בלאט 3 פון 3

שבועות

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 4:58 pm
דורך [NAMELESS]
עס שטייט און פסוק/ספירה ציילן : וספרתם לכם ממחרת השבת וכו. עד ממחרת השבת השביעית תספרו חמישים יום ,

שטייט אין בראשית רבה : ויצא קין מלפני ה'. יצא שמח - אויפגעהייטערט ,ובאותה שעה פגע בו זיין טאטע אדם. און פרעגט אים ולשמחה מה זו עושה ..? האט קין געזאגט איך האב תשובה געטון און זיך פארגליכן מיט גאט ,ווען אדם האט דאס געהערט האט ער אויפן פלאץ אנגעהויבן זינגען מזמור שיר ליום השבת ! , פארשטיי איך נישט , ווילסט תשובה טון ? געזונטערהייט. וואס קומט דא אריין מזמור שיר ליום השבת ..?

מען קען אבער מסביר זיין בדרך דרוש. עס שטייט אין מנחות די חילוק צווישן די צידוקים וביתוסים און די חכמים , זיי האלטן כפשוטו ממחרת השבת מיינט פון א שבת נאך פסח. גאנצע זיבן וואכן ביז א שבת נאך שבועות , ווידעראום חכמינו ז"ל האלטן שבע שבועות מיינט פון מוצאי פסח ביז שבועות (גראדע דאס יאר זענען זיי גלייך מיט אונז !)

און אין בראשית רבה שטייט אז ר' יהושע האלט דבניסן נברא העולם און אז הבל האט געלעבט פון פסח ביז שבועות . קומט אויס אז די טאג וואס השם האט געפרעגט פון קין "היכן הבל אחיך" ? איז געווען שבועות. און אין יענע שבועות האט אים אדם געטראפן און באשלאסן תשובה צו טון ,

און עס שטייט אין סנהדרין אז אדם הראשון צדוקי היה ! און אז ער האט געהערט מפי קין ווי גרויס תשובה איז. און ער וויל אויך תשובה טון איז נישט מער ווי נארמאל אז תשובה מיינט מודה זיין לדברי חכמינו ז"ל !

און וויבאלד דעמאלדס איז געווען יו"ט שבועות , האט ער אנגעהויבן דווקא מזמור שיר ליום השבת צו ארויס צייגן שנכון דברי רבותינו אז ספירה גייט אן ביז שבועות און נישט כפשוטו של מקרא ביז א שבת נאך שבועות , וממילא צו ווייזן אז דייקא שבועות ווערט אנגערופן אין די תורה "עד שבת השביעית"....!!

בלק

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 5:28 pm
דורך [NAMELESS]
ווי קען מען פארגעסן פון די באקאנטע תורה-דזשאק וואס די רבי'ס אין חדר האבן געריטן יאר איין יאר אויס אויף די גוד לוקינג קינדער ?
בלק = אז מען מאכט זיך שיינע לאקעלעך. בן ציפור = איז מען יענטס פויגל ....

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 6:01 pm
דורך געוואלדיג
עס איז נישט א דזשאוק, עס שטאמט פון הרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאן

Re: גוטע ווערטער בפרשת השבוע

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 1:28 pm
דורך ונבנתה העיר
בילד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:22 pm
דורך געוואלדיג
פענח רזא ווערט געברענגט אויך אין מהרש"א חגיגה ג.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 6:34 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב פריער געלערנט אביסל חומש, וועל איך מעלה זיין אפאר הירהורים, טאקע נישט קיין 'גוטע ווערטער', אבער אז עס שלאפט קען איך דאך אריינווארפן מיינע חלומות.


והי' כי תצא למלחמה. אלע מוטשענען זיך, והי' איז דאך א לשון שמחה, נו, דא רעדט מען דאך פון גיין אין קריג, אפגערעדט ע"פ פוילן אז בזמה"ז איז דער פשוטער פשט אויף מלחמת היצר, איז וואס איז די שמחה?

בשם אב"ד יארמע האביך אמאל געהערט פארענטפערן אז ס'שטייט טאקע נישט והי'...

---------

ביי יפת תואר זאגט רש"י אז די גוי'אישע טעכטער פלעגן זיך מתקשט זיין במלחמה להזנות אחרים עמהם. ווער זענען די אחרים? די אייגענע? די אידן?

פארוואס האבן זיי עס געטון? מכשיל צו זיין בחטא בשעת סכנה?

