בלאט 3 פון 14
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:56 pm
דורך יידל
פאר סאם ריזען וואס כ'קען נישט ערקעלערן, גיי איך ניסעלעך פאר "איפכא מסתברא". עפעס משוגע צו ווערן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:15 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
בן תמליון האט געשריבן:איך רייב מיר די אויגן וואס טאלאנט איז געווארן אויפגעגראבן ביי אונז אין בעקיארד. עם ישראל חי!
מיר געפעלט זייער דער הינער איי שטיקל עס איז ארגינאל און ווארפט צוזאם בקיאות מיט לומדות אויך זייער שיין. איין קליינע הערה " אין תורה שבכתב טוט ער נישט עקזעסטירן"? כִּי יִקָּרֵא קַן צִפּוֹר לְפָנֶיךָ אֶפְרֹחִים אוֹ בֵיצִים אין פרשת כי תצא. אויך אין תנ"ך זאגט ישעיה הנביא "וַתִּמְצָא כַקֵּן יָדִי לְחֵיל הָעַמִּים וְכֶאֱסֹף בֵּיצִים עֲזֻבוֹת כָּל הָאָרֶץ" נו שוין מען מוז דאך האבן קריטיק אויך.
כ'האב אויך געטראכט דערפון, אולי יש לומר אז דער בעל הפיוט רעדט פון הינער-איי, משא"כ די תורה רעדט פון פייגל- איי, כהאב נישט דורך געטוען יעצט שילוח הקן בעיון אבער איך מיין אז אויף הינער איי איז מען נישט מחיוב מיט שילוח הקן, [קען זיין אז איך מאך א טעות]. בנוגע מר. פשוט קאמפלצירט נעם איך אוועק פין עם שטיקל נומער איינס, און איך געב עם שטיקל נומער זיבן, עס איז העכסט קאמפלעצירט און פאעטיש.
כ'מיין מיט אזויפיל גוטע שטיקלעך וועט מען דארפן מאכן א פאר awards איינס פאר שפראך איינס פאר קריעטיוויטי, איינס פאר ארגינעלקייט, און איינס פאר טאלאנט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:22 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
גלות יוד האט געשריבן:9 זעט מיר אויס פרויעריש געשריבן און 11 איז טאקע זייער שיין אבער קיין פאעטרי איז עס נישט עס איז א מעשה מיט גראמען, איך מיין אז פון 6 ביז 11 ועד בכלל איז 7 די מערסטע אויסגעשטעלט ווי פאעטרי און אויך א גוטע פאוינט, דערווייל האלט איך נאך אלץ אז 5 איז די בעסטע
11 מוז זיין זייער פיין געשריבן, אז נאכן דורך ליינען די גאנצע מגילה זאלסטו נישט כאפן אז עס גראמט נישט. [וואס איז נישט קיין פעלער ביי פאעטרי ווי שוין ערווענט כמה פעמים דורך די חכמי השטיבל יאנקל און יידל].
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:24 pm
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:פאר סאם ריזען וואס כ'קען נישט ערקעלערן, גיי איך ניסעלעך פאר "איפכא מסתברא". עפעס משוגע צו ווערן.
אפשר קען מען מסביר זיין פאר די קליינקעפיגע (ווי מיר...) דער פשט פון דעם איפכא מסתברא?
עס קוקט אויס שיין געשריבן, איך כאפ אבער נישט דעם ציהל דערפון, און זעה נישט די "משוגע צו ווערן" חלק דערין.
ביטע ערקלערן!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:31 pm
דורך גלות יוד
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:גלות יוד האט געשריבן:9 זעט מיר אויס פרויעריש געשריבן און 11 איז טאקע זייער שיין אבער קיין פאעטרי איז עס נישט עס איז א מעשה מיט גראמען, איך מיין אז פון 6 ביז 11 ועד בכלל איז 7 די מערסטע אויסגעשטעלט ווי פאעטרי און אויך א גוטע פאוינט, דערווייל האלט איך נאך אלץ אז 5 איז די בעסטע
11 מוז זיין זייער פיין געשריבן, אז נאכן דורך ליינען די גאנצע מגילה זאלסטו נישט כאפן אז עס גראמט נישט. [וואס איז נישט קיין פעלער ביי פאעטרי ווי שוין ערווענט כמה פעמים דורך די חכמי השטיבל יאנקל און יידל].
