בלאט 3 פון 6
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:04 pm
דורך petergrifin
מען קען יעצט אויס רעכענן װיפיל אלע משתתפים דארפן צאלן װען מ׳גײט ארויס עסן און אויכעט װיפיל די טיפ קומט אויס (פראצענט)
אונז װערן אזוי מין פויל צו טראכטען אלײנס באט העי נאו קאמפלעינטס
http://lifehacker.com/google-search-now ... 1444099253
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:36 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:סתם נייגעריג (אשכול: זאכן וואס איך וויל וויסן?)
אז אזא היי-ענד טעבלעט מיט די שענסטע קלארסטע סקרין, נייעסטע פראסעסאר (הגם עס לויפט נאר אויף 1.5 גיגאהערטץ, בשעת נייערע פאונס לויפן שוין אויף 1.7 און 1.9), גוטע ספיקערס, די נייעסטע אנדרויד ווערזשאן, הויכע קוואליטעט מאטעריאלן, א גוטע קעמערע און קעמקארדער, און גוגל פארדינט דערויף, פארקויפענדיג פאר אונטער $250,
ווי אזוי איז מעגליך אז א קליינער סמארט-טעלעפאן וואס האט גארנישט מער זאל קאסטן צווישן 600-800 טאלער? זאג מיר נישט אז דער סעליולער נעטווארק וואס לאזט דיר רעדן אויפן פאן מאכט דער דיפערענץ! חוץ מזה ואס עס איז אן אבסורד, גייט גוגל רעליעסן בקרוב א נעקסוס מיט 4G נעטווארק פאר בלויז 350.
איז דאס סתם 'גניבה' פון די פאון קאמפאניס? אדער איז טאקע פאראן עפעס וואס מאכט עס טייערער?
כ'האב געטראכט בדרך אפשר - איך לייען עס אסאך מאל - אז ווי קלענער א דעווייס איז, אלס מער קאמפליצירט איז אריינצושטופן די אלע טעכנאלאגיע, אבער פון די היינטיגע 5-אינטש סקרין טעלעפאנען ביז די נעקסוס' 7-אינטש איז נישט אזא גרויסע חילוק אז עס זאל קאסטן באלד דריי פאכיג די פרייז? און די נעקסוס איז אויך אויסטערליש דין, וואס טוט אויך פארשווערן אריינצושטופן אזויפיל קאמפליצירטע טשיפס און אנדערע זאכן אין אזא דארע גוף, ממילא הדרא קושיא לדוכתיה, מאי שנא???
לעצטנס האב איך געליינט אן ארטיקל אין PC World ווי זיי שמועסן אויס געוויסע פראדוקטן (ובתוכם מיין שאלה, טעלעפאנען) וועלכע קאסט ווייניג פארן מאנופעקטשורער צו פראדוצירן, אבער פארלאנגען דערויף פון די קאנסומער טבין ותקילין, און די קאמפאניס מאכן גרויס געלט אויף דעם...
לתועלת הציבור ברענג איך דא נאך דעם ארטיקל, ווער עס איז אינטרעסירט און האט געדולד, קען עס ליינען.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 10:47 am
דורך שמעקעדיג
מען פארקריכט אביסל פונעם קעפל האשכול, אבער איך זעה נישט וואו איך קען ממשיך זיין דעם שמועס.
עס איז מיר א פלא - און איך זעה נישט אז קיינער זאל פארפירן דערוועגן - אז די קאמפאניס האלטן אונז אין איין אפריפן (RIP). איין זאך וואס איך טראכט לעצטנס, איך מאך א 2 יאר קאנטראקט ביי א קאמפאני, און לכבוד דעם געבן זיי מיר א ביליגערן טעלעפאן, ווייל מיט די פעפערדיגן פרייז וואס זיי טשארדזשן מיר ווערט די טעלעפאן סובסידייזט. יעצט וואס טוט זיך ווען עס ענדיגן זיך די 2 יאר, און איך האלט נישט ביים אפגרעידן מיין פאון פאר סיי-וועלכע סיבה? לאמיר זאגן איך וויל צואווארטן צו א נייערע פאון וואס קומט ארויס אין א האלב יאר ארום? גייט די חודש'ליכע פרייז אראפגיין? אודאי נישט! קאנטראקט בלייבט קאנטראקט! איז דאס נישט ריכטיג גניבה? קען מען זיי נישט סוען פאר דעם?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:29 am
דורך געפילטע פיש
אויב דו נעמסט דיך אונטער צו קויפן א באטל מילך אין מיין גראסעריי יעדע וואך פאר די קומענדיגע צוויי יאר באקומסטו פון מיר א קענדי.
גייט די מילך קאסטן ווייניגער נאך די צוויי יאר?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:04 pm
דורך שמעקעדיג
סארי, אבער איך ווייס נישט אויב דו רעדסט צו דער זאך. אדער בין איך פשוט דער קוצר המשיג.