---------

בן סו"מ ווערט גע'הרג'עט ע"ש סופו מוטב שימות זכאי משימות חייב, סוף שמכלה ממון אביו ואינו מוצא לימודו גייט ער ארויס מלסטם זיין הבריות [דאכציך אז מ'שטעלט זיך אז לסטיות האט נישט קיין חיוב מיתה. פשוט מיינט עס מסתמא אז ער וועט הרג'ענען].

אין ירושלמי ענדיגט ער די שפיץ פונעם גאנצן דאמינאו עפעקט: סופו שמשכח תלמודו.

בעל בית'יש איז עס לכאורה עפעס א פליטת קולמוס פון 'אינו משכח לימודו', וואס ער איז געוואוינט.

-----------

אין ב"מ רעדט די גמ' [כ'מיין ר' ישמעאל] צו מען מעג חוסם זיין די פרה מבחוץ און אריינשיקען אין פעלד [טאקע אויך די וואך], זאגט ער אים מבית אביך אתה למד אז א כהן טאר נישט טרינקען מבחוץ און אריינגיין אין ביהמ"ק.

ר"י פיק אויפן גליון על אתר צייכנט צו א פולישע הערה צו די גמ' סנהדרין וואו ס'שטייט אז א בן סו"מ לא הי' ולא יהי', זאגט דער זעלבער מ"ד אני ראיתיו וישבתי על קברו. נו, אויב איז ער געווען א כהן ווי האט ער געמעגט זיצן ע"ק?...

----------

הקם תקים עמו, זאגט רש"י אז אויב זעצט זיך יענער אוועק און זאגט הואיל ועליך מצוה וכו' ביסטו פטור ווייל ס'שטייט עמו.

קומט אויס אז למעשה ווען א בעה"ב טוט אזוי איז טאקע נישט 'עליך מצוה'. פונעם לשון איז אבער משמע אז אפי' ס'איז יא דא די מצוה המקורית קומט 'עמו' און פטר'ט פון אזא שגץ.

----------

לא ילבש גבר. מעודי לא הבנתי פון וואו ס'נעמט זיך דער טעות פון לא תלבש.

--------

ר"י עמדין שרייבט אז א בע"ת וועלכער האט זיך געהאלטן אלס א מדקדק האט געזאגט ביי מעריב ושמור צֵאָתֵינוּ. האביך אים געזאגט: ושבת וכיסת את צֵאָתֶיךָ...

-----------

רש"י זאגט אז די דין שנה ראשונה גייט נישט נאר אויף נשא אשה, נאר אויך אויף חנך בית און חילל כרם.

---------

א פסוק אין די היינטיגע סדרה ווערט - נישט מער וּווייניגער - געקוואוט אין ספר מלכים: וְאֶת בְּנֵי הַמַּכִּים לֹא הֵמִית כַּכָּתוּב בְּסֵפֶר תּוֹרַת מֹשֶׁה אֲשֶׁר צִוָּה יְהוָה לֵאמֹר לֹא יוּמְתוּ אָבוֹת עַל בָּנִים וּבָנִים לֹא יוּמְתוּ עַל אָבוֹת כִּי אִם אִישׁ בְּחֶטְאוֹ ימות [יוּמָת].

-----------

והחזיקה במבושיו, דער א"ע זאגט אז ס'איז א מקום סכנה.

--------

תמחה את זכר עמלק. דער מלמד פון יואב בן צרויה האט געזאגט אין חדר תמחה את זָכָר עמלק. שפעטער האט ער וועגן דעם געלאזט לעבן די נקבות און דוד המלך האט געוואלט הרג'ענען דעם מלמד.

דר"א, צרויה איז די מאמע פון יואב, און איז א שוועסטער פון דוד המלך.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:31 pm
דורך מודיעין
זייער שיינע הערות פנינינים יקרים מפז. איך האב שוין יענעם טאג געוואלט מגיב זיין, נאר לא איסתייעא מילתא.

דיין שאלה פארוואס זיי האבן מקשט געווען די טעכטער, קען זיין מושך צו זיין את לב השונא בדברים שנפשו של אדם מחמדתן, און אזוי וועלן זיי נישט געהעריג לוחם זיין און עווענטועל פארלירן די מלחמה.


און די ירושלמי בנוגע הבן סורר ומורה, הפני משה גורס לבסוף משבח תלמודו, דאס טייטש אז ער זיכט נאכצוגיין זיי רגילות.


