בלאט 3 פון 6

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:27 pm
דורך בונעס איירעס
שמואל הלוי האט געשריבן:ביי פאפא רבי ווייס מיר נאר די שנת הלידה אבער נישט די יום החודש.


מ'ווייס מיר נאך בכלל נישט צו ער איז א יליד אשה...

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:28 pm
דורך הדד בן בדד
דער קאליב'ער רבי פון וויליאמסבורג איז געבוירן תרצ"ט
דער ראדוויל'ער רבי פון מאנסי, איידעם פון ר' הערשעלע ספינקער איז שוין אויך אריבער די זיבעציג.

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:07 pm
דורך טעפל
בונעס איירעס האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:ביי פאפא רבי ווייס מיר נאר די שנת הלידה אבער נישט די יום החודש.


מ'ווייס מיר נאך בכלל נישט צו ער איז א יליד אשה...

ביי די קרעטשניפע רעבעס שרייבט מען נישט בן נאר הנו"מ..

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:30 pm
דורך קאווע טרינקער
טעפל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין, איך זעה דר'עולם פארפארט.

הוא האיש הפלא, איש האשכולות, עושה גדולות
רבי יצחק דוד גראסמאן שיחי' לאוי"ט
וואס כל גדולי ישראל זענען זענען לפניו כקליפת השום

האלא בארואיג דיך ר' קאווע כבודו במקומו מונח..אבער לפניו כקליפת השום??

שום איז נישט קיין קלייניקייט. כמדומה אז נאר א תלמיד חכם מעג פארשטאפען אין שבת א חבית מיט קליפת השום, עפעס אן הלכה אין הלכות בונה. פרעג די לומדים דא.
ר' יצחק דוד האט מייסד געווען די גרעסטע מוסד אין די וועלט. ס'וואלט זיך געפאסט א לענגערע באריכט.
בד''וו, כ'האב אליינס געהאט מיט אים א מעשה'לע.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:28 pm
דורך קאווע טרינקער
גוטע נייעס פון מיין רבי
http://bshch.blogspot.com/2013/02/blog-post_5102.html

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 1:49 pm
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:גוטע נייעס פון מיין רבי
http://bshch.blogspot.com/2013/02/blog-post_5102.html

פארסט קיין ארץ ישראל איהם אויסוועלען???

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:55 pm
דורך מיין מיינונג
לעצטענס זע איך אז דער ווערדאנער רבי פון פלעטבוש רופט זיך "מזקני האדמורי"ם", ווייסט איינער ווי אלט ער איז?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:06 am
דורך מאטי
בונעס איירעס האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:ביי פאפא רבי ווייס מיר נאר די שנת הלידה אבער נישט די יום החודש.


מ'ווייס מיר נאך בכלל נישט צו ער איז א יליד אשה...

סתם חוזק מאכן פון א איד?? ער האט דיר אמאל עפעס געטוהן ?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 12:37 am
דורך הדד בן בדד
מיין מיינונג האט געשריבן:לעצטענס זע איך אז דער ווערדאנער רבי פון פלעטבוש רופט זיך "מזקני האדמורי"ם", ווייסט איינער ווי אלט ער איז?


כ'מיין ער איז שוין אריבער די ניינציג

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:24 pm
דורך בעל הבית
פארוואס דארמאנט קיינער נישט די הייליגע מחנובקיא רבי שליט"א ער האט דאך די לענקסטע בארד

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:30 pm
דורך דולה ומשקה
בעל הבית האט געשריבן:פארוואס דארמאנט קיינער נישט די הייליגע מחנובקיא רבי שליט"א ער האט דאך די לענקסטע בארד


על אותו זקן כתב שאולזאהן: הה"ד המשך יבא

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:29 pm
דורך berlbalaguleh
בעל הבית האט געשריבן:פארוואס דארמאנט קיינער נישט די הייליגע מחנובקיא רבי שליט"א ער האט דאך די לענקסטע בארד

און דער איד האט איהם אויכעט מכתיר געווען אלס כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:30 pm
דורך זר זהב
איך גלייב נישט. די איד שרייבט אלץ "בעלזא מחנובקא"

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:איך גלייב נישט. די איד שרייבט אלץ "בעלזא מחנובקא"

דאס איז באזירט אויף א מעשה שהי'. אני הקטן פלעג ליינען דעם איד מיט גרויס התמדה (נישט פארפעלט קיין וואך(. איין וואך זעה איך א העדליין "כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען קיין ניו יארק" . כ'האגעמיינט אז משיח (ניין, נישט דער פון קרוינהייטס) שטייט שוין ביי די טיר. ליינענדיג ווייטער זעה איך אז ס'שטייט אדמור מבעלז-מחנובקא.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 9:47 pm
דורך זר זהב
אינטרעסאנט. און דערפאר האסטו עס געסטאפט צו ליינען?...

