הענק פעליסער, וואס יידל דערמאנט אין זיין
פתיחת האשכול האט היינט ארויסגעגעבן א
לענגערע איבערגעמאכטע ארטיקל, וואו ער לייגט צו אסאך אנדערע סיבות וואס מענטשען, פראפערסארן ווי ציווילע צוגלייך, האבן אריינגעשיקט וואס ס'קען אלץ גורם זיין די דעספאריטעט ציווישן די IQ פון אשכנזים און די אלגעמיינע באפעלקערונג.
ער זאגט אז ער האט אריינבאקומען קריטיק נאכן פאריגע ארטיקל פארן נישט ארויסברענגען אז א חלק פון די הויכע פראצענט נאבעל פרייז געווינער וואס זענען אידן געפינען זיך אויך ספרדים, און נישט נאר אשכנזים. ער דערמאנט טאקע א ליסטע פון אויסערגעווענליכע ספרדים, און ברענגט פון דזארדזש סארטון'ס בוך "אריינפיהר צו די היסטאריע פון סייענס" אז 95 פון 626 סייענטיסטן פון 1150 ביז 1300 זענען געווען ספרדים. 15%, סאך העכער ווי זייער פראצענטאלע פראפארציע. ער לייגט אבער צו אז היינטיגע צייטן ווען מ'מעסט די IQ לעוועלס פון ספרדים איז עס נישט העכער ווי די אלגעמיינע צפון איראפעאישע באפעלקערונג, און זיכער נישט אזוי הויעך ווי זייער ברידער די אשכנזים.
יעצט צום שאלה פון "פארוואס?" וואס מאכט אונז אזוי קלוג? האט ער צאמגעשטעלט א ליסטע פון 20 מעגליכע סיבות, 8 דערפון זענען פון זיין ארגינעלע ארטיקל, ס'איבעריגע איז פון וואס מענטשען האבן ארייגעשיקט.
איך וועל שרייבן די צוואנציג סיבות בקיצור, אפאר האט שוין די עולם דא ארומגערעדט, און איך בין זיכער אז יידל און די אנדערע חכמים דא וועלן קענען צולייגן זאלץ און שווארצע פעפער.
1) בבלישע יודזשעניקסיידל האט שוין
מסביר געווען אנהויב אשכול, אז די אינטעלעקטואלע און רייכע זענען פארטריבן געווארן קיין בבל, און די ארעמע פויערן זענען געבליבן אין א"י און פארמישט געווארן מיט די שכנים.
2) עם הספרכנ"ל3) געזונטע היגיענע און דיעטעהאט יידל געמסביר'ט
דא.
4) אותיות מחכימותאיז ענליך צו נומבער 2, ברענגט ער פון
הרב ד"ר ירמי' אונטערמאן אז ס'דא א חיוב ביי אידן צו לערנען תורה מיט די קינדער, ממילא זענען אידישע קינדער געווען מער ליטעראט ווי די גוים. וואס ביי די גוים פאר צוויי דריי טויזענט יאר צוריק איז געווען א אומדערהערטע זאך אז א גאנצע באפעלקערונג זאל זיין קענען ליינען און שרייבן. ווי אויך דאס אויסהאלטן א איידעם וואס לערענט האט געמיינט אז ס'האט זיך זייער געלוינט צו זיין געלערענט, דאס איז געווען די העכסטע שטרעבונג, בשעת ביים גוי איז געווען אנדערע שטרעבונגען.
5) תקנת ר׳ יהושע בן גמלאזייט אריבער צוויי טויזענט יאר צוריק איז פאראן א חיוב פאר יעדע אידישע פאטער, צו לייגן זיין קינד אין א חינוך אינסטאטוציע. ביז הונדערט יאר דערנאך איז געווען ביי אידן א יוניווערסאלע חינוך וואס האט אויסגעלערענט אינגלעך צו לייענען, שרייבן, און ציילן. די ערשטע פאלק אין היסטאריע וואס האט עס באוויזן. ער זאגט אז די פינאנציעלע קאסטן פון אויסהאלטן א קינד אין חדר האט געמאכט אז ארעמע פארמער וואס האבן עס נישט געקענט עפפארדן זענען עווענטואל אוועקגעפאלן צו קריסטנום, און די אידישע פאפולאציע איז אראפ פון פיר און אהאלב מיליאן צו 1.2 מיליאן.
ממילא איז אויסגעקומען אז בעיקר זענען די רייכע און קלוגע זענען געבליבן אידן, און די ארעמע און נידעריגע IQ זענען אוועקגעפאלן.