און בנוגע קושיית ר"י פיק האב איך געזען צוצייכענען א פוילישען תירוץ, דהתוס' בב"ק ט"ז: אומר דעל קברו מיינט נישט ממש, נאר ברחוק ד' אמות.


און די מעשה מיט יואב זעט אויס אין די גמ' אז נישט דוד האט אים געוואלט הרג'נען נאר יואב, און איין מ"ד האלט אז ער האט נישט נאר געוואלט, נאר האט מקיים פסק געווען בפועל ממש.

כי תבוא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 6:54 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב פריער געלערנט אביסל חומש, וועל איך מעלה זיין אפאר הירהורים, טאקע נישט קיין 'גוטע ווערטער', אבער אז עס שלאפט קען איך דאך אריינווארפן מיינע חלומות.


מראשית ולא כל ראשית. שוין צוגעברענגט רש"י אין נחמי' אז מדרבנן ברענגט מען פון אלע מינים, דבר שלא נשמע מעולם.

----------

ואמרת אליו הגדתי היום, שאיני כפוי טובה. ערשט שפעטער הייבט זיך אן די אפיציעלע אמירה, ארמי אובד. לכאורה מיינט עס אז בהבאה זו זאג איך וכו', נישט אן אמירה כפשוטו.

כזה אני מפרש ביי מ"ת הגבול אומר להם מ'זאל זיך נישט דערנענטערן. נישט אן אמירה בפועל.

----------

ארמי אובד אבי. דער א"ע און ספורנו לערנען אז ארמי גייט אויף יעקב. מיין טאטע איז געווען אן ארמי אובד.

-----

א נגלה ווארט פון קדושת לוי. ארמי אובד אבי ווען לבן האט פרובירט צו פאר'סמ'ען אליעזר. אליעזר איז דאך געווען א שליח לקדש. אז מ'שיקט א שליח לקדש און יענער שטארבט איז מען אסור בכל הנשים.

-----------

לבן איז נתגלגל געווארן אין בלעם מיועצי פרעה. ארמי, לבן, אובד אבי, וירד, דער ארמי, מצרימה. שטייט אין של"ה אז ס'איז געווען א יוצא מ"ה, געווענליך איז נישט דא גלגול ביי א גוי. - אנוס ע"פ הדיבור.

--------

במורא גדול. מורא לשון מראה. א גרויסע גילוי. וועמיר שוין פארשטיין די הגדה ובמורא גדול זו גילוי שכינה...

----------

בערתי הקודש מן הבית וגם נתתיו ללוי. בספורנו אז ס'איז טייל פונעם וידוי. לולא שחטאנו וואלט מען עס געגעבן פאר די בכורים בתוך הבית. 'הגם' נתתיו ללוי.

----------

ולא נתתי ממנו למת. דער רמב"ם לערנט ס'מיינט טויטע זאכן שאינם מחיים את הגוף.

----------

האמרת והאמירך ווייסט קיינער וואס איז טייטש.

-------

ארור אשר לא יקים. ברמב"ן דער חזן וועלכער גייט הגבהה און ווייזט נישט להעומדים שם.

אין מג"א בשם ר"י ווען מ'קוקט אויף די אותיות מגיע אליו אור גדול.

--------

ברוך אתה בבואיך. שתהא ביאתך לעולם הלא חטא. באקאנטע רש"ש מכאן סתירה קצת לדעת בעלי הגלגול.

--------

וראו כל עמי הארץ. בשבת ק"ל מעשה דאלישע בעל כנפיים. תוס' דארט לערנט פונקט פארקערט, שלא מסר נפשו לומר תפילין הן.

----------

והיית משוגע ממראה עיניך אשר תראה. ווייצענער רב איז געווען אין סאטאמאר'ער קעפ ואמר לבחורים שיאמרו פסוק ויאמר תורה. אמרו פסוק זה. האט ער געזאגט אין אדם חוטא אא"כ נכנס בו רוח שטות, ליבא ועינא תרי סרסורא דעבירה - והיית משוגע - ממראה עיניך אשר תראה.

------------

טוט זיך א געפרעסעריי מיט די קינדער. מעודי תמהתי אויב ס'זאל זיין אזא מציאות. ביים קריג האט מען עפעס געגעסן קינדער?

--------

בבוקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בוקר. פשט גייט אויף צוריק. ס'וועט כסדר ערגער ווערן אז מ'וועט זיך בענקן נאך די פארגאנגענע ערב אדער בוקר.

