בלאט 3 פון 4
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2020 11:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאר קלארצושטעלן, לויט יענע ירושלמי איז די וועלט א האלבע באל וואס שווימט ארום אין די אושען, די גרעסטע דשאוק איז ס'איז אפילו דא א קלארע עדות'שאפט פון אלכסנדר מוקדון, און נאכדעם ווילן זיי נאך פארשטיין פארוואס די חוקרים נעמען נישט ערנסט די אלע "פאקטן" און "עדות'שאפטן" פון די תורה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 9:44 am
דורך הקטן
פינטעלע איד האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:עס איז ליידער אן אפטע ערשיינונג אז אין די גרויס געיעג צו מאכזיר ביטשיווע זיין פארקויפט מען די חברה לאקשן, מען זאגט זיי אז די זוהר האט געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג
איך ווייס נישט וועגן זוהר, אבער תוס' מסכת עבודה זרה מ''א עמוד א' ד''ה ככדור: שהעולם עגול כדאיתא בירושלמי שאלכסנדרוס מוקדון עלה למעלה עד שראה כל העולם ככדור ואת הים כקערה פי' ים אוקינוס שמקיף את כל העולם:
ובספרא דרב המנונא סבא פריש יתיר
ובספרו של רב המנונא סבא ביאר יותר, ואמר:,
א
דהא כל ישובא מתגלגלא בעיגולא ככדור,
כי כל ישוב הארץ הוא מתגלגל\מסתובב ככדור
ב
אלין לתתא ואלין לעילא,
יש בני אדם בחלק התחתון של כדור הארץ ויש שבחלק העליון שלו
ג
וכל אינון בריין משניין בחזווייהו,
וכל אותם הבריות שהם משונות במראיהן,
ד
הוא משינויא דאוירא, כפום כל אתר ואתר,
מחמת שינוי האויר שיש בכל מקום ומקום,
ה
וקיימין בקיומייהו כשאר בני נשא
ועומדים בקיומם וחיים כשאר בני אדם
ועל דא ועל כן
(לפי שברא הקב"ה את הארץ בצורת כדור),
ו
לכן אית אתר בישובא, כד נהיר לאלין חשיך לאלין,
יש מקום בישוב שבעת שמאיר לאלו שבצד זה של הכדור, נחשך לאלו שבצד השני של הכדור
לאלין יממא ולאלין ליליא,
לאלו הוא יום ולאלו לילה,
ז
ואית אתר דכוליה יממא,
ויש מקום בישוב שכולו יום, ו
לא אשתכח ביה ליליא בר בשעתא חדא זעירא
ולא נמצא בו לילה רק שעה אחת מועטת. …."
ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא, ו
סוד זה נמסר לבעלי חכמת התורה
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 2:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הייסט עס אז אריסטו איז געווען פון די מארי דחכמתא, שטימט דאך זייער גוט מיט'ן רמב"ם'ס דעה אויף איהם...
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 4:51 pm
דורך פינטעלע איד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר קלארצושטעלן, לויט יענע ירושלמי איז די וועלט א האלבע באל וואס שווימט ארום אין די אושען, די גרעסטע דשאוק איז ס'איז אפילו דא א קלארע עדות'שאפט פון אלכסנדר מוקדון, און נאכדעם ווילן זיי נאך פארשטיין פארוואס די חוקרים נעמען נישט ערנסט די אלע "פאקטן" און "עדות'שאפטן" פון די תורה.
און וועלכע חדר טיישט מען כדור א האלבע באל? שמקיף מיינט נישט אז עס שווימט.
חוץ מזה תוס' קומט מיט דעם מסביר זיין די הלכה אז א געטשקע וואס האלט אין די האנט א באל איז סימן אז מען דינט צו דעם, און דער הלכה רעדט מען זיכער פון א גאנצע באל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:28 pm
דורך הדסים
פינטעלע איד האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:עס איז ליידער אן אפטע ערשיינונג אז אין די גרויס געיעג צו מאכזיר ביטשיווע זיין פארקויפט מען די חברה לאקשן, מען זאגט זיי אז די זוהר האט געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג
איך ווייס נישט וועגן זוהר, אבער תוס' מסכת עבודה זרה מ''א עמוד א' ד''ה ככדור: שהעולם עגול כדאיתא בירושלמי שאלכסנדרוס מוקדון עלה למעלה עד שראה כל העולם ככדור ואת הים כקערה פי' ים אוקינוס שמקיף את כל העולם:
וואס די חידוש אויב א ראשון ווייסט? אפילו אויב די ירושלמי ווייסט איז נישט קיין גרויסע חידוש.
אויב די זוהר ווייסט, און אויב די גאנצע זוהר איז געשריבן בימי רשב"י, וואלט עס געווען חידוש פאר מיר אז די תנאים האבן שוין געוואוסט אין א צייט וואס אסאך חכמי אוה"ע האבן נאכנישט געוואוסט.
