיזיקאלע קיבאורדס, און זיי האבן זיך שיין צוגעוויינט, אפילו בלעקבערי אליינס האט שוין אויך ארויסגעגעבן א פאון אן א קיבאורד.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:43 pm
דורך נייגעריגער
ידען האט געשריבן:די סעלפאן וועט טאקע זיין געלאקט צו ספרינט אבער איך וועל נישט מיזען זיין אין א קאנטרעקט.

מיינסט צו זאגן אז וועסט דראפן [אויב ס'וועט אויספעלן] דער קעריער מיטן פאון בינאזאם?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:51 pm
דורך ידען
יא

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 3:54 pm
דורך ידען
כאב יעצט באקומען א קאל פון מיין חבר אז כאב איהם צוגעזאגט אז פאר שבת וועלעך ענפערען פאר איהם אויב איך קויף די סעלפאן, און אויב נישט קען ער פארקויפעם אין שיל, נישט אים שבת גערעט...

ביי די galaxy 4 אשכול האבעך שוין געפרעגט אויב יענץ איז בעסער.

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 4:04 pm
דורך נייגעריגער
איך וואלט דיר געראטן יא צו נעמען דעם דיעל!
דער עס4 איז טאקע בעסער, אבער אז דו זוכסט דער בעסט וועסטו דאך קיינמאל פערטיג ווערן!!!! קענסט עס זעהן אין דעם אשכול פון געלעקסי עס4, אז יעצט זאגט מען אז דער HTC one איז סאך בעסער ואיכא דאמרי אז אפילו דער בב10 איז בעסער, עיין שם.
ווייטער דא האסטו א גוטע פרייז, די אנדערע אויב ווילסטו עס אן א קאנטראקט קאסט עס ממון ודמים.
דעטס מיי אפיניען!

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 11:29 pm
דורך ידען
מארגען באקום איך די נייע סעלפאן.

ישר כח פאר יעדער וואס האט מיך געהאלפען דא.

סע שוין דא א אשכול פאר העלפ מיט נייע סעלפאנס?

ווייל איך וועל זעכער האבען א סאך צו פרעגען וועגען עס.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 11:34 pm
דורך נייגעריגער
אדרבה! אויב ס'איז נישט דא עפן דו און דער עולם וועט העלפן!

אויב מאכסטו אזוינס מעלד דא א לינק דערצו!

הצלחה רבה! כ'האף וועסט ענדזשויען!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 10:43 am
דורך ידען
איך האב עס.

ווער סע האט מיך עס פארקויפט שרייבט זיכער נישט,.

איך דארף מורא האבען אויב מע וועט געוואר ווערען ווער איך בין?
ער קען זאגען פאר וועם ער האט פארקויפט און מע וועט וויסן אז איך בבין עס.

איך ציטער.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 10:47 am
דורך ידען
נייגעריגער האט געשריבן:אדרבה! אויב ס'איז נישט דא עפן דו און דער עולם וועט העלפן!

אויב מאכסטו אזוינס מעלד דא א לינק דערצו!

הצלחה רבה! כ'האף וועסט ענדזשויען!

ענדרויד העלפ אדער געלעקסי העלפ אשכול?

אויב סישוין דא אזא אשכול זאל מען לייגען דא די לינק צו עס.

איך זעה אז די געלעקסי איז א ריזיגע סעלפאן און די בלעקבערי איז א בעבי צו עס. סע אבער זייער קלאר די סקרין און עפענט זיך זייער שנעל אויף.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:24 am
דורך נייגעריגער
ערשט מאך אויף א "נייע באנוצער - געלעקסי הילף" אשכול!
א יב ס'איז שוין דא וועט מען שוין אהינלינקען!
געדענק אהערצוברענגן א לינק פון דיין אשכול [פשוט ווייל דעס באקום איך אפדעיטס]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:08 pm
דורך ידען
א גרויסע ישר כח פאר נייגעריגער.
דא האבעך געמאכט די אשכול

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=35&t=3282

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:12 am
דורך אברמי פון בארא פארק
גאלד האט געשריבן:איך האב לעצטנס געטוישט פון blackberry/sprint, צו android/metropcs,

לאמיך אייך זאגן איין זאך

איך בין זיך מחי'!!!