משיח נאו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:44 pm
דורך קאמענטירער
לאמר אפשרייבן עפעס וואס איז מיר געפאלן צו זען, א תורה פון הרב קנייבסקי: די גר''א זאגט אז אונז רוף מיר ספר כריתות ''גט'' ווייל די אותיות ''גט'' שטייט קינמאל נישט אין די תורה צוזאמען, ממילא דאס איז די גרעסטע\בעסטע משל פאר התבדלות\הנתקות.

פרעגט הגר''ח אונז טרעף מיר אויך נישט אין די תורה די אותיות פון ג''ס ז''ק (ועוד כמה אשר אינינו זוכר)? נאר ג''ט איז די ערשטע און די רייע פון די אותיות וואס טרעפן זיך נישט צוזאמען אין די תורה!!!
וואס מיר איז געפאלען אז צו אויפזוכן אלע ווערטער וואס טרעפן זיך קיינמאל נישט צוזאמן אין די תורה איז א שטיקעל ארבעט (כגלייב נישט אז ער האט גענוצט א קאמפיוטער, קען זיין אז יא)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:42 pm
דורך ונבנתה העיר
ז"קניך ויאמרו לך?

אויפזוכען איז נישט אזא קונץ, מען דארף נאר טראכטן פון א ווארט מיט אזא צירוף אזויווי כ'האב יעצט געטון.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:57 pm
דורך געוואלדיג
ונבנתה העיר האט געשריבן:------------
טוט זיך א געפרעסעריי מיט די קינדער. מעודי תמהתי אויב ס'זאל זיין אזא מציאות. ביים קריג האט מען עפעס געגעסן קינדער?ו.


אין די געווענליכע מלחמה ביכער וועסטו דאס נישט ליינען אבער עס איז געווען ליידער אידן וואס האבן געגעסן מבשר המתים המתגוללים בחוצות צו קינדער צו נישט קינדער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:59 pm
דורך ונבנתה העיר
דאס מאכט זיך כסדר. אבער פון רש"י איז משמע אז מען האט זיי גע'שחט'ן.

Re: גוטע ווערטער בפרשת השבוע

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:24 am
דורך טמיר
ונבנתה, די אב"ע אויף והחזיקה במבושיו, איז א ספרי און די רמב"ם ברענגט עס, אז וקצותה את כפה איז מדין רודף. און פון דא לערנען מיר ארויס אז מען דארף מציל זיין באחד מאבריו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:46 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:ואמרת אליו הגדתי היום, שאיני כפוי טובה. ערשט שפעטער הייבט זיך אן די אפיציעלע אמירה, ארמי אובד. לכאורה מיינט עס אז בהבאה זו זאג איך וכו', נישט אן אמירה כפשוטו.

כזה אני מפרש ביי מ"ת הגבול אומר להם מ'זאל זיך נישט דערנענטערן. נישט אן אמירה בפועל.

למעשה זע איך אין רמב"ם אז ס'זענען געווען צוויי קריאות; איינס פון הגדתי היום, און דער אנדערער פון ארמי אובד אבי.

פנחס

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 11:17 pm
דורך ונבנתה העיר
זאגענדיג אביסל חו"ר האביך מהרהר געווען בד"ת, פאסט דאך עפעס עס מיטצוטיילן מיט די ליידיגייערס היושבים בפה.

ווי זאגט יאנקל קאהן, די ווייב רופט מיר, קום אריבער קיינער איז נישט דא. כ'קום אריבער - קיינער איז נישט דא.

-------

כֵּן בְּנוֹת צְלָפְחָד דֹּבְרֹת נָתֹן תִּתֵּן לָהֶם אֲחֻזַּת נַחֲלָה בְּתוֹךְ אֲחֵי אֲבִיהֶם וְהַעֲבַרְתָּ אֶת נַחֲלַת אֲבִיהֶן לָהֶן.

'כן' איז לכאורה מלשון בסיס וכן. מסתמא איז 'נכון' אויך פון די משפחה, נכון כסאך מאז. נכון – ריכטיג, ווייל אן אמת איז גוט אוועקגעשטעלט אין מציאות.

--------

והעברת את נחלת אביהן להן, זאגט רש"י, והעברת לשון עברה הוא, במי שאינו מניח בן ליורשו.

כ'האב מעודי נישט פארשטאנען, וואס הייסט מ'בייזערט זיך אויף אים אז ער האט נישט געלאזט קיינע זין.

