בלאט 3 פון 7

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:42 pm
דורך משה געציל
וואו! קופערניקוס! דו ביזט דער מאדאל דא אין שטיבל! איך ווייס נישט וויפיל שווייס דו ווישט, אבער א שמייכל אויף מיינע לעפצן א יעדן טאג!
איך בין זיכער אז עס איז א גרויסע שמחה אין די עולמות העליונות ווי די גרויסע זיידעס -בראש וראשון נאך וועם דו הייסט- זענען פארזאמעלט אין די געהויבענע מינוטין און פרייען זיך מיט בעת חדותך!

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:55 pm
דורך [NAMELESS]
גלייב מיר טייערער משה געציל אז איך וואלט אוועקגעגעבן מיינע אלע לייקס אז דיין מאגן ברענעריי זאל זיך אויפהערן, וכל מדוי מצרים הרעים יסורו מקרבך און די זאלסט קענען שרייבן דייינע הייליגע חיבורים נטעי משה געציל מיט א אויסגעלאשענעם מאגן, מייגרעינלאזע קאפ און צעפרידענעם געמיט.

קופערניקוס פאר דיר

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:43 pm
דורך petergrifin
[youtube][youtube]http://www.youtube.com/watch?v=A-Dh5tyfQOE[/youtube][/youtube]

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:14 pm
דורך [NAMELESS]
הא, הא, דאס איז גוט, דער יוטוב האט א ווייטן בליק, ממש אפגע'משל'ט קופערניקוס'נס זיך אריינכאפן ביי די לייקס ליניע...
גוט יוטוב, גוט יוטוב, (מען זאגט דאס מיט אזא רעזשוואלקע'דיגע יום טוב תנועה)

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:25 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:גלייב מיר טייערער משה געציל אז איך וואלט אוועקגעגעבן מיינע אלע לייקס אז דיין מאגן ברענעריי זאל זיך אויפהערן, וכל מדוי מצרים הרעים יסורו מקרבך און די זאלסט קענען שרייבן דייינע הייליגע חיבורים נטעי משה געציל מיט א אויסגעלאשענעם מאגן, מייגרעינלאזע קאפ און צעפרידענעם געמיט.


בנוסף צו אלע מעלות האבן מיר דא א גוטהארציגן געטרייען חבר, וואס וועט זיך אויסטון ס'העמד פאר יענעם!

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 10:00 am
דורך מאטי
שמעקעדיג איז אנגעקומען צו 3000 לייקס.
און אנדערע נייעס, G&G האט א בר מצוה ספעשל, גייקאו סעיווד אייך 15%, סליפפיס האט טייערע מאדראצן
און היינט איז די לעצטע טאג פונעם סעיל, יוסף א באנק גיט אייך טאקסידאוס 3 פאר די פרייז פון איינס אין אהאלב..

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
יאנקל!!

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 1:40 pm
דורך מאראנצןזאפט
די טענדער לאוו ענד קעיר וואס שמעקעדיג גיט דא פאר אנ"ש איז אומגלויבליך, איך בין מקנא דיין ווייב.
את חטאי אני מזכיר, איך בין דא אנגעקומען אינמיטן די דיסקוסיא פון ערוך השלחן ווערסוס משנה ברורה. לעיקוואד (און איחוד) האבן מיר מכבד געווען מיט קאלטס און ווארעמס אזש כ'האב מיך געשפירט אויף א שלאכט זאנע.
כ'האב מיך געוואונדערט אויפ'ן סלאגאן "א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען", הזאת נעמי?
ווען נישט שמעקעדיג וואלט איך נישטא געווען היינט.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
WOW! זה חלקי מכל עמלי.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 5:57 pm
דורך געפילטע פיש
מזל טוב שמעקעדיג, ווייניגער ווי 3 חדשים צוריק האבן מיר דיר געווינשען פאר די אלפיים, איך ווייס נישט אויב די טעג לויפן, אדער אויב דיינע לייקס וואקסן ווי אויף הייוון. עכ"פ וועל איך דיר וואונטשען וואס איך האב דיר דאמאלס געוואונטשען.

