בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 5:47 pm
דורך diff
[left][/left]Will there be votes or just a drasha like last time. And do the gabbaim come with?

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:00 pm
דורך ר' שמחה
דאס מאל גייט דער אלכסנדר רבי זיך יא באטייליגן (נישט ווי זיין מאדזיצער שוואגער) צו ער לאכט זיך אויס פון די גאנצע מועצת ?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:14 am
דורך מיין מיינונג
ס'שוין אפגעשטופט געווארן אויף קומענדיגן זונטאג.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 12:58 pm
דורך לעמיל
נעכטען איז פארגעקומען א אסיפה מועצת אגודת ישראל (די מועצת פון דגל איז נישט געקומען דאס מאל) ווי מ'האט דן געוועין די ענינם העומדים על הפרק לגבי חינוך דאס מאל איז נישט געוועין א אויבען אן נאר א באקסבילד

א אינטערסאנטע בילד ווי די גבאים פון אדומרי"ם מוויזניץ שמוסען און די צייט פון די אסיפה
בילד

פאר מער בילדער קליקט דא

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 9:17 pm
דורך ר' שמחה
לעמיל האט געשריבן:א אינטערסאנטע בילד ווי די גבאים פון אדומרי"ם מוויזניץ שמוסען און די צייט פון די אסיפה
בילד

פאריגע מאל אויך געווען א בילד פון די זעלבע גבאים שמועסן שטייענדיג,
אינטערעסאנט, איין כיטערער בן ציון קעגן דריי פון דעם צד שכנגד.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:05 pm
דורך הדד בן בדד
און ווי איז דער נשיא, דער ערלוי'ער רב?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:44 pm
דורך ר' שמחה
דער באסטאנער האט זיך אויך נישט משתתף געווען, אזוי אויך ר' מאיר פרוש, ביידע געפינען זיך אין חו"ל.


דער אלכסנדר רבי האט דאס מאל אויך נישט אנטייל גענומען.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 2:58 pm
דורך לעמיל
הדד בן בדד האט געשריבן:און ווי איז דער נשיא, דער ערלוי'ער רב?

ער האט זיך נישט גוט געפילט האט ער געשיקט א בריו
ר' שמחה בן ציון נעבען זיין רבי איז ער אפשר א כיטערער אינג סתם אזוי האט מען שוין געהערט אזאנס

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 7:37 am
דורך diff
What was the meeting about?

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 8:54 am
דורך בדחן
Nothing, nothing has changed nothing will change because of this,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:06 pm
דורך גיבור
אינטרעסאנט היינט איז פארגעקומען נאך א אסיפה און קיינער באריכט עס נישט
אויב איינער האט עפעס מער דעטאלן אדער בילדער זאל עס ביטע באריכטן .
יישר כח

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:23 pm
דורך סאשי פיש
דא האט איר א בילד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:23 pm
דורך נייגעריגער
יעדער באריכטעט עס!!
ערוץ 7
בחדרי חדרים

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:33 pm
דורך לעמיל
איבער וואס איז דע אסיפה גיווען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:47 pm
דורך big joe
ר' שמחה האט געשריבן:דער באסטאנער האט זיך אויך נישט משתתף געווען, אזוי אויך ר' מאיר פרוש, ביידע געפינען זיך אין חו"ל.


דער אלכסנדר רבי האט דאס מאל אויך נישט אנטייל גענומען.

ר' מאיר פרוש איז אין א''י, (גרייט צו כאפן ר' עובדיה'ס קללות מוצ''ש)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:44 pm
דורך בעל הבית
גאנץ א שיינע זאך שטעלט אייך פאר, אז אלע אמרקנישע רבנים קומען זיך צאם יעדע פאר חדושים דן צו זיין דברים העומדים על הפרק

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:54 pm
דורך הוגה
בעל הבית האט געשריבן:גאנץ א שיינע זאך שטעלט אייך פאר, אז אלע אמרקנישע רבנים קומען זיך צאם יעדע פאר חדושים דן צו זיין דברים העומדים על הפרק


אויף אלע מיינע שונאים געוואונטשן! פארוואס שעלטסטו? וויפיל איז די שיעור צו פייניגן אידישע קינדער?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:41 am
דורך טעפל
הוגה האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:גאנץ א שיינע זאך שטעלט אייך פאר, אז אלע אמרקנישע רבנים קומען זיך צאם יעדע פאר חדושים דן צו זיין דברים העומדים על הפרק


אויף אלע מיינע שונאים געוואונטשן! פארוואס שעלטסטו? וויפיל איז די שיעור צו פייניגן אידישע קינדער?