(כ'גלייב אז אין זאמדיגען מדבר גראבט זיך שווער א מקוה.)

זע איך אין הייליגן רש"י כפשוטו, אז ס'איז פארקערט די מעשה. מען האט זיך אויף אים געבייזערט מאיזה סיבה, און דער לא הניח בן איז שוין די תוצאה.

די גאנצע הינדל-און-איי סוגיא דערמאנט מיר וואס וויליאם בן ר' בנימין פרענקלין (ס'איז שוין אין די ג' ימי הגבלה, זאל דער זכות טאקע מגין זיין) שרייבט, ווען ער האט אין 1761 באזוכט די הייליגע שוועסטער, די אנגעבלאזענע נאנעס אין אן אייראפעאישן קלויסטער:

Indeed they did not look very inviting but on the contrary appeared like Cross Old Maids who had forsaken The World because the World had first forsaken them

אה, הייליגע פסיכאלאגיע. (תרתי משמע.)


וואס דערמאנט מיר... טשוירטשיל האט געברענגט א ראי' אז ס'איז פארהאן א גאט, פון די עקזיסטענץ פון לענין און טראצקי, פארוועמען עס פעלט זיך אויס א העלל...

-----------

וְאֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל תְּדַבֵּר לֵאמֹר אִישׁ כִּי יָמוּת וּבֵן אֵין לוֹ וְהַעֲבַרְתֶּם אֶת נַחֲלָתוֹ לְבִתּוֹ. וְאִם אֵין לוֹ בַּת וּנְתַתֶּם אֶת נַחֲלָתוֹ לְאֶחָיו. וְאִם אֵין לוֹ אַחִים וּנְתַתֶּם אֶת נַחֲלָתוֹ לַאֲחֵי אָבִיו.

ס'גייט על הסדר: זיין זון, זיין טאכטער, זיינע ברידער - וְאִם אֵין לוֹ אַחִים וּנְתַתֶּם אֶת נַחֲלָתוֹ לַאֲחֵי אָבִיו.

העי, וואס איז געשען מיט'ן טאטע'ן אליין? אז מ'גייט ארויף צו יענעם דור, דעם טאטע'ס ברידער, פארוואס גייט עס נישט קודם צום טאטע'ן אליין אויב ער לעבט?

הא, גאט יו. אז דער טאטע לעבט נאך, האט דאך דער זון נישט וואס מוריש צו זיין. (חוץ אז ער האט א בת צלפחד פאר א פרוי.)

------------

וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה אֶל ה' לֵאמֹר. יִפְקֹד יְהוָה אֱלֹהֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה.

זאגט רש"י, להודיע שבחן של צדיקים שכשנפטרין מן העולם מניחין צרכן ועוסקין בצרכי צבור.

ווי שטימט עס מיט רש"י ווייטער: אמר הגיע שעה שאתבע צרכי, שיירשו בני את גדולתי.

-----------

וְנָתַתָּה מֵהוֹדְךָ עָלָיו.

רש"י: זה קירון עור פנים. מהודך, ולא כל הודך. נמצינו למדין פני משה כחמה פני יהושע כלבנה.

איז דער צושטעל צו חמה ולבנה נישט נאר אז יהושע ווייניגער, נאר די לבנה איז דאך ס"ה מקבל די אור פון די זון – זה קירון פנים פון משה.

---------

דער שיעור פון מנחת נסכים גייט ביי יעדע קרבן לויט ווי גרויס דער בהמה איז. א פר די גרעסטע, דערנאך איז אן איל, און א כבש איז די קלענסטע.

וואס האט איינס מיט'ן אנדערען? פארוואס זאל א גרעסערע בהמה דארפן א גרעסערע מנחת נסכים?

האביך מיר געכאפט, אז כשתבין הסוד פארוואס א טראק דארף א העכערע פייפער ווי א קאר, תעמוד גם על רז זה.

----------

עולת חודש בחדשו, טייטשט אונקלוס: ווען דער ראש חודש איז זיך מתחדש. קאול.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 10:35 am
דורך רביה''ק זי''ע
ונבנתה העיר האט געשריבן: Indeed they did not look very inviting but on the contrary appeared like Cross Old Maids who had forsaken The World because the World had first forsaken them

דאס איז גוט אפגעלערנט די ענין פון "מבקשים", הייליג ווארט!!!