בלאט 3 פון 4
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2013 11:34 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'איז לעבידיק אין אר"י
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=EmqGul0QPxU[/youtube]
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 12:05 am
דורך good news
מעניין. היחסים של המשטרה להאזרחים, הוא כה רחוק בישראל מארה"ב. בעת שבארה"ב מתיחסים יותר בכבוד, לא מרביצים ובועטים, לא צועקים, רק לוקחים בכבוד לאן שצריכים. פה בארץ הכל בלגן אחד גדול, כולם צועקים, לך שם, לא פה, אסור לצלם, מותר לצלם, זה נראה כמו איזה ג'ונגל באפריקה מלפני אלף שנה, כמו ארץ בלי שום חוקים, כל אחד עושה מה שרוצה, וזה לא רק אצל החרדים, גם אצל החילונים. ראית איך שקושרים הידים עם חבלים? - בארה"ב תמצא המשטרה עושה כן במאסר? - כל זה מלבד כל הדברים בארה"ב שהחיים פה הינה באופן מתקדם יותר מישראל.
לענין השירות: זאת באמת בעיה, כי יש להבין שני הצדדים. מחד, יש לחץ מציבור הרחוב החילוני. למה הציבור החרדי - אחוז ניכר במדינה - לא צריך לעבוד, לא צריך לשרת בצבה, ויוכל לקבל כל השירותים של המדינה, בעת שהחילונים צריכים לעבוד על זה. מאידך, הם לא צריכים באמת החרדים שם. נקודה. זה עושה להם קשה כל החוקים וההלכות, כולל החגים ועוד של החרדים. מאידך עוד לא היה דבר כזה בהיסטוריה שציבור שלם עומד בטל ולא עובד, שמענו שהיו רבנים וישיבות שלמדו ולא עבדו, אבל ציבור שלם? - וכל זה בעת שהולכים וגודלים, ואינם מביאים כלום להמדינה. אז המדינה רוצה לשנות את היחס של החרדים לעבודה ולצבא, כך שהם יביאו יותר תועלת להמדינה ולציבור הכללי (ואגב; הם יהיו עסוקים ולא ישרפו פחי זבל כל יום במאה שערים וברחובות...).
החרדים מצידם, רואים בזה גזירת שמד, וקצת בצדק, כיון שאי אפשר באמת להיות חרדי אדוק בצבא (עכ"פ כפי השקפת הגדויילים), משרתים עם חילונים ביחד וגם עם בנות... נכון, יש הפרדה, אבל באמת... כן הפרדה לא הפרדה, סוף כל סוף נפגשים... לפני שנה היה שערוריה על נשים ששרו בצבא, והמפקד לא נתן לחיילים חרדים ודת"ל לצאת. בקיצור, זה באמת קשה.
אז יש בעיה גדול, ולא נראה עדיין באמת קצה המנהרה... אולי יתנו להחייכים החרדים להשתיק את הענין לשנה או שנתיים, אבל סוף כל סוף יש פה בעיה קשה, כיון שציבור החרדי הולכת ומתגדלת מיום ליום, ומי יודע לאן זה יגמור?
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 12:07 am
דורך חזקיהו המלך
לעיקוואד האט געשריבן:וואס קומט דא אריין דראנג אהער דראנג אהין. די סיבה פארוואס חרדים פילען נישט בכלל אז זיי דארפן זיך משתתף זיין אין זייער אייגענע הגנה איז וייל חרדים פירען זיך נישט צו גיין אין מיליטער. דעטס אלל. קיינער פילט נישט קיין דראנג צו טון עפעס וואס קיינער אין זיין סביבה טוט נישט, און דאס דארף נישט קיין שום אידיאלאגיע אדער השקפה.
די צורך פאר הגנה איז קיים יעדער טאג כל זמן שישראל מוקפת שוונאים און איז פונקט אזוי וויכטיג בשעת שלום ווי בשעת מלחמה. די חרדים פון וועם דו רעדסט וואס זענען געגאנגען ביי די מלחמות איז אזעלכע וואס זענען שוין געווען אין צה''ל לכתחילה. אדער אין מילואים. קיינער האט זיך נישט אויפגעשטעלט און מתגייס געווען פון א טאג צו א טאג. פשוט פאר פערציג יאר צוריק ווען ס'געווען די מלחמות פון וואס דו רעדסט איז נאכנישט געווען בכלל די מנהג אז חרדים גיין נישט אין מיליטער, נאר בחורי ישיבות אדער קנאים, רוב נארמאלע היימישע אידען זענען געגאנגען, און האבן געפילט א ''דראנג'' פונקט ווי יעדער. שאל אביך ויגדך. די גאנצע זאך אז חרדים פער סעי גיין נישט איז א מנהג פון נאכנישט צויי דורות און מ'רעדט אונז איין אז דאס איז הלכה למשה מסיני, כמנהג החרדים ברוב העניינים.