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:21 pm
דורך טראכטכמוני
קודם פירוש המילות:
תוס׳ זאגט אז: דער ירושלמי זאגט אז: אלקסנדער מוקדון האט - לכאורה - געזאגט אז: אז ער האט געזען אז די וועלט איז רונדיג.
קומט אויס:
1. תוס׳ האט געוואוסט
2. ירושלמי האט געוואוסט
3. אלקסנדר מוקדון האט געוואוסט
בכלל איז משמע פון דים אז חז״ל האבן גענומען די ידע פון מוקדון (ס׳קען זיין אז די חכמה איז דאס וואס זיי האבן מקבל געווען זיין עדות׳שאפט אנטקעגן די דעמאלטסדיגע אקצעפטירטע קאנצעזוס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:21 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פינטעלע איד האט געשריבן:און וועלכע חדר טיישט מען כדור א האלבע באל? שמקיף מיינט נישט אז עס שווימט.
אויב די אושען איז ווי א שיסל מיט וואסער (כקערה), און די שיסל וואסער נעמט ארום די וועלט, דאס רוף איך "שווימען". קען זיין אז די באל וואס איז ארומגענומען מיט (שווימט אין) די שיסל וואסער איז א גאנצע באל, אבער די חלק וואס שטעקט זיך ארויס אויף וואס מ'זאל קענען וואוינען קען נאר זיין א האלבע באל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וויאזוי אריסטו האט אויסגערעכנט אז די וועלט איז רונדיג, געדענקט אז ער איז געווען עלטער פון רשב"י מיט אלכסנדר מוקדון צוזאמען...
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
טראכטכמוני האט געשריבן:קודם פירוש המילות:
תוס׳ זאגט אז: דער ירושלמי זאגט אז: אלקסנדער מוקדון האט - לכאורה - געזאגט אז: אז ער האט געזען אז די וועלט איז רונדיג.
קומט אויס:
1. תוס׳ האט געוואוסט
2. ירושלמי האט געוואוסט
3. אלקסנדר מוקדון האט געוואוסט
אדער קען זיין אז ס'איז סתם א לעגענדע (במילים מכובסות: למעלה מהשגתינו...).
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:13 pm
דורך טראכטכמוני
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:טראכטכמוני האט געשריבן:קודם פירוש המילות:
תוס׳ זאגט אז: דער ירושלמי זאגט אז: אלקסנדער מוקדון האט - לכאורה - געזאגט אז: אז ער האט געזען אז די וועלט איז רונדיג.
קומט אויס:
1. תוס׳ האט געוואוסט
2. ירושלמי האט געוואוסט
3. אלקסנדר מוקדון האט געוואוסט
אדער קען זיין אז ס'איז סתם א לעגענדע (במילים מכובסות: למעלה מהשגתינו...).
וואס איך מיין צו זאגן איז אז אויב דער וואס האט דא ציטירט דער תוס׳ נוצט דאס אלץ ראי׳ דא אהער ׳מוז׳ ער אננעמן אז אפי׳ דער תוס׳ איז מסכים מיט די אויבנדערמאנטע מוכח מתוכו׳דיגע דריי פונקטן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:54 pm
דורך הקטן
ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא,
אנע בישות שרייבן אז דאס איז גאר א סוד!?!
ווען קינד און קייט און אלע ווייסען, אלס א דבר פשוט, נישט נאר אז דו וועלט איז רינדיג נאר
אלעס אלעס וואס די זוהר רעכענט דא אויס
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:10 am
דורך אישתישבי
תוספות האט זיכער געהאלטען אז די וועלט איז פיר עקעכדיג אזוי ווי דער פשטות פין פסוק ארבע כנפות הארץ, נאר ברענגט דער אלכסנדר מוקדון צו ווייזען אז מענטשן מיינען עס איז רינדיג, און דערפאר וכו'.
די וואס ברענגן דער זוהר אז דער זוהר האט שוין געוויסט וכו', פין דער זוהר איז א ראי' אז דער זוהר איז ניי, ווייל אין דער צייט פין דער תנאים ואמוראים האט מען נישט געוווסט אז עס דא אנדערע טיים זאהנס אויף דער וועלט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:11 am
דורך הקטן
אדער איז דאס א ראי' אז ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:51 am
דורך פינטעלע איד
אישתישבי האט געשריבן:תוספות האט זיכער געהאלטען אז די וועלט איז פיר עקעכדיג אזוי ווי דער פשטות פין פסוק ארבע כנפות הארץ, נאר ברענגט דער אלכסנדר מוקדון צו ווייזען אז מענטשן מיינען עס איז רינדיג, און דערפאר וכו'.
לייג נישט אריין תוספות אין דיין באקס פון פשטות הפסוק. איך למשל, האלט זיכער אז די וועלט איז רינדעכיג אזוי ווי דער פשטות פון תוספות שהעולם עגול.
