נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 12:43 pm
וזה אשר נראה לעניות דעתי:
א. נאטורליך, וויל א טאטע העלפן זיינס א קינד און "שוין ארלעדיגן". נישט אייביג זעהט ער גענוג פאראויס אויב ער "העלפט" אדער ער מאכט ערגער. - דער איידעם קען איהם זייער שנעל קלאר מאכן זיין טעות מיט אט דעם סענטענס: שווער טייערע, אז דו וועסט הייסן דיין טאכטער זיך אפ'גט'ן, וועט זי בלייבן ביי דיר וואוינען מיט די קינדער, קענסט פארגעסן פון א רואיגע עלטערע יארן, די קינדער וועלן דיך לויפן אונטער די פיס, דיין טאכטער וועט דיר וויינען אויפ'ן קאפ, דו וועסט דארפן צאלן טואישען פאר דיינע אייניקלעך, דו וועסט זיי סוף כל סוף דארפן אויסצאלן די חתונה מיט די בר מצוות. בקיצור, דו גייסט צוריק 18 יאר אין דיין לעבן. און זאלסט נישט מיינען אז דו וועסט איר גלייך חתונה מאכן צו א צווייטן, ווייל איך וועל מאכן זיכער אז זי בלייבט ביי דיר אויפ'ן קאפ אן א גט דאס לענגסטע וואס איז נאר מעגליך. מיינסט טאקע אז זי וועט זיין גליקליכער זיצענדיג ביי דיר אויפ'ן קאפ איינזאם אליינס ווי ביי א מאן וואס לייענט קריאת שמע מיט'ן בלויזן קאפל?
ב. שלום בית איז א פול טיים דזשאב, און עס איז דער תפקיד פון א מאן צו מאכן זיכער אז זיין פרוי זאל נישט וועלן זיין אן איהם אפילו פאר א טאג. ער דארף איר דורך אלע מיטלען מאכן טראכטן אז זי וויל איהם נישט פארלירן. ער דארף רעדן מיט איר וואס זי האט ליב צו רעדן וועגן, ער דארף איר קויפן און סורפרייזן זאכן וואס זי האט ליב, קאמפלימענטירן איר ארבעט און אויסזעהן, צולייגן א האנט ווען זי ברעכט אונטער. אויב א יונגערמאן טוהט דאס טאג טעגליך, ווי שווער עס זאל נאר זיין, ער נעמט נישט זיין ווייב פאר גרענטעד, און ער איז דער וואס טוהט און ארלעדיגט איר אלע אירע געברויכן נאך פאר זי בעט עס פון איהם, דער קען לייענען קריאת שמע אפילו מיט די אונטערוועש, דער האט א פרייע האנט בינו לבינה, דער דארף קיינמאל נישט נאכטראכטן אז זיין אידענע וועט רעדן צו איר טאטן וועגן איהם, ווייל ער שטייגט איבער איר טאטן אין איר מוח.
ג. רוב אינגעלייט וואס מוטשען זיך איז עס ווייל: 1) זיי זענען נישט קיין "מענער". 2) זיי זענען טועה די ווייב מיט א בחור פון ישיבה.
לגבי די ערשטע נקודה, א פרוי דארף א מאן. א מאן מיינט איינער וואס פראווייד פאר איר סעקיוריטי, מאכט פאר איר דעסישענס, ערלעדיגט אלעס מיט קאנפידענץ, און איז אייביג רואיג און אין קאנטראל. א מאן וואס בעהט זיך א גאנצע טאג ביים ווייב, א מאן וואס בעט פונעם ווייב צו ארלעדיגן זאכן, א מאן וואס ווערט נערוועז און אומסעקיור, אזא איינער איז מער פרוי ווי מאן, און פרויען זענען אין נאטור נישט עטרעקטעד צו דעם.
לגבי די צווייטע נקודה, א ווייב איז נישט א חבר. ווי נאענט מ'איז איינער צום צווייטן, איז מען נאר גוטע שותפים, נישט חברים. גאר נאנטע שותפים זענען זיך שטארק מכבד, רעדן פארמאל, פארציילן נישט קיין שמוציגע לאנדרי פון זיך אליינס, און טוען בדרך כלל נאר זאכן וואס ברענגן א תכלית. חבר'שאפט איז אבער אמאהל אויך טשעפעריש, אדער סתם פארברענגט די צייט אן א תכלית, מען רעדט זאכן וואס מען וואלט נישט דערציילט פאר א צווייטן, וכדומה.
ד. א פרוי זוכט געווענליך עני סיבה ארויפצוקוקן אויף איר מאן. זי וועט זיך אנכאפן אין א דינע בענדל, אבער זי וועט עס זוכן מיט לעכט. א מאן דארף געבן גענוג סיבות אז זי זאל ארויפקוקן אויף איהם, אפילו אויב עס איז נער'יש. אהיימקומען און אראפשטויסן די שיך און זיך אויסציען אויפ'ן קאוטש מיט פאפקארן און א צייטונג איז נישט מעורר קיין כבוד. לעומת זה, זיך אוועקזעצן מיט פאפוטשען אויפ'ן ריקליינער, מיט פאפקארן אין א שיסל, און "איר פארליינען" אדער דעבאטירן מיט איר אדער מיט אנדערע למשל די קינדער עפעס וואס ער לייענט יעצט אין צייטונג, איז מעורר "ראש משפחה'שאפט". ער טוהט דאס זעלבע, אבער בדרך כבוד. נאך א משל, א כולל יונגערמאן הארעוועט א גאנצע טאג אין לערנען, ער לענט זיך נאר צו א האלבע שעה נאכמיטאג, פונקט אין דער האלבע שעה וואס זיין ווייב קומט געווענליך אהיים, זי טרעפט איהם פאפען אין בעט אינמיטן טאג. דאס איז נישט מעורר כבוד. לעומת זה, א פוסטע ליידיגגייער מאכט זיך ביזי ווען זיין ווייב וואלקט אריין אין שטוב, און דערנאך זאגט ער בדרך אגב אז הלואי ווען ער קען ווען שלאפן אביסל זיך אויסצורוען צו קענען ווייטער לערנען, אבער ווער שלאפט דען אינמיטן טאג? געווענליך וועט איהם דאס ווייב גראד זאגן, מאך דיך נישט נערי'ש, גיי שלאף אביסל, דו דארפסט עס דאך צום לערנען... דער פוסטע יונגערמאן גייט יעצט פאפען מיט זיין ווייב'ס פולע רעספעקט.
מען קען מאריך זיין, אבער די אונטערשטע שורה איז: איידער דער קריזיס שפראצט ארויס, געב גענוג סיבות פאר דיין ווייב צו וועלן אייביג זיין מיט דיר, נישט קיין חילוק ווי שענדליך דיינע מעשים.