איי עם סארי דאס איז נישט וויליאמסבורגע רבנים, פון דא קומט נישט ארויס געווענטליך קיין גזירות איבער אידישע קינדער..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:25 pm
דורך נצבד
לייען קודם דאס ביכל "מקוטוביץ עד ה' אייר", און נאכדעם העל מיר רעדען איבער די נושא וואס רופט זיך מועצת גדולי התורה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:56 pm
דורך [NAMELESS]
פרטיכל מישיבת מועצת גדולי התורה
האדמו"ר מגור: ... מממ ההה. (וויל עפעס זאגן ס'גייט נישט)
האדמו"ר מויזניץ מענדלע: כ'בין געוועהן יעצט אין שווייץ פאר דריי חדשים, אוי איז דאס גוט געוועהן... פשי האב איך זיך אפגערוהט!
האדמו"ר מבעלזא: (אונטער די נאז) אפגערוהט פון וואס?
האדמו"ר מויזניץ שרולטשע: יאיא, און איך בין געוועהן אין חאלדודנע, שפאצירט נעבען די קיעלעך יעדן טאג, א שיינער פארם מיט שפעסעלעך און קיעלעך און אויך עטליכע עופות געוועהן.
האדמו"ר מסאדיגורה לויזניץ מענדלע: אה ויזניצער רבי איר זענט אויך געועוהן אין שווייץ? כ'בין געוועהן דארט, זייער הנאה געהאט, בעיקר איז דער רכבל אויף די בערג געוועהן אסאך 'פאן'.
האדמו"ר ממאדזיץ: וואס מיינט דאס פאן?
האדמו"ר מבאיאן: כיף מיינט פאן אויף ענגליש.
האדמו"ר מביאלה: וואס האט מען צוזאמגערופן די אסיפה?
אלע צוזאמען: וועגן גיוס!!!! האדמו"ר מביאלה: וואס האט מען צוזאמגערופן די אסיפה?
אלע צוזאמען: וועגן גיוס!!!!
ביאלה: איז וואס רעדט מען דא פון וואקאציע, איך בין א גאנץ יאר אין צפת, נו מילא?
מאדזיץ: מ'דארף זיך טאקע נעמען רעדן תכלית
סלונים: אבער דער רבי פון צאנז איז נאכנישט דא
ויזניץ שרולטשע: עפעס מזונות, צו עסן אדער טרינקען איז דא?
(באיאן און סלונים הייבן אהן שלעפן די קעיקס צום ויזניץ שרול)
בעלזא: שיסט אויס אין א געלעכטער מאין הפוגות.
גור: ווערט נערוועז, הייבט אהן זאגן: עהך מיין אז מ'... בלייבט שטיין, ווייזט אזוי מיט די הענט, יעדער קוקט אויף אים און ער בלייבט שטיל.
צאנז רייסט אריין פארסאפעוועט און אטעמט שווער: ענק ווארטן שוין דא לאנג? אוי אנשולדיג, פשוט כ'האב געהאט טויזענטער אידן וואס האבן געווארט מיט קוויטלעך, צרכי עמך מרובים נישט געקענט אפזאגן.
בעלזא: ווידער אין א יאמערליך געלעכטער...
ויזניץ שרול מיט א מויל פול מיט קעיק אין סעלצער נעמט זיך רעדן און ס'פליהט שטיקער אויף אלע ארומיגע: אהההה צאנז'ער רבי מ'האט געווארט אויף אייך...
צאנז: שלום עליכם פאר יעדן איינעם מיט אזא לייכטער שאקל מיטן קאפ.
ויזניץ מענדל: צאנז'ער רבי, ווי זענט איר געוועהן אויף וואקאציע?
בעלזא: מאכט א פאקס די מויל און די אויגן אויף ארויף צו די לינקע זייט און קראכט זיך...
צאנז צו ויזניץ מענדל: הייבט אויף ביידע הענט אויף ארויף מיט צוגמאכטע אויגן, ווי קען מען דען איבערלאזן אן עדה קדושה כצאן אשר אין להם רועה...
גור: גיוס, קיצוצים!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! (בקול רעש גדול).
מאדזיץ: יא די מאדזיץ'ער בחורים ציטערן אוועק, כ'פרוביר כסדר זיי מחזק זיין, אבער איך אליינס האב זייער מורא, וואס וועט דא זיין, וואס זאגן די חברים.
בעלזא: בחורים? מא מאדזיצ מאדזיצער רבי. זיין קול ווערט נקטם חחחחחחחחחחחחחח חחח חחח חחחח חחח
בעלזא לייגט אראפ זיין קאפ, זיי גאנצע בויך שאקעלט זיך פאר געלעכטער, (אוי איך קען שוין נישט... נישט זיכער אויב כ'האב קלאר געהערט).



איך האב באקומען די באריכט, איך בין נישט ערב ווי קראנט זי איז, אבער ווי צדיקים האבן געזאגט מען דארף גלויבן אז עס קען זיין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:58 pm
דורך קאווע טרינקער
פלצות אחזתני

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 6:08 pm
דורך נאר,,פרייליך
היינט האט זעך אנגעהויבען צו זעהן די רעזואלטאטען פינעם מועצת זיצונג ווען אויף פילע טאראסעס זענען אויסגעשפרייט ליילעכער קעגן די געלט שניטען פינעם מדינת הציוני

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 6:15 pm
דורך הוגה
[tag]קופערניקוס[/tag], כ'האב שוין לאנג נישט געלאכט אזוי שטארק... (מיין גאנצע בויך האט זיך געשאקלט...) :lol: שוין די צווייטע מאל וואס דו טוסט עס צו מיר אין די לעצטע פאר טעג. איך וויל זאגן אז דו פארמאגסט א שטארקע כח המחדש, אבער כ'ווייס דאך אז דאס מאל איז א יעדע ווארט אמת, דברים כהווייתן. אשרינו מה טוב חלקינו שאלו מנהיגינו.