בלאט 3 פון 9

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 7:00 pm
דורך יידל
יא, אבער ס'מער אויטענטיש.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 9:26 pm
דורך יידל
שפירא, אין א שיעור היינט נאכט, האט גע'טענה'ט אז די סטעיטמענט פון הג"ר שמואל קאמינעצקי אז ס'מוז זיין אז א מענטש קען טוישן זיין געשלעכטליכע אראענטאציע דורך טעראפי ווייל דער באשעפער וואלט נישט באשאפן א מענטש מיט א תאוה צו איסור אן זיך קענען טוישן, איז "א נייע דאגמע" אין אידישקייט און דאס אז מען קען נישט טוישן דעם אראענטאציע איז בכלל נישט סותר בחירה.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 10:03 pm
דורך ידען
ווי קען מען הערן זיין שיער?

סע יעדע נאכט?

יידל

כאב דיר נאכנישט גענטפערט וועגן זיין ספר אויף י״ג עיקרים.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 10:56 am
דורך יידל
קארל האט געשריבן:פראפעסאר שפירא האט היינט ארויפגעשטעלט אויף ״ספרים בלאג״ א פרישן פאוסט. ווי זיין סדר, איז דער פאוסט אנגעפאקט מיט שיינע חידושים, און הערות והוספות אויף פריערדיגע פאוסטס.

זייער אן אינטערעסאנטע פאוסט, בעיקר די חלק ווי ער אדרעסירט די באשולדיגונג פון הרב אברהם ישכר קעניג, מח"ס גנזים ושו"ת חזו"א ב"ח אז ר' מנחם מנדל כשר האט געפעלטשט בריוון.

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 2:01 am
דורך נולד מאוחר
יאנקל האט געשריבן:היינט נאכט ביי א שיעור דורך TIM האט פראפעסאר שפירא דערמאנט בתוך הדברים דעם דאזיגן אשכול אין ״קאווע שטיבל״!

וואס האט ער געזאגט? אפשר האט ער געמיינט סטארבאקס , זייער קאווע שטיבל איז מער פאפילער ווי דיע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 6:34 pm
דורך יידל
שפירא האט געשריבן א נייעם פאוסט וועלכע איז פובליצירט געווארן פארגאנגענעם מאנטאג, אבער כ'האב עס הערשט היינט באמערקט.

אינעם פאוסט טוט ער אדורך איז לערנען פול-טיים און אראפקוקן אויף ארבעטען (פריע מקורות צו דעם), די "טאליבאנע" פרויען (אויך פריע מקורות צו זיך קליידן אזוי), עליה לתורה פאר פרויען - טעמים לאיסור, נאך איבער די סטאטוס פון אן עם הארץ בעיני חכמי הדורות, נאך איבער דער היתר צו גיין הערן פרויען זינגען ועוד ועוד.

נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 12:41 am
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:שפירא האט געשריבן א נייעם פאוסט וועלכע איז פובליצירט געווארן פארגאנגענעם מאנטאג, אבער כ'האב עס הערשט היינט באמערקט.

אינעם פאוסט טוט ער אדורך איז לערנען פול-טיים און אראפקוקן אויף ארבעטען (פריע מקורות צו דעם), די "טאליבאנע" פרויען (אויך פריע מקורות צו זיך קליידן אזוי), עליה לתורה פאר פרויען - טעמים לאיסור, נאך איבער די סטאטוס פון אן עם הארץ בעיני חכמי הדורות, נאך איבער דער היתר צו גיין הערן פרויען זינגען ועוד ועוד.

שכויעך פארן עס צוברענגען, נהניתי.
[left]Regarding Aflalo’s point mentioned earlier in this note that a rabbi has to know the situation of a community, I recently found a very interesting comment by R. Levi Yitzhak of Berdichev, Kedushat Levi ha-Shalem (Jerusalem, 1958), Likutim, pp. 316-317. He asks why we say תשבי יתרץ קושיות ואבעיות, that in Messianic days Elijah will answer all problems. Since Moses will be resurrected, and he is the giver of the Torah, why don’t we say that he will provide the answers? R. Levi Yitzhak explains that only one who is living in this world knows what the situation is and how the halakhah should be decided. This is not the case with one who is dead and has lost his worldly connection. This explains why Elijah will provide all the answers, as he never died and was always part of the world. Therefore, unlike Moses, Elijah is the one qualified to decide matters affecting us. The lesson here is obvious, especially for those who think that every issue must be decided in Israel by authorities who really have really no conception of how American Jews live.[/left]