כ'ווייס נישט וואס די פארפירסט, ס'איז א מיליטער אנגעפירט דורעך אידען וואס היטען נישט תורת משה, אין א ערליכער איד האט נישט דארט קיין פלאץ, ס'איז א פלאץ וואס איז פיהל מיט שלש חמורות, טאמער אמאל זענען היימישע אידען יא געגאנגען דאן האבען זיי טאקע נישט ריכטיג געטוהן, אוודאי דארף מען טוהן וואס מען קען נאר צי נישט גיין אין אזא פלאץ, ס'איז נישט קיין היינטיגע אויפטוה אז די סביבה פין א מענטש האט א השפעה אויף א מענטש,
אין קיין שום ערליכע איד האט נישט דארט קיין פלאץ, סיי בני ישיבה אין סיי נישט בני ישיבה, קיינער האט זיי נישט געהייסען מאכען א מדינה, זיי האבען געמאכט זאלען זיי זיך אליינס ספראווענען מיט די פראבלעמען,
זיי האבען נישט געמאכט קיין סוד ווען זיי האבען געבויעט די מדינה אז זיי ווילען אויסרייסען ערליכע אידען, אין מען קען זיי מיט גארנישט טראסטען, זיי האבען אפגעשמדט טויזענטער ספרדישע אידען, אין יעצט ווילען זיי מען זאל זיי טראסטען מיט אונדזערע קינדער, חלילה וחלילה וחלילה וחלילה,
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 4:37 pm
דורך קאווע טרינקער
איך בין שוין א שעה צוגענאגעלט צום אינטערנעט, קוקענדיג אויף קליפה'ס פון די הפגנה.
עפעס גייט מיר נישט אריין אין קאפ.
וואספשט? אינגעלייט קומען אהין, רייצען זיך מיט די פאליציי, פארוואס פארווען?
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 5:27 pm
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך בין שוין א שעה צוגענאגעלט צום אינטערנעט, קוקענדיג אויף קליפה'ס פון די הפגנה.
עפעס גייט מיר נישט אריין אין קאפ.
וואספשט? אינגעלייט קומען אהין, רייצען זיך מיט די פאליציי, פארוואס פארווען?
ווייל אזוי האט מען זיי געלערנט אין חדר.
א"נ ווייל הבטלה מביא לידי שעמום.
ועוי"ל זיי טוען די רצון פון די א.ג. דעת תורא, מדשתקי ש"מ דניחא להו.
אין אנדערע ווערטער, עס ווערן דארט אויפגעצויגן א באנדע ליידיגייערס שלעגירס און מחללי השם. זה דעתי העני'
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 5:35 pm
דורך קאווע טרינקער
טו מיר א טובה, גיב א קוק וואס דארט טוט זיך, בחורים און אינגעלייט לייגען זיך אריין במו ידיהם אין א סכנה, ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ.
און זיי קומען נאך אנגעטוהן in full ווי אין פרידענסט צייטען. כ'מיין.. כ'האב נישט קיין ווערטער איבערצוגעבן מיין וואונדער.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 9:09 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:טו מיר א טובה, גיב א קוק וואס דארט טוט זיך, בחורים און אינגעלייט לייגען זיך אריין במו ידיהם אין א סכנה, ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ.
און זיי קומען נאך אנגעטוהן in full ווי אין פרידענסט צייטען. כ'מיין.. כ'האב נישט קיין ווערטער איבערצוגעבן מיין וואונדער.
די ערשטע מאל דו זעהסט דאס??
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 2:03 pm
דורך diff
עבר ושנה נעשה לו כהיתר
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 2:23 pm
דורך שמעקעדיג
סארי, כ'וועל יעצט נישט אריינגיין אין קיין פרטים, כ'האלט גראדע ס'איז א חרפה אנצורופן אזויפיל יקירי ירושלים מיטן נאמען ליידיגגייער, בשעת אזויפיל פון זיי זענען צדיקים ופרושים, לומדי תורה מתוך הדחק וממיתים עצמם באהלה של תורה, וביודעי ומכירי קאמינא.
אבער לענינינו, דער גזירה פון גיוס בני ישיבות נעמט ארום כמעט אלע שיכטן און קרייזן, ווי מען קען זעהן אויף די בילדער אז אזויפיל קהילות האבן זיך צוזאמענגענומען, אפילו די וועלכע זענען זיך נישט אין אלגעמיין נוהג צו גיין צוזאמען מיט די א.ג. סיקריקים ביי הפגנות, אבער דאס מאל האט מען פארשטאנען און געמאכט א אויסנאם וויבאלד עס בארירט אונזער אידישקייט און אונזער צוקונפט פאר א ריינעם דור, ווייל כו"ע מודי אז מען בלייבט נישט קיין ריינער תמימות'דיגער מענטש אין מיליטער.