איין פראבלעם וואס איך האב מיט דעם איז אז א חלק פון די תקנה איז געווען אז שכ"ל איז א קהלישע עקספענס, און די רייכע האבן געצאלט פאר די ארעמע. אבער קען זיין אז דאס איז אלעס פיין און וואויל אין די שטעט, אבער אין די ארעמע דערפער איז נישט געווען ווער ס'זאל אויסהאלטן, און אפילו אויב יא איז די קוואליטעט פון די חינוך געווען סובסטאנציאל שוואכער.
6) שטאטישע לעבןביז פאר צוויי טויזענט יאר זענען מייסטענס אידן געווען פארמער, ארץ ישראל איז געווען א לאנד פון אגריקולטור, און אכציג-ניינציג פראצענט אידן האבן געטוהן פעלד ארבייט. א טויזענט יאר שפעטער זענען קוים צען צוואנציג פראצענט געבליבן פארמער, דאס איז טיילווייז א רעזולטאט פון תקנת ר' יהושע בן גמלא, ווייל איינמאל א קינד קען מאטעמאטיק, שפראך, לייענען שרייבן, האט מען נישט פארשווענדעט זיינע כשרונות אויף פעלד ארבייט, נאר געגאנגען אין די שטעט טרעפן ארבעט אין מעקלעריי, האנדל, און פינאנץ.
דאס וואוינען אין א שטאט העכערט די IQ פון א מענטש, א 2006 שטודיע ווייזט א 19.4 פראצענטיגע חילוק ציווישן שטאטישע און דערפישע סטודענטן, אין גריכענלאנד האט א צווייטע שטודיע אין 1970 געטראפן א צען ביז דרייצן פראצענטיקע חילוק, אנדערע שטודיעס ווייזן אביסל קלענערע חילוקים, אבער א חילוק איז זיכער דא, און יידן זענען פון די לענגסטע אנגייענדע פעלקער וואס דורכאויס זייטן חורבן וואוינען זיי בעיקר אין שטעט.
תמליון האט שוין אנגערירט די נקודה
דא.
7) שפראך און מחשבהדר. סעם ליהמאן-ווילציג, א פאליטישע סייענס פראפעסאר אין ארץ ישראל האט עם געשריבן, אז די געבוי פונעם תלמוד, די דיאלעקט ציווישן שואל און משיב, הוא אמינא און מסקנא, לערענט אויס א מענטש א וועג פון טראכטן, זען אלע צדדים אין א נושא, נישט אננעמען גארנישט בלינדערהייט, נאר פרעגן שאלות אויף אלעם, אפילו א פסוק, א תנא, אדער די אייגענע שיטה. דר. סענפארד אראנאף, סייענס פראפעסאר אין ריידער יוניווערסיטעט האט עם אויך געשריבן ענליכס.
8) פארהייראטע רבניםא גרויסע חילוק ציוושן די קאטוילישע גלחים און להבדיל די אידישע רבנים איז, אז די גלחים ברענגען נישט קיין קינדער אויפן וועלט. דאס מיינט אז לעגאויס די היסטאריע, בשעת די קלוגסטע ביי די גוים, די געלערענטע און גלחים האבן אפגעהאקט זייער גענעלאגיע, האבן די אידישע אינטעלעקטואלן געהאט אסאך קינדער, מיט גרויסע פאמיליעס.
איחוד פעלד האט עס שוין צוגעברענגט
דא.
9) בת תלמיד חכםתנו רבנן לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם לא מצא בת תלמיד חכם ישא בת גדולי הדור לא מצא בת גדולי הדור ישא בת ראשי כנסיות לא מצא בת ראשי כנסיות ישא בת גבאי צדקה לא מצא בת גבאי צדקה ישא בת מלמדי תינוקות ולא ישא בת עמי הארץ מפני שהן שקץ ונשותיהן שרץ ועל בנותיהן הוא אומר (דברים כז, כא) ארור שוכב עם כל בהמה תניא ר' אומר עם הארץ אסור לאכול בשר (בהמה) שנאמר (ויקרא יא, מו) זאת תורת הבהמה והעוף כל העוסק בתורה מותר לאכול בשר בהמה ועוף וכל שאינו עוסק בתורה אסור לאכול בשר בהמה ועוף: (פסחים מ"ט ע"ב)
גמרות אזוי ווי דעם זאגן אן דעם איד אז ער זאל שטרעבן צו טרעפן א פרוי א טאכטער פון א געלערענטע מאן, דאס איז די גרעסטע און חשוב'סטע זאך ביים זוכן א פאסיגע ווייב. און פארשטייט זיך די זעלבע פארקערט, יעדע ערליכע איד האט געוועלט א בחור א תלמיד חכם פאר אן איידעם. בשעת ביי די גוים האט מען פראבירט חתונה צו האבן העכער אינעם סאציאלן לייטער, אריסטראקאטישע בלויע בלוט, אדער מלחמה העלדן, האט מען ביי אידן געזוכט די קלוגע. בשעת א קלוגע ארעמע בחור איז ביים גוי שווער געגאנגען, איז ביים איד אנגעקומען צו ווערן דעם ראש הקהל'ס איידעם מיט זיין צארטיגע געראטענע קלוגע געלערענטע טאכטער.
