די גאנצע פראבלעם פון אלטע רבי'ס וואס די מוח הייבן אן צו גיין בדרך כל אדם איז א רעלאטיוו נייע זאך, ביז נישט לאנג צוריק זענען די מענטשען געשטארבן פיזיש און גייסטיש בערך די זעלבע צייט, אבער היינטיגע צייטן מיט די מאדערנע מעדעצינען, זיין א בן תשעים איז שוין נישט קיין יקר המציאות, מענטשען בלייבן פעלזן פעסט ביז די טיפע עלטערע יארן, אבער קיינער איז נישט אינדערהיים דארט, די מח גייט אויס, און ס'קען אזוי אנגיין פאר יארן.
די קינדער ווערן אומגעדולדיג, דער טאטע שטייט זיי אין וועג, אבער מה לעשות, מ'האט קיינמאל נישט געהערט אז א רבי זאל רעזיגנירן.
און אזוי ווי יעדע נייע זאך, א פלאץ ווי מיר קענען נישט ארויסגיין בעקבי הצאן, מיר האבן נישט קיין אויסגעטרעטענע וועג, און מיר ווערן פארלוירן.
די נושא דא איז צוויי פאכיג, שתים שהן אחת, אויב רבנים זאלן רעזיגנירן, און אויב די קינדער ירשנ'ן די כסא המלכות. און ביידע זענען תלוי אין אויב מיר זאגן אז א חסידות איז א נכס פרטי פונעם מנהיג, און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין, אדער מיר זאגן אז וויבאלד דו לעבסט אויף כספי ציבור, ווי אויך אין מלך בלא עם, זענען די מענטשען נישט קיין נכס וואס מ'קען ירשנ'ן, נאר די רבי איז א געשטעלטער פארטרעטער, צו לערנען דעם פאלק ווי אזוי צו דינען דעם באשעפער.
מ'פראבירט עס צוצוגלייכן צו א קעניג וואס האט איינגענומען א לאנד, נעמט ווי פיל שטייערן ער וויל, און פרעגט נישט קיינעם וואס צו טוהן. נו, איז איינעם איינגעפאלן אז דאס איז יושר? ניין, ער האט די כח און מאכט, און ממילא קען ער טוהן וואס ער וויל, אבער גערעכט איז ער נישט.
צוגלייכן צו א גראסערי? איך מיין ס'איז מער גלייך צו אזא מעשה.
געווען אמאל א שטאט, פישפעק-לאדיין, די שטאט האט נישט געהאט קיין גראסערי, דער עולם נעמט זיך צאם און נעמט אויף איינעם צו עפענען און פירן די גראסערי, אבער מ'דארף דאך א בנין פארן גראסערי, גייט דער בעל החנות ארום פון שטוב צו שטוב, קלייבט נדבות, מעות קדימה, קרן הבנין, אן מ'גייט בויען א פראכטפולע גראסערי. געענדיגט בויען, מ'מאכט א גרויסע חנוכת הבית, די שטאט פרייעט זיך מיט, א מחיה, א גארדזשעס גראסערי. יארן לויפן פארביי, דער עולם קויפט, ס'עפענען זיך נאך גראסערי'ס, די עולם שיקט די קינדער אין גראסערי, די וואס האבן געצאלט מעות קדימה באקומען א שטיקל הנחה, און אלעס גייט כשורה. דער בעל החנות ווערט אבער נישט יונגער, קוים וואס ער שלעפט זיך אויפן שטעקן, אלזא, ער איז שוין נישט ביי די כוחות, און ער גייט אויפנעמען זיין זון, ער איז שוין געגאנגען אין ביזנעס קאלעדזש, ער גייט איבערנעמען, דער זון איז א ביזנעס מאן במלוא מובן המילה, ער גייט העכערען פרייזן, דערנאך מיט די הנחות, דאס איז מיין ביזנעס וואס מיין טאטע האט געבויעט מיט זיינע צען פינגער, ער איז ארום געלאפן אין הוץ און אין קעלט צו קלייבן נדבות פארן גראסערי, איך מעג טוהן וואס איך וויל! ס'געפעלט דיר נישט? ס'דא נאך גראסערי'ס.
וועסטו זאגן אז פאקטיש איז ער אויסגעהאלטן לעגאל, ער איז א פרייוועט ביזנעס? חלילה. עטיש און יושר איז דאס זיכער נישט.
נארוואדען? אזוי ווי יעדע נייע זאך, איז דאס יהדות החרדית הונטערשטעליג פון די וועלט מיט א פאר יאר, אמאל איז עס געציילטע יארן, און אמאל עטליכע אין הונדערט יאר. די זעלבע דא, דעמאקראטיע איז א נייע זאך, ס'וועט נעמען צייט ביז ווי לאנג ס'וועט אריינדרונגען במחנינו הקדוש, אבער מיט די צייט וועט עס געשען.
ממי_שאמרו האט געשריבן:הונדערט פראצענט אז קהילת תולדות חיים יענקל געהערט צום נייעם רבי'ן און לאמיר האפן אז ער וועט עס פירן על מי מנוחות ביז משיח קומט על דרך ישראל סבא בהתרוממות קרן התורה וישראל. בדרך אגב, א וויכטיגע קשיא: ווי גייט ער שיקן די בילדער? די וואך אדער כל העולם?
פונקט ווי ער איז בעל הבית אויפצונעמען וועם ער וויל און פייערן וועם ער וויל
און וואס וועט זיין אויב די נייע תולדות חיים יענקל רבי איז מאדערן, און וויל איינפירן געמישטע זיצונגען אין שול? האט ער די זעלבע רעכט?