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 8:07 am
דורך יידל
יישר כוח קארל! זייער אן אינטערעסאנטע פאסוט.
אינטערעסאנט איז, אז די פאסוט איז שוין גרייט געווען אפאר וואכן צוריק, נאר שפירא האט עס נישט געוואלט פובליצירן ווייל ער האט נישט געוואלט אז א פאוסט איבער חרדים און גדולים זאל ארויסקומען בשעת די רחדים זענען מתאבל נאך זייער גדול הגרי"ש אלישיב'ס פטירה (אזוי האט שפירא געזאגט ברבים ביי א שיעור)... זעענדיג אבער אז הגריש"א איז מאריך ימים האט ער באשלאסן מער נישט צו ווארטן און געלאזט פובליצירן דעם פאוסט.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 8:22 am
דורך יידל
שפירא שטעלט א פראגע פאר די ליטווישע אפאלעגיסטן ווי אבי שאפראן ודומיו: אויב האלטן מיר אז די לעבן פון א פרייער איז נישט חשוב און אז זייער'ס א טעות אין ממנות האט די זעלבע דין ווי א גוי'ס טעות (אזוי ווי ער ברענגט פון א תשובה פון הגר"מ שטערנבוך און הג"ר ישראל דוד הארפענעס), ווי קענען מיר פאדערן פון די פרייע זיי זאלן נישט אראפקוקן און חוזק מאכן פון אונז?

די זעלבע פראגע קענען מיר פרעגן לגבי די אלע וואס האלטן אז ווען די ניו יארק טיימס וכדו' מאכט חוזק פון פרומע אידן.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 8:34 am
דורך יידל
שפירא ברענגט אויך ארויס די היפקריטסווע פון די חרדים אז זיי האבן פיינט די פרייע און קענען שרייבן אז מ'טאר נישט ראטעווען א חילוני'ס לעבן אפילו און דערוואכן און בנשימה אחת זיך אפרעדן ווי ווייט זיי האבן אונז פיינט! אלס דוגמא ברענגט ער הרב הארפענעס'ס אויבדערמאנטע תשובה, ווי הרב הארפענעס איז מסביר די היתר פון היילן פרייע אין שבת וז"ל:

"שאם יתפרסם שרופאים חרדיים אינן מטפלין בשבת עם החולים החילוניים אז הרופאים החילוניים ינקמו נקם ולא ירצו גם הם לטפל להציל חולים מסוכנים מן יהודים חרדיים (כידוע תוקף שנאת הדת בארצינו הקדושה ירחם ה')"

שרייבט שפירא, אז אנשטאט זען די רעאקציע פון די חילונים אלס נאטורליכער תוצאה פון וואס די חרדים טוען מיט די חילונישע פאציענטן, קומט דאס גאר פון די שנאת הדת פון די חילונים!...

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 1:08 pm
דורך יואליש
יידל האט געשריבן:יישר כוח קארל! זייער אן אינטערעסאנטע פאסוט.
אינטערעסאנט איז, אז די פאסוט איז שוין גרייט געווען אפאר וואכן צוריק, נאר שפירא האט עס נישט געוואלט פובליצירן ווייל ער האט נישט געוואלט אז א פאוסט איבער חרדים און גדולים זאל ארויסקומען בשעת די רחדים זענען מתאבל נאך זייער גדול הגרי"ש אלישיב'ס פטירה (אזוי האט שפירא געזאגט ברבים ביי א שיעור)... זעענדיג אבער אז הגריש"א איז מאריך ימים האט ער באשלאסן מער נישט צו ווארטן און געלאזט פובליצירן דעם פאוסט.


שפירא האט שוין דערמאנט אז ער ארבייט אויף די פאוסט מיט א דרייפערטעל יאר צוריק.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 2:05 pm
דורך ברוין
איז דא ערגעצוואו א בילד פון דעם פראפעסער?

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 4:12 pm
דורך נולד מאוחר
איז פארוואס דען איז געגעבעו געווארן די מדה פין שנאה אויב נישט אויף פיינט האבן מענטשן וואס טיען שלעכטס?
איז נישט עובר זיין אויף די תורה א שלעכטכע הנהגה? ווי אזוי קען איך לעבן א מסירת נפש'דיגע תורה לעבן, אין די זעלבע צייט וויסען ס'נישט געפערליך אז איינער לאכטזיך אויס פין די גאנצעזאך.
אקעי איך פארשטיי אז ער מעג מיך פינקט אזוי פיינט האבן.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 6:45 pm
דורך געפילטע פיש
קארל האט געשריבן:יידל,
דער שטיקל פון הרב הארפענעס האט מיר דערמאנט פון דער פארציע לאגיק וואס איך [סעיגען]...

אההה, קארל סעיגען! איי געט איט!

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 7:41 pm
דורך משה געציל
קארל האט געשריבן:יידל,
דער שטיקל פון הרב הארפענעס האט מיר דערמאנט פון דער פארציע לאגיק וואס איך [סעיגען] האב פרובירט אריינצוהאקן אין קאפ פון די אייוועלטיסטן אין מיין טרויעריג-בארימטן אשכול "וואס אנדערע ירושלימער איינוואוינער זאגן".