10) ביי-לינגואלנוראלאגן היינט צייגן צו אז קענען מער ווי איין שפראך הייבט די IQ פון א מענטש, ווי אויך זיין זכרון, גמישות המחשבה, התמודדות עם בעיות, און נאך אסאך זאכן. ממילא ביי אידן, וואס יעדער קען לפחות צוויי שפראכן, די אידישע שפראך, און די שפראך פון די לאנד וואו מ'האט געוואוינט, און יעדע קינד וואס האט געלערענט חומש האט געקענט א דריטע שפראך, און אויב איז ער אנגעקומען צו גמרא האט ער געקענט א פערדע. און אזוי ווי אידן האבן אלעמאל געוואנדערט פון לאנד צו לאנד האבן זיי געקענט מערערע שפראכן, און האבן זיך ערווארבט א שפראך וואס איז געמישט פון דייטש, פויליש, לעטיש, ליטוויש, אונגעריש, רוסיש, אוקרייניש, פראנצויזיש, האָלענדיש, אא"וו. די שפראך ענהאלט אין זיך א קיבוץ פון די אלע קולטורן, ליטעראטור, און קונסט. דאס מיינט אז די עצם רעדן די שפראך מאכט קלוג.
11) פארפיינט און פארפלאגט צו קלוגשאפטאידן אין אייראפע זענען געווען פארבאטן פון רוב אלגעמיינע באשעפטונגען, ווי למשל פעלד ארבעט און אגריקולטור, זיי האבן געווענליך נישט געטארט פארמאגן קיין לאנד, און דאס האט געשטופט די אידן אין די גרויסע שטעט אריין, וואו זיי האבן געמוזט טוהן בוכהאלטעריי, האנדל, אינוועסטירן און מעקלעריי. ביי די קריסטן אין געווען פארבאטן צו פארבארגן פאר ריבית, האט זיך די איד צוגעכאפט דערצו און געשעפט חיונה דערפון. רעקארדס צייגן צו אז אום 1270 זענען 80% פון אידן אין דרום פראנקרייך געווען לייער. שפעטער וואן מ'האט זיי פארטריבן פון מערב אייראפע האבן די אשכנזים געוואנדערט קיין פוילן און די ארומיגע לענדער, וואו זיי האבן ממשיך געווען מיט זייער באשעפטונגען, און איבערגענומען פירן אסאך ביזנעסער, וויבאלד זיי זענען געווען גוט מיט מאטעמאטיק און ביזנעס כשרונות.
די אשכנזים וואס האבן נישט געקענט באקומען די גוטע דזשאבס האבן נישט געקענט אפארדן צו וואוינען אין די שטעט וואו ס'געווען קהילות, נאר געוואוינט איינזאם אין די דערפער, וואו אסאך פון זיי זענען עווענטואל פארפאלן און אויסגעמישט געווארן.
12) אויסגעזיפט געווארן דורך די רדיפותאידן האבן קיינמאל נישט געלעבט צו לאנג במנוחה אויף איין פלאץ, שטענדיג געהאט רדיפות, גירושים, און פאגראמען, איז אויסגעקומען אז די רייכערע אידן זענען געווענליך געווען די וואס האבן זיך געקענט ארויסדרייען, אדער דורך זיך ארויסשווערצן, געהאט קשרים מיט אנדערע לענדער וואו זיי האבן געקענט צו זיי אנטלויפן, געקענט שמירן זיך ארויסצודרייען פון צרות, און געהאט קאנטאקטן אין די העכערע רעגירונגס פאזיציעס. איז אויסגעקומען אז די רייכערע, וואס עשירות מיט הויכע IQ גייט אסאך מאל צוזאמען, האבן געהאט גרעסערע שאנסן איבערצולעבן און אנגיין מיטן נארמאלע לעבענס שטייגער, און האבן קינדער, און די שוואכערע זענען פארטיליגט געווארן און ס'נישט געבליבן פון זיי קיין דורות.
13) קלוגע קרענקס'דא וואס טענה'ן אז די גינעטישע מחלות וואס די אשכנזישע אידענטום איז געבענטשט מיט, וואס אויב האט מען צוויי קאפיס פונעם גענע איז נישט צו געשמאק, אבער אויב האט מען נאר איינע קען עס גורם זיין העכערע נוראלאגישע וואוקס, שנעלערע פארבינדונגען אינעם מח, אא"וו.
