בלאט 3 פון 7
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:16 pm
דורך שמעקעדיג
קינות טייערע, לייען אפ דיין אייגענע חתימה, 10 מאל הויך אויפן קול!
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 11:58 pm
דורך געפילטע פיש
ס'זייער שווער צו טרייסטן איינעם וואס מ'ווייסט נישט און מ'פארשטייט נישט וואס א מענטש אין אזא מצב גייט דורך, איך גיי מיך נישט איינרעדן אז איך קען זיך משטתף זיין בצערך אחד מני אלף, נאר גאט ב"ה זעט דיין צער, און מיר קענען נאר האפן צום אומר לעולמו די, זאל שוין שנעל זיין יאמר לצרותינו די, ביז הרב קנות'ל וועט צוקומען צום יבלו שפתותיכם מלומר די, איר זאלט שוין אויפגעראכטן ווערן, במהרה דידן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:01 am
דורך בדחן
קינות, ווען איך האב געזען דיין הודעה האב איך מיר אפגעשטעלט און א זייט געזאגט צוויי קאפיטליך תהילים, און געבעטן א תפילה קצרה אויף מאמע לשון אז השי״ת זאל דיר דערלייכטען בקרוב ממש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:49 am
דורך משה געציל
אוי דאס הארץ צוגייט!
איז דען דא ווערטער בכלל? איז דען דא עפעס א טרייסט געדאנק צו טרייסטן א טאטע וואס בענקט צו זיינע קינדער? איז דען דא עפעס וואס קען העלפן פארלינדערן דאס צער?
הלוואי וואלט מיין ווערטער ביך געהאט עפעס וואס זאל קענען אביסל בארוהיגן דיין צער און פלאג! איך וואונטש דיר מעומקא דליבא אז עס זאל זיין שמחינו כימות עניתנו! פונקט ווי דיין צער איז א קלימאקסער אזוי אויך זאל דיין שמחה וואס וועט האפענטליך זיין בקרוב זיין א קלימאקסער!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:12 am
דורך מאטי
קינות׳ל קינות׳ל איך האב געהאלטן אינמיטן עסן א ביין אין סטעיק בשעתן ליינען דיין תגובה און איך זאג דיר צו מיטן גאנצן הארץ איך האב נישט געקענט ווייטער עסן! איך האב עס איבער געלאזט פארשעמט אויפן טיש! ווי קען איך עסן? איך יערב לי אוכלים ומשקים כשאחד מחבורתנו שרוי בצער ועגמת נפש יותר מחללה דעלמא. אבער זיי וויסן קינות׳ל יא דו בענקסט א וועלט צו דיינע קינדערליך! זי טוט דיר אפ רשעות.
אבער! איין זאך זאלסטו געדענקן און חזר׳ן
You did the right thing
דו ביסט מער נישט מיט איר אונטער איין דאך דו האסט אפגעגאפלט באצייטענס! אבער דו ווייסט טייערער קינות׳ל , דו ווייסט וויפיל אידן וואוינען נאך צוזאמען מיט אזאליכע רשע׳נטעס און זיי האבן נישט די גאטס צו מאכן א מאוו!! זיי זעען טאקע זייערע קינדער יעדן טאג אבער זיי מאכן מיט דאס גיהנום אויף די וועלט 24 7 365 !! זיי דיך מחזק! טראכט פון דיר קינות׳ל ! דיין futur איז אפן פאר דיר האסט א וועלט אין פארנט פון דיר !! טו צי דער זאך! לאז דיך נישט פארפירן! ווייטאג נישט אויף די שלעכטע וועלט וואס איז נישט בידך צו טוישן!. די האסט הימלישע כוחות והא ראיה דו האלסט דארט ווי דו האלטסט יעצט! נעם דיך צוזאמען עינדזשוי לייף טא די אטמאוסט.
דיין פריינד מאטי 107 פון קאווע שטיבל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:09 am
דורך שרייבער
בעל הבית האט געשריבן:נעבך נעבך!! איך בין גרייט דיר צו העלפן מיט וואס איך קען , עס זעיט מיר אויס אז זי גייט מיט א שפיצל ,[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] וואס זי איז,
סתם רודפן אזא גלונגענע האנדסאם יונגערמאן,
מיר זענען אלע מיט דיר חזק חזק ואמץ!!!!!
