נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:43 pm
אדער א לשון פון קידושין?? כי יקח איש אשה.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=3040
געפילטע פיש האט געשריבן:@מוח
ביזט גערעכט מיט די ספאנטען רעאקציע וואס מ'זעט אין דעם פסוק "ובכל מדינה ומדינה מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע אבל גדול ליהודים וצום ובכי ומספד שק ואפר יצע לרבים", אבער דא איז דאס א געפלאנטע זאך, לך כנוס את כל היהודים, א כינוס כלל ישראל, וגם אני ונערותי אצום כן, ובכן אבוא אל המלך (און איך האף אז מ'וועט האבן געפויעל'ט, און אז נישט), וכאשר אבדתי אבדתי. און וואס מיינט לויט דיר וצומו "עלי", פאר מיינעטוועגן? און נאך מער, לויטן היגיון וואלט זי געדארפט גוט עסן אויסצוזעהן שיין פאר אחשורוש, וואס דאס איז דאך די גאנצע סיבה פארוואס זי איז דארט, נאר פאר איר שיינקייט, זאל זי נוצן נאכאמאל איר איינציגע וואפן, ואסתר נושאת חן בעיני כל רואיה, און זי גייט פאסטן? ווי אויך וועט זי נישט האבן די הרחבת הדעת פארצולייגן אירע טענות.
(בדרך צחות קען מען זאגן אז זי איז געגאנגען אויף א דייעט פאר'ן גיין צום קעניג עם צו געפעלן.)
יאיר האט געשריבן:גראדע פון חז"ל זעען מיר פארקערט, אז אויף מערערע פלעצער וואו עס שטייט "ויקח" שטייט אין מדרש אז ס'איז געווען אויף אן איידעלער אופן, קחם בדברים.
מוח שליט האט געשריבן:נישט דערמאנען קיין איין ווארט פון תפלה [חוץ אפשר א רמז מיט דעם ווארט צום, וואס לשיטתי מיינט עס נישט דאס], און אויך נישט קיין איין ווארט פון הודאה צום אייבערשטען לאחר הנס, איז דאך אומר דרשוני, ניין?
.....כאילו מען איז ממאס אינעם גאנצען ראציאנאלקייט מיט אלע פילוזופישע רעיונות וואס זי ברענגט מיט זיך מיט, מטוב עד רע. וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך.
וואס מיינט דאס אלעס?
יאיר האט געשריבן:מוח שליט, הערליכע געדאנקען אויף די מגילה. א שאד מען האט מיר נישט געגעבן צו לערנען דיינע חידושי תורה אויף פורים בעת משתה היין ווען איך האב געלערנט מסכת מגילה אלס בחור.
"כי אם החרש תחרישי בעת הזאת רוח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר."
דער פסוק העלפט דיר ארויס שנירן דיינע געדאנקען? עפעס אזא "ס'וועט אונטערקומען א פרישע געלעגנהייט פון אונטער דער ערד."
יאיר האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:נישט דערמאנען קיין איין ווארט פון תפלה [חוץ אפשר א רמז מיט דעם ווארט צום, וואס לשיטתי מיינט עס נישט דאס], און אויך נישט קיין איין ווארט פון הודאה צום אייבערשטען לאחר הנס, איז דאך אומר דרשוני, ניין?
.....כאילו מען איז ממאס אינעם גאנצען ראציאנאלקייט מיט אלע פילוזופישע רעיונות וואס זי ברענגט מיט זיך מיט, מטוב עד רע. וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך.
וואס מיינט דאס אלעס?
עס מיינט, לויט ווי מיר האבן מקובל פון חז"ל און פון דורי דורות ביי גאנץ כלל ישראל, אז דער אמת'ער פשט איז אז אונטער די אלע אויבפערלעליכע qoincidences ליגט באמת באהאלטן דעם יד ה' אויף א דירעקטע, פערזענליכע אופן וואס מיר קענען נישט באגרייפן. דאס איז דער ריכטיגער מהלך ומיניה לא נזוע. לויט דעם מהלך ווערט אויך פארענטפערט פארוואס הדסה האט זיך געגעבן א גוי'אישער נאמען פונקט 'אסתר' וואס באציט זיך לכאורה אויף דעם בבלי'שן אפגאט עשתר, נאר לויט ווי די ספרים ערקלערן איז פונקט פארקערט, זי האט זיך דירעקט געגעבן דעם נאמען אסתר מלשון הסתר אסתיר את פני, צו ווייזן אז אונטער די אלע צעשטיקלטע פרטים פונ'ם טאג טעגליכן לעבן וואס די גויים לייגן אן אויף אמונות טפילות פון מזלות און צבא השמים ליגט באמת א גאר קאמפליצירטע אויסגערעכנטע פלאן פון דעם איינציגן באשעפער, און די אלע מיסטעריעזע כוחות און מזלות פון די עובדי עבודה זרות זענען גארנישט מיט נישט, אונטער אלעס איז באהאלטן דעם יד ה',
יאיר האט געשריבן: צו ווייזן אז אונטער די אלע צעשטיקלטע פרטים פונ'ם טאג טעגליכן לעבן וואס די גויים לייגן אן אויף אמונות טפילות פון מזלות און צבא השמים ליגט באמת א גאר קאמפליצירטע אויסגערעכנטע פלאן פון דעם איינציגן באשעפער, און די אלע מיסטעריעזע כוחות און מזלות פון די עובדי עבודה זרות זענען גארנישט מיט נישט, אונטער אלעס איז באהאלטן דעם יד ה', און ווער עס האט ערליכע אויגן קען דאס זען באשיינפערליך, אבער די תועים וואס פאשען אויף פרעמדע פעלדער וואס האבן זיך אנגעליינט מיט כל דבר אסור פון אלע מינים ואפיקורסים, ביי זיי ליינט זיך די מגילה ר"ל ווי א שיינע היסטאריקעל פיקציע ראמאנס נאוועל געשריבן דורך אידן וואס זענען פארזינקען צווישן די גויים עובדי ע"ז אבער האבן דאך דעם אידישן שטאלץ. מיר אינטערעסירט אינגאנצן נישט וואס אזעלכע תועים מדרכי החיים האבן צו זאגן.
קופערניקוס האט געשריבן:הערליכע סחורה, מח שליט א הארציגן דאנק!![]()
![]()
![]()
מען דארף טוישן דעם שם האשכול "אבסערוואציעס אויף די מגילה"
דער מחבר פון בחינת עולם איז ידעיה הפנינינולד מאוחר האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן 'וכלשון ה'בחינת עולם', תכלית מה שנדע בך, שלא נדעך''
ווער איז דאס די בחינת עולם סקוקט אויס אינטערסאנט?
מיינט דאס די זעלבע ווי תכלית הידוע לידע שלא נידע?
מוח שליט האט געשריבן:מיט דיין הבנה קען מען אויך פארשטיין די ענליכקייט פון די נאמען מרדכי צום בבלישן אפגאט Marduk
איך מיין אבער אז עס קען טאקע זיין אז זיי האבען געהאט בבלישע נעמען, [וואס בשרשם איז דאס געווען על שם אן אפגאט. אבער נישט אז מרדכי ואסתר האבען געהאט בכוונה פון אן אפגאט.
מוח שליט האט געשריבן:יא מ'זעהמיר בשיינפערליך די כוח פין יו"ט פורים. א נייער אור, א נייער יאיר. א לוחם מלחמות ה', א גודר גדר ועומד בפרץ. קימו מה שקבלו כבר.
זר זהב האט געשריבן:דאכט זיך אז איינמאל שטייט אין מגילה מומכן אנשטאט ממוכן, וואסי פשט
יאיר האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:יא מ'זעהמיר בשיינפערליך די כוח פין יו"ט פורים. א נייער אור, א נייער יאיר. א לוחם מלחמות ה', א גודר גדר ועומד בפרץ. קימו מה שקבלו כבר.
ס'איז אלעס דער זעלבער יאיר, מ'דארף נאר גוט קוקן וואס איז באהאלטן בבחינת הסתר אסתיר און קומט ארויס אין ליכט פון דעם גרויסן אור פון פורים ווען אלעס ווערט נתגלה און מ'קען גארנישט באהאלטן, כמו שהאריכו בענין נכנס יין ויצא סוד.
מוח שליט האט געשריבן:נאך אבזערוואציעס אויף די סיפור המגילה.
כמובא לעיל איז די מעשה פון די מגילה א צוזאמשטעל פון מקרים וואס פאלען פונקט אריין אין די right place at the right time. און טאקע אויף אן אופן ווי די מקרים שטארקען זיך אויף אלע אויסגערכענטע פלענער, און איעדע פלאן אויף איין דיירעקשאן ברענגט ארויס א מקרה אויף די פארקערטע וועג.
חוץ די פאר זאכען וואס איך האב שוין דערמאנט אויבען, איז דא א גאנצע ליסטע פון אזעלכע מקרים.
פונקט דעמאלט ווען המן גרייט אהן דעם הויכען בוים צו הענגען מרדכי, וויל אחשורש באלוינען דעם זעלביגען מרדכי.
דער שיינער ניגון פון "ויבא המן" איז די turning point פון די גאנצע מגילה. די פעולה פון אריינקומען מיט א חשבון, ווערסוס די כח פון די מקרים, וואס דרייט איבער די גאנצע חשבון ממש מהיפך להיפך, קען נישט בעסער ארויסגעברענגט ווערען ווי מיט דעם ויבא המן.
פונקט איז המן, מרדכי'ס גרעסטע שונא, געווארען דער וואס באשענקט אים גאר מיט אזא ריזיגע כבוד. דאס געשעהט טאקע די רגע ממש וואס ער קומט אריין מיט'ן חשבון צו בעטען רשות אים אויפצוהענגען. אט יענע רגע איז בלא יודעים שענקט ער אים א ריזיגען כבוד. נישט נאר ער שענקט דאס אים, נאר ער פירט דאס טאקע אויס בפועל. געצווינגענערהייט גייט ער ארום שרייענדיג אז דער מענטש וואס פאר פינעף מינוט צוריק האט ער כמעט באקומען רשות אים צו הענגען, איז גאר אן איש אשר המלך חפץ ביקרו.
אט די געדאנקענגאנג איז נישט נאר מצד די כותב המגילה וואס זעהט דעם גאנצען בילד און אבזערווירט די מקרים און זעהט אז השתדלות העלפט נישט צו פארבעסערען דעם גורל פינעם מענטש. דאס איז אויך מצד די מענטשען אינעם מעשה זעלבסט. זיי פרובירען אויך צו טוהן זייערע פעולות מיט אזא מהלך.זיי האבען אויך פארשטאנען אז די אזויגערופענע בלינדע מקרי האדם האבען עפעס א מיסטעריעזען כוח וואס לאזט זיך נישט פון אלע שיין אויסגערעכענטע פלענער.
אנגעהויבען פארשטייט זיך מיט די גורלות וואס המן האט געמאכט. ער וויל א פלאן וואס זאל גיין באופן מקרה. ער פרובירט אריינצושטעלן זיין אויסגערעכענטע פלאן בגדרי המקרה. ער וויל אז די בלינדע גורל זאל דאס אויספאסקענען.
המן'ס חכמים האבען אויך געארבעט מיט אזא מהלך. זיי האבען געזעהן די דירעקשאן וואס די מקרים פארן און געזאגט אז דאס איז עס. נפול תפול לפניו.
בענין די צוויי משתות אסתר איז אויך מסתבר אזא מהלך. זי האט געווארט פאר עפעס א cue, א סימן וואס זאל ווייזען אז עס פירט זיך און איר ריכטונג. די ערשטע משתה איז המן געווען שמח וטוב לב, ווי עס שטייט ויצא המן ביום ההוא שמח וטוב לב, האט זי דעריבער אפגעשטופט איר בקשה. דאס צווייטע טאג קען מען זיך שוין אליין פארשטעלען וויאזוי ער האט געפילט. נאכדעם וואס ער האט ארומגעפירט זייל ארכ-שונא מיטן גרעסטען כבוד, און נאכ'ן באקומען די שווארצע נבואה פון זיינע חכמים. אסתר האט אוודאי אויך געוואוסט פון זיין קלאסאלער דורכפאל, איז דעריבער האט זי פארשטאנען אז יעצט איז די פאסיגע מינוט. אסתר'ס געדאנקענגאנג was proven right. דער "וגם הנה העץ אשר עשה המן למרדכי אשר דבר טוב על המלך", איז נאר שייך געווען דעם צווייטען טאג, נאכען נדדה שנת המלך וואס האט גורם געווען די קריאת בספר הזכרונות וכו'.
אין אזא מין געדאנקענגאנג האבען קליינע דעטאלען א גרויסע כח. מען שפירט די דירעקשאן וויאזוי די זאך פירט זיך, און מען לאזט זיך ווערען געפירט. עס קוקט אויס ווי אלע players האבען געהאלטען פון אזא מהלך. אחשורש איז ארויס צום גינת הביתן, און המן איז מיט בקשות ותחנונים געפאלען אויף איר בעט. דער קעניג קומט אריין און זעהט א מראה פון שכיבת המן על מטת אסתר. ער רופט זיך אהן הגם לכבוש את המלכה עמי בבית. הדבר יצא מפי המלך - [נישט קיין פעולה פון רעדן, עס איז עפעס יצא מפיו.] די ווערטער האבען געהאט די כוונה פין די שכיבה במטת אסתר, אבער עס האט זיך דערהערט א משמעות אויף די גאנצע ענין פון המן'ס רצון פון הרגענען די אומה פון די מלכה.
אוודאי קענען מיר נישט פארגעסען פינעם ויתלו את המן על העץ אשר הכין למרדכי... דעם זעלבען בוים וואס איז אויספלאנירט געווארען דורך זיינע חכמים אלס די שפיץ פון זיין נקמה במרדכי, איז גאר געווארען די קרוין פון זיין מפלה.
דערנאך זעהן מיר אז דאס וואס המן'ס בריווען זענען געווען בשם המלך אחשורש און מיט זיין זיגעל, א זאך וואס לאו דוקא איעדע בריוו האט דאס געהאט, והאגרות של" להיות כל איש שורר" יוכיח, וואס דאס גופא מאכט די בריוו אומזיגבאר, מען קען דאס נישט צוריקציען. איז דאך דאס חתימת המלך אויפען גזירה, א גאר געפערליכע חלק פינעם גזירה. שטעלט זיך אבער אויס אז דאס גופא איז גורם ממש להיפך. ווען נישט דאס אז די בריווען זענען אזוי שטארק, וואלט אחשורש מסכים געווען צו אסתר בקשה פון להשיב את הספרים מחשבת המן. דעמאלט וואלט סך הכל געווען אז די גזירה איז בטל געווארען. עס וואלט נישט געווען א געלעגענהייט פאר די אידן קער צו נעמען פון אלע זייערע שונאים. וויבאלד אבער אז דאס איז נישט געווען קיין אפציע, האט מען געמיזט שיקען א בריוו וואס געבט די רעכט פאר די אידן זיך קעגנצושטעלן די אויספאלגערס פינעם ערשטען בריוו. ומכח גודל הפחד פון מרדכי, האבען אלע לאקאלע ממשלה איינגעשטעלטע געווען אויף די זייט פון די אידן, כי גדול מרדכי בבית המלך. קומט אויס אז די אומרירבארקייט פינעם גזירה איז גורם אז די אידן האבען א מעגליכקייט קער צו נעמען פון אלע זייערע שונאים. נאר אזוי איז געווארען דער ונהפוך הוא...שהיהודים שולטים בשונאיהם. דאס וואס די אידן האבען געמיזט זיך דעפענדען און עומד זיין על נפשם, ווייל עס איז דאך געווען די ערשטע בריוו וואס איז נישט בטל געווארען, דאס האט גורם געווען א בעסערע לאגע פאר די אידן, מיטן עלימינירען זייערע שונאים.
אין א געוויסע וועג איז דאס א פאטאליסטישע צוגאנג, עפעס א בחינה פון כאשר אבדתי אבדתי. די מענטש'ס גורל וועט זיין וואס עס וועט זיין. מען קען זיך אפשר אביסל משתדל זיין זיך אריינצושטעלן אין א געניסטיגע מקרה, אבער דאס איז עס, נישט מער. עד כדי כך אז אין די מגילה שטייט נישט קיין איין ווארט פון בקשה צום אייבערשטען ביים צרה. אויך נישט קיין הודאה צום אייבערשטען ביי די ישועה.
במושכל ראשון קוקט דאס אויס ווי א התרחקות פינעם אייבערשטען, מען האט אינגאנצען פארגעסן פינעם אייבערשטען ח"ו. כעין דעם עד דלא ידע, ווען מען ווייסט נישט קיין חילוק בין טוב לרע.
וואס איז פשט מיט דעם גאנג?
עס קוקט אויס זייער עהנליך צו surrealism