בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:28 pm
דורך דולה ומשקה
למעשה רוב פרויען האבען דוקא יא ליב דענים, נאר צוליב דעם סיסטעם טאר'ן זיי דאס נישט אנטוהן, אבער אי אפשר בלא כלום, טוהן זיי דאס אן פאר די יונגערע קינדער, ביז צו פיר פינעף קען מען זעהן בא'חן'טע קינדער, פון חסידישע היימען, וואס דער מאמע טוט זיין אן דענים הויזען.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:44 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:טענה'סט זיך אויף א פרט, זאג מיר א נ"מ ציווישן א דענים שעסל און גוטשי זון-גלעזער.
און גראדע זענען די רעכטס אויף לינקס העמדער לא תלבש, פרויען גייען מיט רעכטס אויף לינקס, און יא, צומאל זענען זיי ווייס אויך.

איז דאך די מעלה פון דעם אז אויב דאס העמד איז אין די לאנדרי קען דער מאן אויסבארגן זיין ווייב'ס בלאוז, בשעת הדחק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:51 am
דורך טעפל
דולה ומשקה האט געשריבן:למעשה רוב פרויען האבען דוקא יא ליב דענים, נאר צוליב דעם סיסטעם טאר'ן זיי דאס נישט אנטוהן, אבער אי אפשר בלא כלום, טוהן זיי דאס אן פאר די יונגערע קינדער, ביז צו פיר פינעף קען מען זעהן בא'חן'טע קינדער, פון חסידישע היימען, וואס דער מאמע טוט זיין אן דענים הויזען.

דו זעהסט די גרויסע גדולה אין דעם? באמת..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:32 am
דורך gehlungen
היימישער האט געשריבן:איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.

The same reason that black stockings is modern lol (the rebetzens are aloud to wear it ) !

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:34 am
דורך קאווע טרינקער
דו ביסט אויך אזא שווארץ קוקער ווי מיך (דא)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:53 am
דורך זר זהב
gehlungen האט געשריבן:
היימישער האט געשריבן:איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.

The same reason that black stockings is modern lol (the rebetzens are aloud to wear it ) !

haha lol

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 10:15 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:
gehlungen האט געשריבן:
היימישער האט געשריבן:איך האב אמאל געפרעגט א יוד א שטיקל עסקן, האט ער מיר געזאגט אז וואס עס איז די סטייל ביי די גויים (ווי למשל דענים) פאסט נישט פאר חסידי'שע יודן.

The same reason that black stockings is modern lol (the rebetzens are aloud to wear it ) !

haha lol

:lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:06 am
דורך ודי למבין
וויסט טאקע איינער פשט וואס איז ראנג מיט די שווארצע טייטס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:16 am
דורך טעפל
ודי למבין האט געשריבן:וויסט טאקע איינער פשט וואס איז ראנג מיט די שווארצע טייטס?

פון די פרומע אדער פון די מאדערענע?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:25 am
דורך ודי למבין
פון די מאדערענע

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
דורך שמעקעדיג
ווער זאגט ס'איז ראנג? אויך עפעס א מומע?
ווי ווייט איך ווייס האט מען עס קיינמאל גע'אסר'ט.

נאר יעדע סארט וואס איז דין איז (לויט א טייל) אסור ע"פ הלכה (אנדערע זענען זיך נוהג להיתר כל זמן מען זעהט אז עס איז נישט מגולה לגמרי)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:13 pm
דורך בדחן
שמעקעדיג האט געשריבן:ווער זאגט ס'איז ראנג? אויך עפעס א מומע? ווי ווייט איך ווייס האט מען עס קיינמאל גע'אסר'ט.

נאר יעדע סארט וואס איז דין איז (לויט א טייל) אסור ע"פ הלכה


וועלכע פוסקים זענענן מתיר דינע שטרימפ וואס דעקט נישט געהעריג צו די פיס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:22 pm
דורך געפילטע פיש
נאר צו געבן איין דוגמא, די משנה ברורה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:28 pm
דורך בדחן
מראה מקום??

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:31 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:50 pm
דורך sunbar
טעפל האט געשריבן:
ודי למבין האט געשריבן:וויסט טאקע איינער פשט וואס איז ראנג מיט די שווארצע טייטס?

פון די פרומע אדער פון די מאדערענע?


און פון די פרומע?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:14 pm
דורך שעפטל
כ'האב אמאל געהערט אז די גאר פרומע גייען גאר מיט צוויי פאר טאקע, ווייל מיט איינס קען מען אמאל אמאל נאכן אויסוואשן אפאר מאל אדורך זעהן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:41 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר נאר די "גאר פרומע". די אנדערע קויפן פשוט א דיקערע דעניער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:12 pm
דורך חשבון
די זעלבע וואס גייען מיט א קאוט זימער אז מ'זאל זיך נישט טועה זיין אז זיי זענען א פרוי

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 12:00 am
דורך דולה ומשקה
ווען 'דענים' וואלט געוועהן בימי חז"ל, וואלטן זיי דאס גע'אסר'ט אזוי ווי רויטע בגדים?
וואס איז דער טעם אז רויט איז אסור משום דין או צניעות (או חוקת הגוי), איז פארהאן ביי 'דנעים' די זעלבע חששות ווי ביי רויטע קליידער?

אגב דא איז א אשכול איבער רויטע מלבושים
viewtopic.php?f=13&t=23

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 1:56 pm
דורך שלום על ישראל
געפילטע פיש האט געשריבן:טענה'סט זיך אויף א פרט, זאג מיר א נ"מ ציווישן א דענים שעסל און גוטשי זון-גלעזער.
און גראדע זענען די רעכטס אויף לינקס העמדער לא תלבש, פרויען גייען מיט רעכטס אויף לינקס, און יא, צומאל זענען זיי ווייס אויך.

סארי פארן אריינקומען א דור שפעטער, אבער דאס האט מיך אלץ געבאדערט. איינער ווייסט טאקע די פשט אז מ'מעג גיין רעכטס אויף לינקס? אדער איז דאס פשוט אזוי נאך פון די צייטן ווען די גוים האבן נאכנישט געהאט קיין כללים דערין, און אונז ווייסן מיר נישט וויאזוי צו גיין ווייטער?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:00 pm
דורך שבת אחים
פשט אין וואס? אין אלטע פרימיטיוו סופערסטישאן? נישטא קיין פשט פארוואס רעכטס אויף לינקס זאל זיין מעהר חשוב ווי לינקס אויף רעכטס, מיין מאמע איז א געלינקטע און זי טוט אלעס מיט די לינקע הענט אויסער שרייבן שרייבט זי מיט די רעכטע ווייל אין סקול האט מען דאן געצווינגען די אלע געלינקטע צו שרייבן מיט די רעכטע הענט! פארוואס?, אין די גאנצע וועלט האט מען אזוי געטוהן נישט צו לאנג צוריק, די סיבה פארדעם איז ווייל רוב מענטשען זענען גערעכטע און זיי האבן נישט געהאט קיין אהנונג פארוואס א קליינע פראצענט זענען געלינקטע נישט וויסענדיג אז זייער מוח ארבעט פארקערט און זיי קומען אזוי ביי default האבן זיי סתם געפייניגט די מענטשהייט! והיינו טעמא אויף אסאך זאכן פון די רעליגע וואס קומט פון ignorance און מחוסר ידיעה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 4:12 pm
דורך שלום על ישראל
כ'פארשטיי דאס קלאהר; כ'זוך נאר א מער-רעליגיעזע הסברה...