ניין, אין מיינע אויגן גייט די פרוי מיט א לאנגע צולאזטע שייטל, און פרובירט צו געפעלן פאר די גאנצע גאס, מיט אנגעשמירט בלויע אויגן און רויטע ליפן, זי איז די נייס לעידי וואס האלט אפן פאר יעדן די טיר, און אין איר פנימיות איז דא א פארפוילטע עפל, טפוי!!!!!!!!!!!!!!
קינות, מיר וויינען מיט מיט דיר, א מעין דמעין ווייסן מיר די צער, מיר האבן אין די משפחה א שטיקל אזא קעיס
און פאר די פרוי זאג איך, געדענק! א אידישע טרער גייט קיינמאל נישט פארלוירן, יא גערעכט נישט גערעכט, אלקים יבקש את הנרדף, וואטש יור סטעפ
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:31 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געוויינט ווען איך האב געהערט דעי ניגון (קול באישה ובטישא)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hvpQsPKEwbw[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:13 am
דורך קינות גירושין
שרייבער האט געשריבן:בעל הבית האט געשריבן:נעבך נעבך!! איך בין גרייט דיר צו העלפן מיט וואס איך קען , עס זעיט מיר אויס אז זי גייט מיט א שפיצל ,[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] וואס זי איז,
סתם רודפן אזא גלונגענע האנדסאם יונגערמאן,
מיר זענען אלע מיט דיר חזק חזק ואמץ!!!!!
ניין, אין מיינע אויגן גייט די פרוי מיט א לאנגע צולאזטע שייטל, און פרובירט צו געפעלן פאר די גאנצע גאס, מיט אנגעשמירט בלויע אויגן און רויטע ליפן, זי איז די נייס לעידי וואס האלט אפן פאר יעדן די טיר, און אין איר פנימיות איז דא א פארפוילטע עפל, טפוי!!!!!!!!!!!!!!
קינות, מיר וויינען מיט מיט דיר, א מעין דמעין ווייסן מיר די צער, מיר האבן אין די משפחה א שטיקל אזא קעיס
און פאר די פרוי זאג איך, געדענק! א אידישע טרער גייט קיינמאל נישט פארלוירן, יא גערעכט נישט גערעכט, אלקים יבקש את הנרדף, וואטש יור סטעפ
זי גייט אנגעטון ווי א בית רחל מיידעל א נארמעלע טייערע שייטעל מיט א בענד,
אוי וואספארא רשענטע דאס איז!
עניוועי דער אייברשטער זאל אוודאי העלפען,
קיינער זאל פליז נישט אויפהערן עסן פלייש וועגן מיר, איך אליין עס אויך כסדר פיינע סטעק, די וועלט איז נישט אינטערגעגאנגען,
שכוח אלע מיינע חברים וואס דרוקען אויס זייער מיטגעפיל סיי ברבים אום סיי אין אישי, some how מאכט עס מיר גרינגער,
יעדע מאל ווען זי ביטשט מיר ארום פריי איך זיך נאכאמאל אז איך האב איר געדראפט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:18 am
דורך טעפל
קינות רוב אידען דא האבען דאס נישט מיטגעמאכט, און דו וואונטשט זיכער אז קיינער זאל דאס נישט מיט מאכען, אבער מיר פראבירן זיך משתתף זיין מיט דיר און וואונטשען ס'זאל דיר אייביג זיין גוט.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:27 am
דורך קינות גירושין
יעצט אין מיינע טעג פון פיין
וואס סאיז אין לך יום מרובה משל חבירו
יעדען טאג א צרה א שלעכטע
סיי פון די וויטאג פון נישט קענען האבען א גהעריגע שייכת מיט מיינע קינדער