[center]יה"ר שתזכה לעלות מעלה מעלה על בומתי הלייקים וירוו ממך חבריך וחברותיך רוב נחת בבגצבב"א.[/center]

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 7:30 pm
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:
[center]קאווע שטיבל ווינטשט א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר המתוק מדבש
מוה"ר קאווע טרינקער שליט"א

לרגל הגיעו ל"אלפיים לייקס" בלי עין הרע!!
ויה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר וירוו ממך חבריך רוב נחת דקדושה וירבו לייקיותיך כרימון ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר!
[/center]

[center]קאווע, דו ביסט אונז מחיה יעדן טאג פון יאר מיט דיינע געשמאקע תגובות, אפילו אן צוקער איז דיין קאווע מתוק לחיך! מיט דיין סארקאזם, הומאר, און ברייטע ידיעות בתורה ומילי דעלמא איז א נחת דיר צו האבן דא אנבאורד!![/center]

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 7:37 pm
דורך קאווע טרינקער
פוי, כבוד.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 7:52 pm
דורך משה געציל
מזל טוב קאוועניא!
יה"ר שיתלוקקו בך הלקוקים לקיקים בלי נחלה ומצרים!

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 7:55 pm
דורך דעת תורה
מאראנצןזאפט האט געשריבן: איך בין מקנא דיין ווייב.


לא תחמוד אשת רעך

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:48 pm
דורך מאראנצןזאפט
מז"ט פאר קאווע אחד המיוחד בשבחבורה.
מי יתנני ירחי קדם אז קאווע זאל אנגיין ווי אין די בראשית יארן, נאך פאר די מאראנצן מאטי עפאכע.
אבער גם כי יזקין איז ער אונזער קרוין, נעים לחיך ושפתים יישק על כל הוגה היוצא מפום ממלל רברבן.
העלין מיר זיך זען פרייטאג צו נאכטס ביי רבי בנימין, שבתא טבא.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:25 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב הרב קאווע, איך האב שוין גאר אסאך הנאה געהאט פון דיינע ידיעות און פון דיין הומאר, ויה"ר וכו'

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:26 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעצטנס קומט ברסלבער אריין פון צייט צו צייט טיילן קאמפלימענטן.
ס'איז שוין צייט פאר א שיעור בספרי רבי נתן!

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:29 pm
דורך ברסלבער
דו קלערסט אז דער עולם איז אינטרעסירט עס צו הערן? איך מיין אז דער עולם האט בעסער ליב אנדערע טעמעס. נישט אזוי?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:33 pm
דורך מאראנצןזאפט
שטיות, דו פאק און דער עולם וועט זיך באלעקן די פינגער.
פאר מיר פערזענליך ביזטו נאך שולדיג אן אנדערער שמועס...
דו ווילסט נישט איך זאל אנהייבן אליין סאו בעטטער באקל אפ...

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:37 pm
דורך קאווע טרינקער
ברסלבער האט געשריבן:מזל טוב הרב קאווע, איך האב שוין גאר אסאך הנאה געהאט פון דיינע ידיעות און פון דיין הומאר, ויה"ר וכו'

אוי, ווען כ'מעג ווען ארויסגעבען וואס דו שרייבסט אלץ אין אישי... דר'עולם ווייסט נישט ווי גוט דו ביסט... אין פאבליק שטעלסט דיך ארויס ווי סתם א ברסלבר... אבער בפנימיות ביסטו א הארץ פון פלייש...

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:39 pm
דורך ברסלבער
פוי, כבוד...

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:32 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איז א נחת דיר צו האבן דא אנבאורד!!

אן בארד, מיט בארד, נישט קיין נפקא מינא, אבי דו ביסט דא! מזל טוב!

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:40 pm
דורך פידלער
ברסלבער האט געשריבן:פוי, כבוד...


ס'איז דא א ווארט פאר דעם: humblebrag ;)