אבער די טענה איז אביסל שוואך, ווייל הגם מיר האבן מער פון די גענעס ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג, איז עס נאך אלץ א קליינע פראצענט, איינס אין צוויי טויזענט, און דאס וואלט נישט געקענט גורם זיין אזא גרויסע דיסקרעפענסיע אקראס די באורד.
14) תחשוב טוב יהיה טובא PHD פון לאנדן, א עלעקטריק ענזשיניר האט עם אריינגעשיקט, אז נישט גענעס, נאר פאזיטיווע טראכטן איז גורם העכערע IQ. ער האלט אז אידן האבן מער פאזיטיווע מחשבות ווי גוים, און דאס איז גורם אידן זאלן זיין קלוגער. אויב לאמיר שוין זאגן אז ס'איז אמת, דארף מען זעהן פארוואס טאקע אידן טראכטן מער פאזיטיוו. איז דאס דען נישט אנגעהאנגן אין גענעלאגיע?
15) שאך מאטאשכנזים האבן אלעמאל ליב געהאט צו שפילן שאך, א מאגאזין אין 1905 האט אנגערופן שאך די "נאציאנאלע אידישע שפיל". כמעט 50% פון שאך גרענדמעסטערס (די העכסטע טיטל א שאך שפילער קען באקומען) זענען אשכנזים. ווען קינדער שפילן דעם שפיל שארפט עס אויס די קאפ און קען פאטענציאל העכערן די IQ.
16) מוזיקנגינה איז אלעמאל געווען א מבוקש ביי אידן, כבד את ה' מהונך, מגרונך. פארשער היינט גלייבן אז מוזיקאלע טרעינינג העכערט ניוראן אנטוויקלונג, און קינדער וואס לערנען מוזיק זענען בעסער אין מאטעמאטיק, אנאליסיס, זכרון, קריעטיוויטי, ריכוז, ארבעטן אונטער פרעשור, מאטיוואציע, און סייענס.
17) פאמיליע סאפארטאשכנזישע קינדער האט מען געווענליך העכערע ערוואנטונגען, יעדע אידישע מאמע וויל איר קינד זאך זיין די בעסטע אין וואס אימער, און די אידישע פאמיליעס האבן צוגעשטעלט די סופרארט, און אויך די דראנג, צו שטייגן, און אנצוקומען. סוקסעס ברענגט סוקסעס, און סוקסעס און געלט ברענגט בעסערע חינוך פאר די קינדער. די עוורעדזש אשכנזישע איד אין אמעריקע האט צוויי אהאלב מאל אזוי סאך געלט ווי די עוורידזש אמעריקאנער, דאס מיינט אז א אידיש קינד קען וויילן מער יאר אין סקול און באקומען העכערע בילדונג, פאר ער דארף גיין ארבעטן.
18) קלוגערע האבן ווייניגער אסימילירטעפעס א איד אנליין האט עם געשריבן אז אין זיין אפיניען, א אשכנזי וואס איז נישט אנגעקומען צו עפעס, האט געפילט כאילו ס'פעלט עם עפעס, און עווענטואל האט ער איבערגעלאזט אידישקייט און אסימילירט.
19) עמפאטישע רבניםא צווייטער אנליין וואס רופט זיך "זאב פון דזשו יארק סיטי" טענה'ט אז רבנים זענען גאונים אין עמפאטיע, זיי האבן ליב יעדען מענטש, און ממילא העכערט דאס סאמהאו די IQ דורך האבן מער עמאציאנאלע סופארט אין די קינדער יארן.
20) אנטי-סעמיטיזםא דריטער קאמענטאר זאגט אז דער איד האט א דראנג אנצוקומען צו אקעמישע סוקסעס, עשירות, ווייל ער וויל זיך שפירן פארזיכערט. וויבאלד די שטענדיגע פחד פון אנטיסעמיטיזם הויערט העכער זיין קאפ.
די צוואנציג זענען אסאך איבערגעקייעט די זעלבע סיבה אנגעקוקט פון א צווייטע שטאנדפונקט, אבער אז ער זאגט 20 סיבות, ווער בין איך צו זאגן ווייניגער? און אפאר פון די לעצטע זענען אויך א חלק דמיונות, א חלק wishful thinking, ספעציעל די וואס קומען פון אנאנימע אנליין קאמענטירער. (איך ווייס, איך בין אויך אזאנס...)
צום סוף זאגט ער אז ס'מעגליך אז אונזער קלוגשאפט איז אין רעזולטאט פון אלע סיבות צוזאמען, און שלאגט פאר אז די וועלט זאל אונז נאכמאכן, שפילן שאך מיט די קינדער, אנשטאט שפילן ווידאו געימס, אויסהערען קלאסישע קאמפאזיציעס אנשטאט וואטשען פאטבאל, עסן ווייניגער טאקסיק מאכלים, לערנען שפראכן, און מוטינגען קינדער אז זיי קענען אנקומען.