און סיי פון די ווייטאג אז מיין לעבן האט זיך אפגעשטעלט פון גיין פאראויס צו בויען א שטוב
איך דריי זיך אליינס איך האב נישט צו וועמען צו וויינען, די איינציגסטע וואס איך פיל אז זיי הערן מיך אויס זענען מיינע חבירם דא אין שטיבעל
פון איין זייט גיי איך אויס צו קענען זעהן מיינע קינדער זי צו האלזען און קישען, אויסהערן זייער דערציילינגען, און זי צו געבן א ליבשאפט צו גיין ווייטער מיט זייער לעבן
און פון די אנדערע זייט בענקט זיך נאטירלעך נאך מיין באשערטע, צו קענען זיך ליבען אין זיך פרייען איינער מיטן צווייטען
איך גיי אויס ווען איך זעה אנדערע קאפעלס פארטראגען זיך אזוי שיין מהאט זיך ליב מרעספעקט זיך איינער דעם צווייטען
ספרעגט זיך מיר מתי אבוא ואראה, איך וויל אויך הנאה האבן פון דער וועלט,
דערווייל רוקט זיך מיינע יארען, די שענסטע פון מיינע טעג גייען אוועק אן חיות, סאיז א טויטקייט א פינסטערניש
יא תורה ומצוות געט אביסעל חיות אבער די בראי׳ איז אויסגשטעלט אז מדארף האבען א ווייב און קינדער צו קענען געבן פון זיך
איז די לעצטע וואס איך האב שוין יא געהאט, האב איך אזויפיל צרות פיין, יעדע מאל וואס מטיילט מיך איין ווען איך קען יא זעהן מיינע קינדער און ווען נישט
און ווען סקומט צו שדוכים נאטירלעך וואלט איך געדארפט קענען זייער גרינג טרעפן מיין באשערטע, איך בין ב״ה פול מיט מעלות, בגשמיות און ברחניות
קומט אבער יעדע מאל וואס סהאנדעלט זיך מיט א שידוך און יענער הייבט זיך אן נאכפרעגן קומט מיין עקס פאמילע און הייבט מיר אן בארעדן, און תיכף לאזט זיך די שידוך אפ, דאס איז שוין געשען נישט 5 מאל און נישט 10 מאל סאיז יעדע מאל די זעלבע געים
איך בין שוין סיק אין טייערד, איך פיל ווי איך קען עס שוין נישט פארנעמן, ווען וועט עס שוין קומען און וויאזוי וועט עס קענען געשען??
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:13 am
דורך לעיקוואד
איך מיין אז אבאמא האט נאכנישט אויסגעפירט זיין ביקסן אקט, איז נאך דא אן עצה...
סיריעסלי, אנחנו אתך. חזק ונתחזק וועסט זעהן סוף וועטעס דיר געלונגען און די שונאים וועלן פלאצען.. איך זאג דיר צו. דערוייל ענדשוי לייף ווי דו האסט עס, אזויווי דו האסט אונז שוין מסביר געווען אמאל די פאן וואס מקען האבען אמאל, און לאז זיך נישט אראפפאלען.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:12 am
דורך גרוש
כבוד הרב קינות,
איך בין שוין ליידער אין דעם מצב 5 יאר,
ב"ה קיין קינדער נישט עספיעט צו האבן,
ב"ה כריתות עד הסוף
איך פיעל זייער מיט מיט דיין ווייטאג, אבער וואט די עפ האט עס מיט די סיסטעם צוטוהן?
ביזט אריין געפאלן מיט א שלעכטע פרוי? סאיז א שטארקע ווייטאג,
ביזט ב"ה פטור געווארן פון איר פון איין זייט, פוון די אנדערע זייט האסטו גרויסע פראבלעמען וועגן איר, דאס איז אפילו אסאך א שטערקערע ווייטאג
דאס האט גארנישט מיט קיין סיסטעם צוטוהן, פארשטאנען?
ביי די וועי, דו זאגסט אזוי אז יעדע שידוך וואס הייבט זיך אהן צו וועבן, פארוואס ביזטו אזוי לאקי אז מ'טראגט דיר אהן שידוכים? איך בין דערצו נישט זוכה?