די משל דארף גיין אזוי. איך וויל קויפן א באקס פעמפערס (דייפערס) אין דיין גראסערי, אבער עס קאסט מיר 240 טאלער וואס איך קען נישט עפפארדן אויף איינמאל. זאגט מיר דער געשעפטסמאן, שמעקעדיג, איך מאך מיט דיר א דיעל, דו קויף ווייטער איין ביי מיר, און אנשטאט דו זאלסט באצאלן די פעמפערס אויף איינמאל וועל איך צולייגן צו דיין אקאונט יעדע חודש 10 דאלער, און אזוי וועט עס צוביסלעך במשך 2 יאר ווערן אויסגעצאלט.
נאך 2 יאר לויפט ווייטער די 10 דאלער חודש'ליך. איז ער א גנב צי נישט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:28 pm
דורך petergrifin
איך האב יעצט אן גריפען ספרינט און איך האב זיי גפרעגט פארוואס די פלאן ווערט טאקע נישט ביליגער
פארשטייט זיך זי האט נישט געקענט ענטפערען אבער אויף אזוי פיל פארדינסטע אז די דארפסט נישט
סיינען א צוויי יאר קאנטראקט נאר די קענסט גיין אויף די חודש
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:19 pm
דורך ניו יארק
שמעקעדיג האט געשריבן:סארי, אבער איך ווייס נישט אויב דו רעדסט צו דער זאך. אדער בין איך פשוט דער קוצר המשיג.
די משל דארף גיין אזוי. איך וויל קויפן א באקס פעמפערס (דייפערס) אין דיין גראסערי, אבער עס קאסט מיר 240 טאלער וואס איך קען נישט עפפארדן אויף איינמאל. זאגט מיר דער געשעפטסמאן, שמעקעדיג, איך מאך מיט דיר א דיעל, דו קויף ווייטער איין ביי מיר, און אנשטאט דו זאלסט באצאלן די פעמפערס אויף איינמאל וועל איך צולייגן צו דיין אקאונט יעדע חודש 10 דאלער, און אזוי וועט עס צוביסלעך במשך 2 יאר ווערן אויסגעצאלט.
נאך 2 יאר לויפט ווייטער די 10 דאלער חודש'ליך. איז ער א גנב צי נישט?
און אויב זאגט דיר די גראסערי מאן, אז איך גיב דיר די פעקל דייפערס בחינם אויב גייסטו דא קויפן פאר די נעקסטע צוויי יאר, דארף ער נאך צוויי יאר אנהייבען רעכענען ביליגער פאר די וועכענטליכע ארדער?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:51 pm
דורך געפילטע פיש
ניו יארק האט געשריבן:און אויב זאגט דיר די גראסערי מאן, אז איך גיב דיר די פעקל דייפערס בחינם אויב גייסטו דא קויפן פאר די נעקסטע צוויי יאר, דארף ער נאך צוויי יאר אנהייבען רעכענען ביליגער פאר די וועכענטליכע ארדער?
אט אזוי! כ'ווייס נישט וואס דיר דרוקט, שמעקעדיג. די פעקל פעמפערס איז די קענדי, אדער סמארט פאון אין ספרינטס משל, זאגט דיר דער גראסערי מאן, אויב מאכסטו דא דיין וועכענטליכע ארדער פאר די נעקסטע צוויי יאר, באקומסטו די פעקל פעמפערס בחינם. אדער אויב קויפסטו דא מילך באקומסטו די קענדי בחינם, אדער אויב צאלסטו די חודשליכע ספרינט ביל פאר צוויי יאר באקומסטו די פאון בחנם. ס'איז נישט אז יעדע ביל גייט אביסל אראפ פאר די פאון, נאר די פאון איז א מתנה, אן אינצענטיוו אז דו זאלסט סיינען קאנטראקט מיט זיי. וקל להבין אפילו אן א וק"ל. (וואו איז ער טאקע?)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:44 am
דורך שמעקעדיג
איך רייב מיך די אויגן. איך קען נישט גלייבן וואס איך לייען דא פון די גרויסע חכמים.
געפילטע איך בין זיכער אז דו ארבעטסט ערגעץ פאר ווערייזאן אדער א אנדערע קאמפאני און השוחד מעוור עיני חכמים ויסלף דברי שמעקעדיג.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:57 pm
דורך פיקציע
tmobile האט טאקע געטוישט די מהלך וויאזוי די סעלפאון ווערט אויסגעצאלט, עס זאל זיין מער שמעקעדיג געשטימט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:03 pm
דורך שמעקעדיג
נישט נאר טימאביל, נאר אלע קעריערס מאכן זיי שוין נאך (חוץ אפשר ספרינט).
אבער דער פראבלעם ווערט נאר ערגער דערמיט, ווייל זיי טשארדזשן צו "עקסטער" געלט פאר די פאון.
כ'האב נישט יעצט די צייט צו שרייבן אן אריכות, אבער עס איז וויכטיג נישט צו פאלן פאר דעם.