אישתישבי האט געשריבן:די וואס ברענגן דער זוהר אז דער זוהר האט שוין געוויסט וכו', פין דער זוהר איז א ראי' אז דער זוהר איז ניי, ווייל אין דער צייט פין דער תנאים ואמוראים האט מען נישט געוווסט אז עס דא אנדערע טיים זאהנס אויף דער וועלט.
ממה נפשך אויב מען רעדט אז זיי האבן געוואוסט בקבלה וכדו' פון די תורה דאן איז עס נישט געבונדן צו וואס "מען האט נישט געוואוסט וכו"
און אויב רעדט מען צו זיי האבן עס געוואוסט פון סייענס, דאן האט תוספות געטייטשט דעם פסוק אזוי ווי איך און די טייטשן עס היינט.
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 10:40 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 12:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יענער סייט ליינט זיך ווי אן אש סייט. וועלהאוזען איז גאר די ראיה צו תורה מן השמים! די איינציגטסע וועג ווי אזוי צו ׳גלויבן׳ אין וועלהאויזען איז נאך דעם וואס מ׳נעמט ניטאמאל אלס א צד אז תורה מן השמים. און דערנאך גיבט דער דריידל א ספין און ווייזט עס גאר אויף!
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 1:51 pm
דורך real fake news
ער מאכט דארט ליצנות פון זיך אליינס,
Bible codes are also an incredible resource
.... for predicting future events, right after they happen
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 3:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דארט האב איך טאקע געכאפט אז ס'איז סאטירע.
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 9:33 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דאס איז די גרעסטע (ערגסטע) דרגא פון ליצנות. געשריבן לכאורה תמימות'דיג. אלס סייענטיפיק ריסוירטש. נאר געמאכט ליצנות פון אלע תמימים (אריינגערעכנט, מיך) וועלכע גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו פון בארג סיני.!
נאר איך האלט אז די גאנצע טעאריע פון תורה קאודס איז פעיק ניוז און פאנטאזיע אויסגעטראכט דורך עטליכע אינטעלעקטואלע דיסהאנעסט פערזענליכקייטן. וועלכע מיינען אריינצונארן די מתחזקים מיט פאלשע טעאריעס און האפענונגען...!
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:01 pm
דורך סקעפטיקער
מיכאל אברהם האט זיך גענומען איבער די סוגיא
https://mikyab.net/posts/86553/
אני נזכר באנקדוטה משעשעת (לפחות אותי). בעודי מכהן פאר כרב פורים בישיבת 'נתיבות עולם' בבני ברק והגלילות (ישיבה של בעלי תשובה) עליתי על הבמה עם גביע יין ואחרי הקידוש דרשתי בעוצם ידי החזקה וזרועי הנטויה בענייני פורים. בין היתר, אמרתי שם שמצאתי ממש כעת ממצא מדהים בדילוגים בתנ"ך: המקום שבו מופיעה המילה 'אסתר' בדילוג מינימלי בכל התנ"ך הוא ב… מגילת אסתר. דילוג של 1 כמובן. אם זה לא מחזיר את כולנו בתשובה איני יודע מה עוד ניתן לעשות עם קשי עורף שכמונו. היו שם לא מעט אנשים (כולל חלק מהר"מים) שהיו מזועזעים מכך שאני מזלזל כך ביסודי התורה. הדילוגים בתורה נחשבו אצלם חלק מי"ד העיקרים. היו אפילו כאלה שאמרו לי שדבריי עלולים לגרום לאנשים לנטוש את מחויבותם הדתית. עניתי להם שלדעתי עדיף שייטשו. אם הם מתבססים על ההבלים הללו אז כבר כעת זו מחויבות בטעות והיא בטלה ועומדת. כבר שם החלו להנץ ניצני הכפירה שלי רח"ל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:38 pm
דורך הכנה דרבה
אינטערעסאנט צוצוצייכענען אז ס׳אויך דא Quran codes, פאנטאזיעס איז אוניווערסאל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:32 pm
דורך מי אני
לגבי זיין דיון איבער דעם אז אויב וויל מען ״זעהן״ עפעס פון א גימטריא, מוז דאס זיין סטאטיסטיש סיגניפיקענט אז עס זאל ״פונקט״ געלונגען וכדומה, האב איך
דא צוגעברענגט פון פּראפעסאר יצחק אלישאקאף און דר. עליאט פּיינס וואו זיי טוהן דורך די פּראַבּעבּיליטי פון דאס טרעפן א גימטריא ביים ענין ים של שלמה און די וועליוּ פון π.
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 3:55 pm
דורך סקעפטיקער
ראה זה פלא, אין די תורה טרעפט מען די אותיות י-ה-ו-ה-ש-ק-ר אפגערוקט די זעלבע צאל אותיות 22 מאל כמנין שם כ"ב