בנוגע דאס וואס דו זאגסזט אז בדרך הטבע וואלסטו געדארפט שנעל געהאלפן ווערן נאר די בארעדן שטערט, זו אינו
סעקאנד מערידזש איז זייער א שווערע זאך אין עולם החרדי בכלל, ביי די חסידים בפרט, און די שווערסטע איז נאך פאר א סאטמארע אינגערמאן,
יעדן גרוש און גרושה ווערט שטארק בארעדט, און דאס שטערט ב"ה נישט קיינעם פון אנקומען צו זיין/איר באשערטע,
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:05 am
דורך קינות גירושין
גיימער זיך טענען וועמענס צרות סאיז גרעסער מיינע צו דיינע, לעטס גא, שומרון קול תתן מצאוני עויני, לארץ אחרת יצאוני בני ( קרעדיט: עשרת השבטים עם מלכי יהודה)
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:17 am
דורך קינות גירושין
הרב גרוש, סתם פאר אינאייגעריקיט אפשר ציילסטו מיר אפ וויפיל מאל סאטמער רב רעדט וועגן לשון הרע אין רכילות, און נישט וויי טון א צווייטע איד און זיינע ספרים? און זאג מיר נישט אז חטא הידוע מיינט דאס ,(קרעדיט ר׳ יענקעלע מפשווארסק)
עניווע, דער איד איז מיר גארנישט שולדיג, אז איך וויל, קען איך אליינס ווערן סאטמער רבי און מעורר זיין וועגן די עבירות.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:52 pm
דורך קרעקער
אפשר גיי קיין ישראל אדער רעדט מיט א שדכן פון דארט
זאל מקוים ווערען ממרחק תביא לחמו
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:55 pm
דורך קינות גירושין
איך מיט א ישראלישע ווייבעלע וועט נישט ארבעטן סוועט דערפן זיין ניסים אז סזאל זיין שלום, איך דארף אמעריקען אדער פון יוראפ,
ועוד די מיינסט אז זיי פרעגן זיך נישט נאך? שוין דא טעלעפאנס אין ישראל היינט,איטס א פאן קאל אוועי
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 9:27 pm
דורך קינות גירושין
לעצטע צוויי טעג האב איך משוגענע פעין, מיין אינגעל האט מיך פארציילט וואס קינדער טשעפענען עם אין חדר
איינער האט עם געפרעגט וויאזוי האט מען געשריבען אויף דיין מאמעס גט בצר אדער בצרה
א אנדערע אינגעל האט עם געפרעגט ווייל דיינע עלטערן זענען גגט גייסטו מיט גגטע הויזען (גיי פארשטיי פון קומט בכלל דער אויסדרוק)
א אנדערע אינגעל האט עם געזאגט די האסט א גגטע פנים
רבותי מיין אינגעל גייט חרוב
איך קען נישט שלאפען ארבעטן און נישט עסן (און נישט ל יינען ק״ש)
איך גיי אראפ פון זינען , איין אינגעלס מאמע האב איך אנגעקאלט זי זעהט מיר אויס ווי א נערווען קראנקע, נישט שייך צו רעדן מיט איר
מיין אינגעלס רבי איז נישט ווערט קיין צוויי סענט
פארוואס איז אונזער קאמינעטו אזוי פארדארבען ?די גרויליגסטע פון דאס וועלט ! הלווי וואלטען מיינע קינדער געגאנגען אין פאבליק סקול !זיי ואלטען געהאט א נארמאלע לעבן
פארשאלטען זאל זיין די וואס האבען אוועק גשטעלט א סיסטעם אז יענמס בלוט איז הפקר
סקען נישט זיין אז אונז זעמער די עם הנבחר, סאיז נישט מעגליך אז אונז זענען קינדער פון אברהם יצחק און יעקב
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:29 pm
דורך אביגדור
ראה דברי האבן עזרא, כאן.
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:31 pm
דורך געפילטע פיש
@קינות, איך בין נישט דא צו דיפענדען די 'סיסטעם', אבער קינדער זענען cruel איבעראל, און אין פאבליק סקול איז דא פונקט אזא פראבלעם פון bullying, אבער ווילסט מיר טאקע זאגן אז רעדן צו עלטערן פון די bullies העלפט נישט?
