מלא כל הארץ כבודו -- אבער וואו איז ער?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

מלא כל הארץ כבודו -- אבער וואו איז ער?

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

פאר יעדן וואס איז אביסל באקאנט אין חסידות זענען באקאנט די צוויי מושגים פון "מלא כל הארץ כבודו" און "לית אתר פנוי מיניה." דער אויבערשטער געפינט זיך איבעראל אין דער בריאה. "לית אתר פנוי מיניה" קומט נאך שטארקער אונטערשטרייכן די נקודה: דער אויבערשטער איז איבעראל -- ממש אזש ס'איז נישט פאראן קיין ארט וואו ער געפינט זיך נישט.

אבער וואס מיינט דאס? וואס הייסט דאס, ער איז "איבעראל"? דער אויבערשטער האט זיך צונויפגעקייקלט ביז דער גרויס פון א פינטעלע, און זיך קונציג באהאלטן אין א טיפן, פארווארפענעם ווינקל פון יעדן ברעקל?

איז אזוי. אין יעדער זאך איז פאראן עפעס א נקודה וואס איז אינגאנצן אבסטראקט, כולו מופשט. דער עיקר תועלת פון א געשמאקן עסנווארג, למשל, איז דער טעם וואס דער מענטש פילט ביים עסן. אבער וואס איז דער טעם: פון וואס באשטייט ער? וויאזוי זעט ער אויס? וועלכער קאליר איז ער? די קשיות זענען נישט בלויז קיילעכיגע יתומים, אן קיין תירוצים, נאר זיי האבן בכלל נישט קיין פשט. א טעם איז עפעס וואס האט נישט קיין שייכות מיט אונזערע השגות פון וויאזוי אפצומאלן און שילדערן עפעס. א טעם -- פונקט ווי אלע זיינע געפיל-"קאזינס", ווי אהבה, בענקשאפט, פרייד, כעס און טרויער -- איז עפעס וואס מיר האבן און שפירן, אבער קענען בשום אופן עס נישט געהעריג מגדיר זיין מיט פיזישע הגדרות. (די גורמים און סיבות וואס ברענגען געפילן זענען טאקע יא פיזישע זאכן; אבער זיי זענען טאקע בלויז גורמים, נישט די זאך אליין. די צונג איז אויסגעשטאט מיט נערוון וואס שפירן דעם טעם. אבער דער עצם טעם, נישט דער וואס ברענגט אים, איז אן אבסטראקטער באגריף.)

דאס, דער טעם, די הנאה, דער הרגש, וואס מיר פילן ביים טאן פארשידענע פשוט-פיזישע אקטיוויטעטן, דאס איז דער "העכערער ניצוץ", דאס פינטעלע אלוקית, וואס געפינט זיך איבעראל, אויף יעדן פלאץ, אין יעדער זאך. דער אויבערשטער איז דער אולטימאטיווער מובדל-מופשט אבסטראקט, און ס'איז אוממעגליך אים משיג צו זיין. "אלוקית", אן אספעקט פון דעם נישט-השגה, דאס איז שוין עפעס וואס לאזט זיך יא משיג זיין, עפעס מיט וואס מיר האבן יא א דירעקטן שייכות. מיר שפירן הרגשים; איז טייטש אז מיר האבן מיט זיי עפעס א קשר. מיר קענען די הרגשים אבער נישט מגדיר זיין מיט אונזערע געווענליכע מעסטערס און מיטלען; דערפאר איז עס אלוקית, אבסטראקט, "העכער". זיי זענען זאכן פון "העכערע עולמות", פון אנדערערליי "וועלטן", פון א אוניווערס וואס איז באשאפן געווארן מיט אנדערע כללים, אזעלכע וואס זענען ביי אונז כמעט נישט פאראן, און מיר קענען זיי במילא נישט משיג זיין מיט די געווענליכע אופנים פון השגה.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 84 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר