בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 4:38 pm
דורך הוגה
זייער א שיינע פשט'ל. אבער זאג מיר, ווען דו גייסט ארויס אינדערויסן און דו זעהסט די זון שיינט גלייבסטו נאר אז ס'איז טאג אדער דו ווייסט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 6:23 pm
דורך געפילטע פיש
איך ווייס אז ס'איז טאג ווייל טאג איז א דבר מוסכם ווען יעדער זעט די זון און ס'איז לעכטיג איז דאמאלס טאג, אפגעזען אויב די זון איז טאקע דארט, אדער ס'זעט נאר אויס אזוי אבער ס'שוין לאנג נישט דארט, נאר יעצט זענען די photons פון די זון אנגעקומען להאי עלמא.
אוודאי איז אבער די גאנצע דיון סתם געהאקט, ביזט גערעכט אז seeing is believing מאכט נישט קיין סענס לויט די וועג וואס אונז נוצן אונזער טאג טעגליכע שפראך.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:59 pm
דורך פליגן כאפער
קען מיר איינער זאגן פשט פין דעם אויסדריק .סדא פלאץ לרחצה?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:08 pm
דורך איחוד פעלד
פליגן כאפער האט געשריבן:קען מיר איינער זאגן פשט פין דעם אויסדריק .סדא פלאץ לרחצה?
ס'לאו דוקא פלאץ, עסען לרחצה, טרינקען לרחצה, מענטשען לרחצה.
ווייל אויף נטילת ידים איז א ענין א סאך וואסער. (זאג נאר, אינדערהיים וואשט די דיך אויך אזוי? - נודניק).
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:11 pm
דורך איחוד פעלד
סוועט נישט העלפען קיין פודנו ומצילנו.
איך געב עס דיר במנין ובקנין.
פין דא ביז קאנארסי (היבש נייע אויסדריק).
דער זעלבער שוויגער נאר אנדרעש געשלייעט.
ער איז בקי בשבילי דרקיע אזוי ווי די שבילי דנהרדעא.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:12 pm
דורך פליגן כאפער
כער א בעסערע תריץ האסטו נישט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:58 pm
דורך ונבנתה העיר
איחוד פעלד האט געשריבן:ער איז בקי בשבילי דרקיע אזוי ווי די שבילי דנהרדעא.
עס איז א מימרא פון
שמואל.
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:57 am
דורך מאטי
דו ווייסט וואס דארט האט זיך אפגעטון? - זאגט דער ערשטער - ממש דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין. רופט זיך אן א צווייטער: נע ... נישט אזוי געפערליך געווען ......גאט זאל שומר ומציל זיין? א גוזמא...
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 2:03 am
דורך פליגן כאפער
א לייק דערפאר
נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 6:42 am
דורך איחוד פעלד
ונבנתה העיר האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:ער איז בקי בשבילי דרקיע אזוי ווי די שבילי דנהרדעא.
עס איז א מימרא פון
שמואל.
רייט, כאפסט נישט, מען ניצט עס מיט די פארקערטע מהלך. ער קען גאנץ ש"ס אזוי וי ער קען די שבילי דנהרדעא. ודו"ק.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 5:38 pm
דורך קרעמער1
איחוד פעלד האט געשריבן:
דער זעלבער שוויגער נאר אנדרעש געשלייעט.
צ"ל נאר אנדערש געשלייע'ר'ט, כנ"ל
(פון לשון "שלייער" = צודעק וואס די כלה גייט אונטער די חופה)
און כ'מיין אז דער ווערטל גייט: "די זעלבע כלה נאר אנדערש געשלייערט"
אזוי שטימט עס סאך בעסער
די כוונה איז: די זעלבע זאך מיט אן אנדערן אויסזעהן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
איחוד פעלד האט געשריבן:פין דא ביז קאנארסי (היבש נייע אויסדריק)
שוין גארנישט אזוי ניי, נאך פון די צייטן וואס יידן האבן זיך באזעצט אין קאנארסי,
עיין
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 10:46 pm
דורך פליקער
ס'וועט דיר העלפן א רעיטך,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 10:51 pm
דורך פליקער
עס איז דא איין אידישע אויסדריק וואס האט פילע ניצען, מען קען עס ניצן פאר שטארק, שוואך גרויס קליין און נאך, געשיקט , שטייט, נעמליך, דער רוח.
גרויס ווי דער רוח, קליין ווי דער רוח, געשיקט ווי דער רוח, שטייט ווי דער רוח, און פילע נאך ניצינגען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:07 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס מיינט 'לעקיש בער'
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:03 am
דורך אויליגער
ווען יונגלעך און מיידלעך זענען צוזאמען פלעגט אמאל זיין א ענין צו שרייען חמערייזעל פוטערייזעל
האט דאס א באדייט?
אויב יא וואס איז איר באדייט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
אגב, כ'האב געמאכט ריסערדזש אויף לעקיש בערניו..
ס'געווען א לעצטע נאמען אמאל 'לעקיש' און ווען מ'האט געוואלט זאגן, איינער גרונם פייוויש למשל, האט מען געזאגט איינער בער לעקיש.. אבער לעקיש אליין איז עפעס א שפריך.
כדאמרי אינשי, ער איז געבליבן לעקיש.. תיובתא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:26 pm
דורך כוכב
אויליגער האט געשריבן:ווען יונגלעך און מיידלעך זענען צוזאמען פלעגט אמאל זיין א ענין צו שרייען חמערייזעל פוטערייזעל
האט דאס א באדייט?
אויב יא וואס איז איר באדייט?
חמור אייזל, פטר אייזל.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:20 pm
דורך איך אויך
קיינמאל נישט געהערט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 12:39 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: דער קעפל/העדליין פון דעם אשכול (אין אי. וועלט) וואס דו ברענגסט צו, איז נישט געשריבן לויט די כללים פון גראמאטיק: דאס ריכטיגע ווארט [צו נוצן], איז, "אויסדרוק", מיט א וואוו. נישט "אויסדריק", מיט א יוד...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:01 am
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:די טעאריע פון "בוכער הזעצער" שטימט נישט, ווייל דאס ווארט "בוך" בלשון רבים איז "ביכער", מיט א יו"ד, און דער ריכטיגער אפשטאם איז פון דעם פאקט אז אין אלגעמיין זענען די זעצערס געווען בחורים אדער יונגע לייט.
דאס ווארט "נעבעך" איז נישט קיין אקראנים, נאר שטאמט פון פויליש און סלאוויש.
יאנקל, שליט"א/ע"ה: מיט'ן צווייטן טייל פון דיין מאמר בין איך מסכים. "נעבעך" איז א סלאווישער אויסדרוק.
מיט'ן ערשטן טייל בין איך נישט מסכים. ווייל אויף די פארשאלטענע דייטשע שפראך הייסט דער מענטש וואס איז מסדר די אותיות אויף א באורד: Buch-Setzer/ מיט צוויי פינטעלעך העכער דעם אות "יו". און דאס איז א שם-דבר. און ס'איז נישט שייך צו מאכן א חילוק צווישן לשון יחיד און לשון רבים...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:08 am
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:ער איז בקי בשבילי דרקיע אזוי ווי די שבילי דנהרדעא.
עס איז א מימרא פון
שמואל.
רייט, כאפסט נישט, מען ניצט עס מיט די פארקערטע מהלך. ער קען גאנץ ש"ס אזוי וי ער קען די שבילי דנהרדעא. ודו"ק.
נישט "פון" שמואל. נאר אויף שמואל/איבער שמואל. די גמ' זאגט אז שמואל איז געווען בקי בשבילי דרקיעא כשבילי דנהרדעא...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:17 am
דורך berlbalaguleh
פון וואו נעמט זיך דער פאפולערער אידישער אויסדרוק: האק נישט אין טשייניק. מילא, ווען איינער זאגט "האק נישט אין קאפ" קען מען פארשטיין. אבער ווי קומט דער אויסדרוק "טשייניק".נאר. מ'דארף וויסן אז אין רוסלאנד, נאך בימי הצאר, ימ"ש, איז געווען איינגעפיהרט אז די שטאט האט צוגעשטעלט הייס וואסער אומזינסט. א יעדער האט געדארפט ברענגן זייער טשייניק. האט זיך געמאכט צייטן ווען ס'איז געווען א לאנגע רייע (שורה) פון מענטשן. און מ'האט געדארפט ווארטן א לאנגע צייט. זענען געווען עטליכע מענטשן וועלכע זענען געווארן לאנגווייליג (באורד) און האבן גענומען האקן אין זייער טשייניק. דאס האט געשטערט פאר די אנדערע מענטשן. האט זיך איינער אנגערופן "אפילו דו ביסט לאנגווייליג. האק נישט אין טשייניק"....כנ"ל.
נ.ב.: איך האב שוין אמאל געשריבן איבער דעם ענין.) דאכציך, מיין ערשטע תגובה אין קאווע שטיבל. איך קען עס נישט טרעפן. "סוירטש" האט עס נישט ארויפגעברענגט...!.(