אפשר שפעטער וועל איך ברענגען אפאר לינקס וואס צייגן דיר אן דעם גניבה-שטיק אונטער די סארט פלענער.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 4:54 pm
דורך געפילטע פיש
אלע קעריערס, אריינגערעכנט ספרינט, אפפערן שוין היינט א פרי-פעיד, אדער פעי עז יו גאו, פלאן. ס'איז אין דיינע הענט אויב דו ווילסט קויפן דיין אייגענע פאון און צאלן ווייניגער חודש'ליך, אדער צאלן מער און באקומען א נייע פאון בחינם יעדע צוויי יאר.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 4:50 pm
דורך שמעקעדיג
גוגל האט אקארשט מוסיף נופח געווען מיט א נייע אנדרויד ווערזשאן ריליעס, 4.4, גערופן "קיט-קאט" (KitKat).
עס האט נישט עפעס עקסטערע פיטשערס, אבער זיי פארדרייען גענוג זאכן און מאכן פשוט'ע פונקציעס שווערער אז איך זאל מיך ווייטער עסן דאס געזונט מיט זיי.
בשעת עפל'ס iOs איז גרינג אפילו פאר א תינוק בן יומו, און אפילו מייקראסאפט'ס טעלעפאנען זענען גרינג און געשמאק צום באנוץ, ווערט אנדרויד מער און מער קאמפליצירט מיט יעדן נייען ריליעס.
צווישן עטליכע רעוויואס,
האב איך דא געלייענט דעם מערסטן קאמפרעהענסיוו איבערזיכט מיט אסאך דעטאלן וואס אנדערע באצייכענען נישט.
(זאג, שמעקעדיג! ווען גייסטו ענדיגן קאמפלעינען?)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 10:29 am
דורך גדעון
זיי צופרידן אז דו ביזט צומישט, נאכן ווארטן מיט שפאנונג אויפן אפדעיט פאר מיין טעבלעט זעה איך נישט קיין שום חידושים, אויסער אפאר אייקאנס געטוישט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:05 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג, וואס פונקטליך באדערט דיר?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:05 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז נייעס וועגן גוגל, נישט "גוגל נייעס", אבער כ'האב נישט געטראפן ווי צו שטעלן,
גוגל איז מודה אז די גאווערמענט פארלאנגט פון זיי אראפצונעמען אינפארמאציע וואס זיי האלטן אז עס איז נישט פאסיג ארויפצולייגן, בעיקר פאליטישע אינפארמאציע וואס זיי ווילן נישט עס זאל פארשפרייט ווערן.
און מיר האבן געמיינט אז אמעריקע איז נישט כינע.
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2428611,00.asp
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:02 pm
דורך שמעקעדיג
וויפיל מאל האט איר שוין געהאט אז איר עפנט ביינאכט ווען יעדער שלאפט למשל 10 טעבס אין אייער בראוזער, און פלוצלינג הערט איר שפילן הויך עפעס א עדווערטייזמענט, און איר פרובירט מיט אנגסט שנעל אפירזוכן וועלכע טעב/זייטל זינגט, ווי קען מען עס פארלעשן...?
אזוי אויך זענען פאראן סייטס וועלכע צינדן אן אייער "וועב-קעם" אן ערלויבעניש און ביז איר כאפט זיך האט איר שוין דערווייל אויסגעטרינקען אראנזש דזשוס פון א באטל ווייל איר האט געמיינט אז קיינער זעהט נישט..
גוגל קראום האט אין זייער נייעם אפדעיט געארבעט צו פארמיידן די מכשולות עצומות.
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2429570,00.asp
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 2:18 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:שמעקעדיג, וואס פונקטליך באדערט דיר?
די גרעסטע פראבלעם דערווייל, מען קען נישט סעלעקטן עטליכע טעקסט מעסעדזשעס און דערנאך פארמעקן אלעס אויף אמאל (Batch select, Multiple select), מען מוז אויסמעקן יעדע איינע באזונדער.
יעצט קום מיר נישט ענטפערן אז עס איז פאראן געוויסע WORK-AROUNDS, נישט דאס זוך איך, עס האט געארבעט פיין און וואויל ביז דעם קיט.קאט.אפגרעיד, און גוגל ימ"ש האט עס פראסט און פשוט אפגע'הרג'עט, פאר וואטעווער ריעזאן (למשל כדי מען זאל נוצן זייער הענגאוטס)
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 2:33 pm
דורך געפילטע פיש
אינטערעסאנט! ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן צו פארמעקן א טעקסט מעסעדזש...
Am I missing out in life?
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 3:47 pm
דורך שמעקעדיג
זיכער! דו באקומסט נישט אזעלכע זאפטיגע מעסעדזשעס וואס מען זאל ברויכן פארמעקן דערנאך.... חחחחח.......
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:19 pm
דורך סאשי פיש
גוגל האט אפגעקויפט די פיפטע קאמפני פון ארץ ישראל,
דאסמאל איז עס א סאפטהעיר מיטען נאמען SlickLogin וואס מען גייט נאר דארפען צולייגען די סעלפאון צום קאמפיוטער און עס גייט זיך אריינלאגען פון זיך אליינס!!
http://www.israelhayom.com/site/newslet ... 15533&hp=1
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 9:34 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 12:59 am
דורך נולד מאוחר
גוגל מעפס מאביל אפדעטע האט אפאר גוטע נייע זאכן.
אויכעט דעסקטאפ קען זען סריטוויוא פריערדיגע יארן.