שטארק הנאה געהאט פון דיין געשרייבעריי דארטען, ליידער האבען די פירערס פון אייוועלט מחליט געווען אז מען מיז אפשפארען דעם אשכול, אפשר ברענגסטו אהער דעם דעבאטע?

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 8:04 am
דורך יידל
קארל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:יידל,
דער שטיקל פון הרב הארפענעס האט מיר דערמאנט פון דער פארציע לאגיק וואס איך [סעיגען]...

אההה, קארל סעיגען! איי געט איט!

גוט קעפעלע, קע״ה...

ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 10:30 am
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...

פליז! טשעפע נישט, כ'ווייס איך האב א שוואכע קאפ, איך זיך טאקע א טאָטער, ווילסט לערנען מיט מיך?

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 10:32 am
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...

פליז! טשעפע נישט, כ'ווייס איך האב א שוואכע קאפ, איך זיך טאקע א טאָטער, ווילסט לערנען מיט מיך?

פארקערט, כ'האב געמיינט א קאמפלימענט!

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 10:53 am
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...

פליז! טשעפע נישט, כ'ווייס איך האב א שוואכע קאפ, איך זיך טאקע א טאָטער, ווילסט לערנען מיט מיך?

פארקערט, כ'האב געמיינט א קאמפלימענט!

אה, שכויעך, כ'האב געמיינט אז דו מיינסט צו זאגן אז איך זאג אלטע נייעס, כאפענדיג א שפאציר אין אייוועלט האב איך באמערקט אז דאס איז קאמען נאלעדש
קארל אין אייוועלט האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן מיין קאריערע אין "אייוועלט" מיט דעם ניק "סעיגען". עס געדענקען נאך אוודאי דא א סך דעם ניק הידוע לשמצה...

אבער היות איך האב מיך קיינמאל נישט געדרייט דארט האב איך נישט געוויסט דערפון.

צוריק צו הרב שפירא, כ'האב נעכטן געגעבן א קאלט גלאז וואסער פאר'ן ספאנישען דעליווערי בוי, לכאורה האב איך עובר געווען אויף לא תחנם, ניין?

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 10:57 am
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ס'האט גענומען געפילטע פיש טו פיגער איט אוט...

פליז! טשעפע נישט, כ'ווייס איך האב א שוואכע קאפ, איך זיך טאקע א טאָטער, ווילסט לערנען מיט מיך?

פארקערט, כ'האב געמיינט א קאמפלימענט!

אה, שכויעך, כ'האב געמיינט אז דו מיינסט צו זאגן אז איך זאג אלטע נייעס, כאפענדיג א שפאציר אין אייוועלט האב איך באמערקט אז דאס איז קאמען נאלעדש
קארל אין אייוועלט האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן מיין קאריערע אין "אייוועלט" מיט דעם ניק "סעיגען". עס געדענקען נאך אוודאי דא א סך דעם ניק הידוע לשמצה...

אבער היות איך האב מיך קיינמאל נישט געדרייט דארט האב איך נישט געוויסט דערפון.


איך גלייב נישט אז איינער אויף אייוועלט האב בכלל געמאכט דעם צאם שטעל פון קארל/סעיגן דער ניק, מיט קארל סעיגן דער גאון.
געפילטע פיש האט געשריבן:צוריק צו הרב שפירא, כ'האב נעכטן געגעבן א קאלט גלאז וואסער פאר'ן ספאנישען דעליווערי בוי, לכאורה האב איך עובר געווען אויף לא תחנם, ניין?

ניין, ווייל משום איבה איז מותר...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:22 pm
דורך יידל
שפירא האט פובליצירט א נייע פאוסט היינט
http://seforim.blogspot.com/2012/08/con ... tters.html

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:18 pm
דורך יידל
דא האב איך אראפגעברענגט איין שטיקל פון שפירא'ס פאוסט, איבער פלאגיאריזם פון הרב יחיאל מיכל שטערן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:55 pm
דורך יידל
א שטיקל וועלכע קען נישט ווארטן פאר א מער גרינטליכע איבערזיכט פון שפירא'ס פאוסט (קארל ווי ביזטו?):

שפירא ברענגט פון "מעשה איש" ביי צבי יברוב דעם פאלגענדעם מעשה:

העיד אחד מגדולי תלמידי רבינו: מעולם לא ראו את הרבי עם אצבע באף (מהרב מרדכי ויספיש)

קאמענטארן זענען איבעריג... (שפירא'ס פוינט איז אז יברוב ווייסט נישט צו מבחין זיין צווישן וועלכע מעשה עס מאכט סענס מפרסם צו זיין און וועלכע נישט).