די בעסטע דעסיזשען וואס איך האב נאר געקענט מאכן,

כאב אריינשפאצירט און א metropcs געשעפט זיי האבן מיר געמאכט די טויש און אונטער 15 מינוט, אריבערגעברענגט מיין אלטער פאון נומער, אלע קאנטעקטס

ס'קאסט קיין פעני מער ווי $30 און איך מאך וויפיל קאללס איך וויל און וויל טעקסט מעסעטשעס איך וויל, זייער פיינע קאווערעדש, אפסטייט דאוןסטייט, עכ"פ פאר מיר זיכער

ספרינט האט געריסן געלט פון מיר ווי זיי האבן נאר געקענט מיט fees taxes' מיט ווייסעך וואס נאך, א 69.99 דיל האט לעולם געמיינט א $90 סבאמת געווען א ווייטאג

איך מוז מודה זיין די בלעקבערי פאון איז בעסער מיט ד געהעריגע קיבארוד, אבער פאר מיר איז עס נישט ווערד די ביסל באקוועמליכקייט

וואס טוט זיך מיט אינטערנעט, וויפיל דאטא באקומסטו פאר 30 דאללאר?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 11:47 am
דורך גאלד
אברמי פון בארא פארק האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:איך האב לעצטנס געטוישט פון blackberry/sprint, צו android/metropcs,

לאמיך אייך זאגן איין זאך

איך בין זיך מחי'!!!

די בעסטע דעסיזשען וואס איך האב נאר געקענט מאכן,

כאב אריינשפאצירט און א metropcs געשעפט זיי האבן מיר געמאכט די טויש און אונטער 15 מינוט, אריבערגעברענגט מיין אלטער פאון נומער, אלע קאנטעקטס

ס'קאסט קיין פעני מער ווי $30 און איך מאך וויפיל קאללס איך וויל און וויל טעקסט מעסעטשעס איך וויל, זייער פיינע קאווערעדש, אפסטייט דאוןסטייט, עכ"פ פאר מיר זיכער

ספרינט האט געריסן געלט פון מיר ווי זיי האבן נאר געקענט מיט fees taxes' מיט ווייסעך וואס נאך, א 69.99 דיל האט לעולם געמיינט א $90 סבאמת געווען א ווייטאג

איך מוז מודה זיין די בלעקבערי פאון איז בעסער מיט ד געהעריגע קיבארוד, אבער פאר מיר איז עס נישט ווערד די ביסל באקוועמליכקייט

וואס טוט זיך מיט אינטערנעט, וויפיל דאטא באקומסטו פאר 30 דאללאר?



unlimited

250MB 4GLT +

but i'm not sure if they still offer this $30 promo deal

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:24 pm
דורך ישמעאל הכהן
וועלכע פריפעיד קעריער האט די בעסטע סערוויס קאוורידזש אין ברוקלין, פעידזש פלאס? מעטרא? אדער ווירדזשין?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:28 pm
דורך מצטמק ויפה
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וועלכע פריפעיד קעריער האט די בעסטע סערוויס קאוורידזש אין ברוקלין, פעידזש פלאס? מעטרא? אדער ווירדזשין?

אוודאי פעידזש פלאס, ווייל עס ארבעט דורך ווערייזען.

װערײזען אדער עי טי ענד טי?

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 12:15 am
דורך petergrifin
איך װיל אפגאפלען פון ספרינט און טוישן קעריערס. יעצט איך מוז האבן גוטע סערװיס אין די פײװ באראס און בעיקר אויף װי װײט מעגליך
אין בעיסמענטס פאר די ארבײט (און פאר מײנע נערװען). װערײזען סערװיס האב איך געזען ארבײט סאך בעסער
פון ספרינט אפילו אין קעלערס. (עפ״י רוב).
טי מאביל האב איך געזען ארבײט װי א פלאץ דאס הײסט אדער ארבײט עס פעסט אדער גארנישט. װיל איך װיסן אויב at&t סערװיס
איז אזוי װערײזען אדער בעסער/שװאכער. אין א לעצטיגע נאציאל שטודיע איז at&t געװען אונטערשטעליג פון װערײזען מיט אונטער
אײן פראצענט אבער דאס איז לכאורה אװעראל, װיל איך װיסן װעגן זײערע סערװיס דא אין NYC.

שיעור פארגעסן װערײזען װעט מיך קאסטן מיט בערך $15 ביליגער א חודש.
סליחה פאר אזא לאנגע אריכות פאר א קלײנע פראגע.