איך האב טאקע געכאפט נאכן שרייבן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:36 pm
דורך געפילטע פיש
וואס זאל איך טוהן אז איך פארשטיי נישט נומער 8? זאל איך מאכן א שאלת חלום?
לעמאן האט יעצט ארויף געלייגט נומער 13, ס'געפעלט מיר, יעדער קען דעם יונגערמאן, אבער דער שרייבער איז אדער א פרוי, אדער א בעל "גאוה".
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:39 pm
דורך משה געציל
#12 איז לכאורה די קונסטליכסטע אין דער געבוי פונעם משקל פון אלע ביז אהער! ווי אויך זייער רייך אין שפראך!
#13 האט מיר געקאסט א שמייכל בעיקר מיט דיינע אויסדרוקן...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:43 pm
דורך אברעמעל
13 דערמאנט מיר ליפא שמעלצער סטייל.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:51 pm
דורך לעמאן דזשוס
רבותי, מיר האלטן ביי פופצן!!!
ליינט און האט הנאה!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:53 pm
דורך משה געציל
13 קוקט מיר אויס ווי קאווע טרינקער.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:56 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידעלעך, איר האט מיר נישט געגלויבט, הא?! פופצן הערליכע שטיקער, גייט'ס צונעמטס זיי אלע, די איינגערעדטע פאעטיקער
מורי ורבותי, איך מיין אז דאס איז עס פאר די איצטיגע פארמעסט! אויב כאב איינעם'ס שטיקל נישט ארויפגעלייגט, ביטע שטורעמט מיר אריין אין אישי, קען זיין כאב פארזעהן, ביטע זייט מודיע.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:02 pm
דורך משה געציל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:גייט'ס צונעמטס זיי אלע, די איינגערעדטע פאעטיקער
אפשר הערסטו מיר אויף טשעפענען?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:03 pm
דורך לעמאן דזשוס
משה געציל אז דו וואלסט עפעס געשיקט וואלט איך חלילה נישט אזוי געשריבן, ביזטאך געוועהן אין גלות די פאר טעג, נא! אונזער פארלוסט
זאל מען ארויסגעבן א ליסטע פון באטייליגטער שרייבער?
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 1:29 am
דורך לעמאן דזשוס
אדער ניין?!
גוטע איידיע
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 1:48 am
דורך משה געציל
מען זאל פראבירן צוזאמצושטעלן די שרייבער מיט די פאעזיעס!
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:09 am
דורך מאטי
יעצט גענדיגט ליינען סדא גאר גוטע אויך שוואכערע יאנקלל האט געמאכט א פיינער ס״ה איך אגרי צו אים כמעט אויף אלעס.נישט וואס צוצילייגן
מיין בעסטער ליין פון אלע שטיקעלעך איז פון הרב אייער שליטא
ביעי ביי די פרומע און """"ביצה ביי די קילע""""( ?am I the only one here)וד״ל
לעמאן וויינט זיך פאר קריטיק העל איכ׳ם נאך גיבן
טעקניקלי דער שיעור הוצאה איז כגרוגרת נישט כביצה אויך דער שיעור בישול עצים איז כגרוגרת של ביצה קלה (עיין מסקנת גמרא שם)נישט כשיעור ביצה קלה ממש
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 9:27 am
דורך בן תמליון
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:איך רייב מיר די אויגן וואס טאלאנט איז געווארן אויפגעגראבן ביי אונז אין בעקיארד. עם ישראל חי!
מיר געפעלט זייער דער הינער איי שטיקל עס איז ארגינאל און ווארפט צוזאם בקיאות מיט לומדות אויך זייער שיין. איין קליינע הערה " אין תורה שבכתב טוט ער נישט עקזעסטירן"? כִּי יִקָּרֵא קַן צִפּוֹר לְפָנֶיךָ אֶפְרֹחִים אוֹ בֵיצִים אין פרשת כי תצא. אויך אין תנ"ך זאגט ישעיה הנביא "וַתִּמְצָא כַקֵּן יָדִי לְחֵיל הָעַמִּים וְכֶאֱסֹף בֵּיצִים עֲזֻבוֹת כָּל הָאָרֶץ" נו שוין מען מוז דאך האבן קריטיק אויך.