די זאך איז אז דארטן איז פאראן גענצליך א אנדערע מענטאליטעט און קולטור ווי ביי אונז, און ווי ביי רוב וועלט. בכלל אין מיטל-מזרח איז געשלעגן א נארמאלע וועג פון האנדלען, מען ווערט נישט דערשראקן פאר אביסל בלוט אדער קלעפ, אדרבה, אדעתא דהכי נחית, זיי ווייסן דאס בעפאר אז זיי זענען אומשטאנד צו כאפן גוטע קלעפ און אריינגעווארפן ווערן אין א תפיסה. צי דאס איז מסירות נפש אדער סתם "פאן" און "עקשאן" וועל איך לאזן אנדערע דעבאטירן, דער אמת איז מסתמא ערגעץ אינדערצווישן, פאר א חלק איז עס פיינע עקשאן, און טאקע די דאזיגע זענען די שלעגערס און רייצן זיך ע"פ רוב מיט די פאליציי; פאר די איבריגע איז עס יא א שווערע דורכגאנג נאר טוען דאס מינימום על שם קריאת קודש פון זייערע גדולי הדור, דארט איז עס יא א שטיקל מס"נ. אבער הצד השוה שבהן, אז פאר אלעמען פון זיי איז עס נישט אזא שווערע איבערלעבעניש ווי מיר קוקן עס אן דא אין אונזער באקוועמע אמעריקע, ווי ס'קומט אונז אן שווער אריינצושטעקן א פינגער אין קאלט וואסער.
אז דו קוקסט עס אן מיט זייערע ברילן (נישט די מטושטשים ברילן וועלכע מאכן בלורי...) וועסטו עס גרינגער פארשטיין.
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 7:38 pm
דורך ידען
סע קען זיין אז ביידע סאטמאר זאלען גיין צוזאמען?
אזוי זעה איך דא
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=54923
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 7:59 pm
דורך לעיקוואד
שמעקעדיג
סנישט פונקט ווי די מאכסט עס, איך קען נישט צופיל מאריך זיין.
די "יקירי ירושלים", ווי דו רופסט זיי, נישט זיי זענען די וואס זענען זיך מסכן. זיי קומען אנהייב צו די דרשות און גיין זיך אהיים רוהיגערהייט. דו וואס זענען זיך מסכן זענען פשוט יונגען וואס זיכען עקשען, אנדערע מיינען העלפט לשם שמים און אנדערע ווייסען אז זיי מיינען נאר עשקן. עס איז א בושה אז פונקט ביי די הפגנות פון די עדה החרדית ענדיגט עס אלעמאל אזוי, ביי די הפגנות פון די אגודה וכו' (וואס אגב, רוב קהילות האבען זיך נישט צוגעשטעלט צו די הפגנה), ענדיגט עס זיך כמעט קיינמאל נישט אזוי.
די לימוד זכות דיינע אויך די יודען אז זיי פירען זיך כמנהג המקום במזרח התיכון, דערמאנט פון אזוינע תירוצים וואס זענען שוין ערגער פון די עוולה אליינס.
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:29 pm
דורך שמעקעדיג
איך זעה נישט מיט וואס מיר זענען מחולק. ס"ה האסטו בעסער מסביר געווען מיינע ווערטער. נישט אזוי?
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 3:48 pm
דורך יפיש חייהון
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:30 pm
דורך שמאלץ
ועדת פרי וואס איז באאויפטראגט געווארן דורך די ממשלה איינצופירן א פאסיגע פראגראם צו מגייס זיין בני ישיבה צו צבא זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט זייער החלטה וואס דארף מאושר ווערן אין כנסת די פלאן איז אויף פון יארע 2016 ווי פאלגענד:
- 17 יאר -
• יעדער ישיבה בחור דארף ביי די 17 יאר זיך שטעלן צום לשכת הגיוס.
•זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס וועט
גערעכענט ווערן ווי א קרימינאלע פארברעכן.
•זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס וועט די מדינה אוועקנעמן די ישיבה רעגירונגס געלט פאר דעם בחור.
•זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס וועט פארלירן די רעכט אפצישטופען דאס דינען טערמין.
- 18-21 יאר -
• ישיבה בחורים קענען אפשטופן דאס דינען אין מיליטער ביז די 21 יאר.
•יעדעס יאר וועט די ראש ישיבה דארפן דערקלערן אויפן בחור׳ס לערנען.