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:56 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:אינטרעסאנט. און דערפאר האסטו עס געסטאפט צו ליינען?...

נעה... איך בין אריבער צום בלאט. אבער לויט ווי כ'זעה איז עס נאך גרעסערע שטותים. דער איד איז כאטש געשריבן אין א גוטע אידישע שפראך. דער בלאט איז א קינדערישע צייטונג. אפילו די בריוון "פון פענע צום בלאט" זענען אזעלכע שטותים, אז איך קוילער מיך פאר געלעכטער א יעדע וואך פון וואס אלץ יודן האבן בויך ווייטאג...

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:57 pm
דורך בעל הבית
לעצטנס איז מיר אונטער געקומען די אלט מאדישע די צייטונג ער האט אופן קריג יעדע וואך א אנדרע עלטער איד אויף א אינטרוויא עס איז גאנץ גיט איך מיין בעסער ווי די פוסטע שטערן שפאקטיוו .בפרט לעצטנס האט די שטערן אונגעהויבן מיט גדולים פין פארן קריג ממש שוואך גראדע גווענדליך אנדרע ארטיקלען שרייבט ער גאנץ אוי קעי

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:58 pm
דורך לעמיל
ראנג אשכול בעל הבית טייערער

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 2:02 pm
דורך בעל הבית
מען רעדט פין דער איד בלאט לעמל שעפעלע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:30 am
דורך הדד בן בדד
בעל הבית האט געשריבן:פארוואס דארמאנט קיינער נישט די הייליגע מחנובקיא רבי שליט"א ער האט דאך די לענקסטע בארד


בעל בית דו ביסט יא אין דעם ראנג אשכול, דו האסט דא פלעין געוואלט מאכן א צימעס פון דעם בעלזא מחנובקא רבי שליט"א. ער ווערט דערמאנט געהעריג מיט אלע אנדערע גדולים אין דעם ערשטן פאוסט פון דעם אשכול, און דו ביסט נאר געקומען דא חוזק מאכן פון אים, גיי אלזא קיין צימעס און דארט קענסטו טאן וואס דו ווילסט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:37 am
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:איך גלייב נישט. די איד שרייבט אלץ "בעלזא מחנובקא"


זר (און בערל) איר געדענק ביידע נישט. אין די אנהייב נ' יארן איז ער אמאל געקומען קיין וויליאמסבורג און געפירט טיש שבת אין ברכה סימא (ס'איז גראדע געווען פול), און דער איד האט דעמאלס געהעריג געשריבן אויף אים אדמו"ר מ'בעלזא, אין אלע באריכטן און אין גרויסע אפיציעלע מודעות.

און ווען איך האב דאס דעמאלס איבערגשמועס מיט איינעם פון די גרויסע מאכערס אין בעלז אין ירושלים האט ער מיר געזאגט אזוי: זארג נישט, דער רב ווייס פונקטליך וויפיל מאל עס איז געשטאנען אין דער איד דאס ווארט בעלזא אויף ר' יהושע'לען און פאר יעדעס מאל וועט ער עקסטער באצאלן...

ודפח"ח

נו, צוריק צום נושא האשכול


ווי אלט איז דער מעליץ'ער רבי (הורוויץ) פון וויליאמסבורג?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:33 pm
דורך berlbalaguleh
ייש"כ ר' הדד פאר זאגן פונקטליך וואס איך זאג. אז דער איד שניידט צו די העדליינס לויט'ן מצב. ער איז ממליך מלכים און ווארפט אראפ אנדערע. און אונז תמימים קויף מיר אפ אלע לאקשן וואס ער פארקויפט אונז.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:01 pm
דורך בעל הבית
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ער רופט זיך בעלזא ? ביי מיר איז דאס לצנות אין נאריש אז איך רוף מיך מארגן דאנאלד טראמט ווער איך א ביללאנער ?