כ'האב אויך געטראכט דערפון, אולי יש לומר אז דער בעל הפיוט רעדט פון הינער-איי, משא"כ די תורה רעדט פון פייגל- איי, כהאב נישט דורך געטוען יעצט שילוח הקן בעיון אבער איך מיין אז אויף הינער איי איז מען נישט מחיוב מיט שילוח הקן, [קען זיין אז איך מאך א טעות]. בנוגע מר. פשוט קאמפלצירט נעם איך אוועק פין עם שטיקל נומער איינס, און איך געב עם שטיקל נומער זיבן, עס איז העכסט קאמפלעצירט און פאעטיש.
כ'מיין מיט אזויפיל גוטע שטיקלעך וועט מען דארפן מאכן א פאר awards איינס פאר שפראך איינס פאר קריעטיוויטי, איינס פאר ארגינעלקייט, און איינס פאר טאלאנט.
ר' בנימין ס'איז א משנה מפורשת "אווזין ותרנגולין שקננו בפרדס חייב לשלח" אלזא וועל מיר מוזן ציווארטן פארן מחבר צו ערקלערן זיין כוונה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:00 am
דורך לעמאן דזשוס
דערווייל האט נאך קיין איינער נישט צוגעטראפן צו די ריכטיגע שרייבער!
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 10:45 am
דורך אוהב דעת
שמעקעדיג האט געשריבן:יידל האט געשריבן:פאר סאם ריזען וואס כ'קען נישט ערקעלערן, גיי איך ניסעלעך פאר "איפכא מסתברא". עפעס משוגע צו ווערן.
אפשר קען מען מסביר זיין פאר די קליינקעפיגע (ווי מיר...) דער פשט פון דעם איפכא מסתברא?
עס קוקט אויס שיין געשריבן, איך כאפ אבער נישט דעם ציהל דערפון, און זעה נישט די "משוגע צו ווערן" חלק דערין.
ביטע ערקלערן!
גם אנוכי מצטרף
די פאקט אז קיינער דא קען עס נישט מסבר זיין ,זאגט עפעס מיין הארץ אז עפעס טויג נישט דא
מיין אנטווארט צו #11 ווען איך האב עס ערהאלטן.
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 11:19 am
דורך לעמאן דזשוס
כ׳בין דוקא נישט קיין גרויסע שרייבער אין ענגליש, אבער דאס האב איך ספאנטאניש אפגעשריבן און גע׳ענטפערט צו נומער #11 ווען כאב עס ערהאלטן פארן פארמעסט.
Oh vey, I'm in tears...
sobbing over lost years
A friend is looking for a new wife
He wants to start a new life.
it's heartbreaking to see
the pain he is bearing,
he cannot be free
without for his kids caring
he wants to feel a hug
from his children, joy,
his former wife a thug
she thinks he's a toy.
so he grabs his self esteem
to write his feelings so clear
he doesn't know any theme
but his hands write, he isn't there
his pen a flow of feeling
his paper feels along
the poem has a deep meaning
it makes him become strong!
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 12:47 pm
דורך אוהב דעת
15 איז עפעס געוואלדיג, איך ווער עפעס משוגה דערפאר
נשלח: מוצ"ש פעברואר 16, 2013 10:16 pm
דורך לעמאן דזשוס
אין קורצן #1 האט מיין שטימע פאר שפראך און אויסלייג, נומער #8 א קאנקורענט דערפאר אבער איך וועל #1
אבער אין געדאנק איז #1 היבש ארעם כלפי #8. אזוי אויך איז דריי הערליך, איידל, נאבעל און אידיש
#2 איז רירנד און הארציג
פאסטקעסטל איז צוקער זיס
צוזאמען...א הערליך שטיקל פארן ווייב
שפעטער נאך.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 16, 2013 10:55 pm
דורך גלות יוד
נומבער 13 באלאנגט נישט אין פאבליק וד"ל