•די באזיכן און דורכקוקן אויף די בחור׳ס לערנען וועט זיין גאר שטרענג.
•די ראש ישיבה וועט דארפן צייכענען פונקטליך ווען די בחור קומט און גייט טעגליך.
•די ראש ישיבה וועט נאכגעקוקט ווערן צי מאכן זיכער ער פעלטשט נישט די צאל פון זיינע תלמידים.
•דאס אפשטופן די צה״ל דינסט וועט פארלאנגען פונעם בחור כאטשיג 45 שעות לימוד התורה וועלכענטליך.
•עס וועט זיין א אפציע פון לערנען נאר 30 שעה א וואך אויב לערנט מען זיך א פאך פונעם משרד הכלכלה.
•אויף די וואס שטופן אפ דאס דינען אין צבא וועט זיין אסור ארויסציגיין פון לאנד.
•אויף די וואס שטיפן אפ דאס דינען אין צבא וועט זיין אסור צו ארבעטן אפילו נאך דאס לערנען שעות.
•בחור וואס שטופט אפ דאס דינען אין צבא וואס וועט נישט געהעריג לערנען וועט ער און זיין ראש ישיבה געשטעלט ווערן פאר א קרימינאלע פראצעס.
- 21 יאר -
•יעדער ישיבה בחור וועט זיך מוזן שטעלן צום ספעציעלן לשכת הגיוס פאר חרדים.
•צה״ל וועט אפמאכן ווער עס וועט רוקרוטירט ווערן און ווער עס וועט געשוקט ווערן פאר שירות אזרחי.
•די וואס וועלן טוען שירות אזרחי וועלן גערעכענט ווערן אלץ איינער וואס האט אפגעשטופט דאס צבא דינען.
•ווען מען וועט ענדיגן דאס שירות אזרחי וועט מען באקומען א פטור פון צה״ל
•1800 תלמידים וואס וועלן גערעכענט ווערן אלץ מתמידים וועלן זוכה זיין אין א פטור פון צה״ל אויב וועלן זיי לערנען ביז די 26.
•די מתמידים וועלן באקומען מער רעגירונגס ישיבה געלט.
•ישיבה בחור וואס שטעלט זיך נישט צום דינסט הייסט א פארברעכער דאס הייסט ער וועט זיצען אין מיליטערישע טורמע ביז ער וועט זיך רעקרוטירן.
(פאר טעגליכע אפדעיטס וועגן די גזירת הגיוס פאלגט נאך אלל יידיש ניוז אויף טוויטער twitter.com/allyiddishnews)
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:57 pm
דורך היימישער ליטוואק
ווער גייט משלים זיין דעם הפסד פון מיליאנען דאללער פאר די מדינה פון די אלע בחורים געלט-גייערס וועלכע וועלן מער נישט ערלויבט ווערן צו קומען קיין אמעריקא און יוראפ נאך געלט?
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:29 pm
דורך smart
אויב איז אמת וואס שמאלץ ברענגט זענען מיר אידישע קינדער וואס זענען ערבים זה לזה אויף געהאקטע צרות תורה מונח בקרן זויות זיי גייען עס אויסרייסען פון אונז!!!!
חרדים אין מיליטער
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 9:40 am
דורך מאטי
יעצט קומט אריין די
נייעס אז מדינת ישראל האט עלימינירט דעם פטור פאר אלע חרדים צום מיליטער און נאר 1800 פער יאר וועלן באקומען א פטור. ונראה מה יהיה חלומותיה.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 1:58 pm
דורך זר זהב
יאנקל מיללער פארשטייט נישט. ער זאגט ער קען מבטל זיין דאס גאנצע גזירה.
דער רמב''ם פסק'ט: ובין ישתבח ליוצר אור ג"כ אין להפסיק והמפסיק עבירה היא בידו וחוזר עליו מעורכי המלחמה.
זאגט ער אז די חרידים זאלן אויסרעדן צווישן ישתבח און יוצר און אהיימגיין
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 1:07 pm
דורך דריידל
היינט ביי א פראטעסט נאכ'ן ארעסטירן צוויי חרדים פאר'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער. איך מיין אז גיין פראטעסטירן ברענגט הארבערע מכשולות ווי דינען אין מיליטער.
נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:24 am
דורך מור וקציעה
Re: גיוס בני ישיבות
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:57 am
דורך טרויבן88
מראפעלט אויס די קליידער פון אסיר בנימין פריעדמאן....
http://mobile.kikar.co.il/article/249560
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:04 am
דורך diff
אויב איך געווין. פארוועם קען איך עס געבן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:10 am
דורך איסר האטלקי
איך האף אז זיי האבן עס שוין אויסגעוואשן.