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:16 am
דורך קאווע טרינקער
קינות גירושין האט געשריבן:פארשאלטען זאל זיין די וואס האבען אוועק גשטעלט א סיסטעם אז יענמס בלוט איז הפקר
סקען נישט זיין אז אונז זעמער די עם הנבחר, סאיז נישט מעגליך אז אונז זענען קינדער פון אברהם יצחק און יעקב
חלילה, איך בין זיכער אז קיין איין טאטע מאמע, מלמד און מנהל, זענען נישט מחנך די קינדער צו פארגיסן יענעמס בלוט.
וואס יא, וויבאלד א "גט" איז א "?"עבעל זאך אין אונזער סאסייעטי, ווען מ'הערט פון א "גט", קומט גלייך די פראגע "וואס איז די מעשה דארט?" "ווער איז דאס מאל שולדיג?" וכדומה, כתוצאה מכך, זענען די קינדער נישט גענוג אפען דערמיט, ווי ס'איז אין אנדערע קאמיוניטיס, ווי קינדער קענען פארציילען הויעך אין קלאס אז זייערע עלטערן גייען זיך גט'ן, אדער אז די מאמע גייט האבן א מיידל אין 5 חדשים וכו'.
עכ"פ, ווילאנג מ'וועט דאס באטיטלען "... קומט פון א צובראכענע שטוב", וועלן די קינדער דאס זוכן צו באהאלטן, ממילא ווערט דאס א טשעפע וואס מ'איז זייער סענסעטיוו.
גיב דיין זיין זוהן חיזוק, זאג אים אז ער האט סיי א טאטע און סיי א מאמע וואס זארגען זיך פאר זיין וואוילזיין. זאג אים "ביסט דאך קלוגער פון דעם, דו פארשטייסט אן עסק, "
אה, און אוודאי רוף אן די מלמד, און די מנהל, נישט בלשון טענה, ווייל דאן וועלן זיי זיך פילן געטראפן, rather שפיל ווי דו זיכט פון זיי אן עצה בנוגע דעם פראבלעם.
קינות'ל, א גוטע נאכט, שלאפ און עס.
און You know what, מיר זענען - מיט אלע אשכולות פראבלעמען צוזאמען - אן עם הנבחר.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:20 am
דורך אביגדור
יא.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:31 am
דורך שמעקעדיג
מסתמא קומען די קינדער פון א שטוב מיט א סמארטפאון. נו, וועט מען מאכן נאך א כינוס אקעגן דעם אינטערנעט, אפשר וועלן די קינדער בעסער ווערן.
איך האלט דאס אין איין שרייען, אלע סארטן איסורים חרמות וקנמות מאכט מען היינט, אין דעם אכשר דרא דור, אבער מדות מאן דכר שמיה, זילטש! אוי לאותה בושה.
אבער באמת, דאס זענען קינדער. כמעט יעדער פון אונז קען מעיד זיין אז אלס קינד האט ער געטון רשעות'דיגע זאכן אויף וואס ער האט היינט חרטה. ס'איז פשוט נאך נישט דעוועלאפט די רחמנות געפיל וואס קומט ערשט אויף דער עלטער.
און קינות, זיי וויסן אז די קינדער וועלכע ווערן געטשעפעט דעוועלאפן רוב מאל א שטארקערע כאראקטער און מען בויעט זיך בעסער שפעטער אין לעבן.
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:43 am
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:@קינות, איך בין נישט דא צו דיפענדען די 'סיסטעם', אבער קינדער זענען cruel איבעראל, און אין פאבליק סקול איז דא פונקט אזא פראבלעם פון bullying, אבער ווילסט מיר טאקע זאגן אז רעדן צו עלטערן פון די bullies העלפט נישט?
געווענליך ווען קיינמאל נישט העלפן אז עלטערן זאלען אליינס פראבירען צו סאלווען פראבלעמן אין חדר,
עס איז אייביג דא א מנהל צו וועם צו רעדן, מען הייבט אויף טעלפאון און מען רעדט צום מנהל, און אז עס האט נישט געהאלפן איינמאל זאל מען פראבירען נאכאמאל,