העלפט ארויס א נשמה
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
ודי למבין האט געשריבן:אין היכל הנשמות ערגעץ וואו אין עולם הבריאה, איז דא א אוצר פון טייערע הייליגע נשמות, דארט אין די אוצר זיצן די נשמות, טאקע די הייליגע נשמות פון כנסת ישראל, חלקי אלו-ה ממעל, און שעפן לעכטיגקייט און תענוג פונעם אור אין סוף ב"ה וב"ש, הערן זיך צו די שירת המלאכים, און גייען ארויף יעדען חצות צו היכל קן צפור הערן תורה פון משה רבינו און מלך המשיח, און זענען דבוק אינעם אוא"ס כגמול עלי אמו.
פלוצלינג קומט אריין א מלאך, גרויס מסוף העולם ועד סופו, און ווינקט פאר א נשמה'לע, דארט אין א ווינקל, זאל מיטקומען מיט אים. די נשמה אונגאנצן פארוואונדערט, נישט וויסנדיג וואס און ווען, גייט נאך די מלאך. מ'גייט און מ'גייט ביז זיי קומען אן צו א גרויסע היכל. די מלאך ווייזט פארן נשמה זיך אראפזעצן, און קומט צוגיין מיט א גרויסע צעטל, אויף דעם שטייט 'בעל כרחך אתה נולד'. אויף די form גייט מען אויפשרייבן אלע אינפארמעישן פון די נייע געבוירענע נשמה.
די מלאך זאגט פארן נשמה, 'הער זיך צו נשמה טייערער, און אפאר חדשים ארום גייסטו אראפ צו א נייער וועלט, וואס ווערט אנגערופן 'עולם העשיה דעשיה'. דאס איז די רצון הבורא אין די דארפסט זיין גליקליך און צופרידן צו קענען טוהן זיין רצון. יעצט באקומסטו די מעגליכקייט אויסצוועהלן אין וועלעכע קרייז פון כלל ישראל דו וויסט געבוירן ווערן, און פארברענגען די מאה ועשרים שנה אויף יענע וועלט'.
די נשמה אינגאנצן צומישט און צוטימלט פרעגט די מלאך צו עס איז דא א מעגליכקייט כאפן א בליק אויף די פארשידענע קרייזן און כלל ישראל, כדי צו קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס. די מלאך ענטפערט אים, 'אדרבה, גיט א קוק אויפן גרויסן סקרין אויפן וואנט'.
די נשמה הייבט אויף די אויגן און זעהט אויפן סקרין א ליסט פון פארשידענע קרייזן אונעם כלל ישראל. בני תורה, ספרדים, חסידים, מאדרענע ארטאדאקסן, מזרחיסט'ן, קנאים, תימענע, די עשרת השבטים און אפגאניסטאן, סתם עמך, אא"ו. און יעדע קרייז פאר זיך איז צוטיילט אויף פארשידענע פראקציעס, כל עוף כנף למינהו.
ער קוקט און קוקט, און זיינע אויגן ווערן נישט זייט פון קיקן, אזא קאלירבאר אויסוואל פון אידן, דא כאפט ער א בליק און די לייקואווד ישיבה און זעהט וואו טויזענטע בני תורה זיצן און זענען עוסק אין תורת ה', די קול תורה דונערט, מקולת מים רבים אדירים... דא זעהט ער ספרידשע יודן זינגען קדושה צוזאמן אה א מחיה ממש ווי די שירת המלאכים, דא זעהט א חסידישע יונגערמאן נאך א א מקוה מיט נאסע פיאות זיצט לעבן א ברענעדיגע חסידישע ספר און איז עוסק אין די העכסטע בחינות און ספירות, די מאדערנע יודל זוצט אויפן באן מיט א ענגלישע גמרא און איז מגלה כבוד שמים בעולם און די גרעסטע חושך, און אזוי ווייטער או ווייטער.
זוצנדיג אזוי פארגאפט קומט צו די מלאך צו אים און פרעגט אים, נו וואס האט איר מחליט געווען, וואו ווילט איר געבוירן ווערן, וואס געפעלט אייך דאס מעסטע. די נשמה אינגאנצן א צומישטע און צוטומלטע ווייסט נישט וואס צו ענטפערן...
אפשר קען אים איינער דא און קאווע שטיבל, וואס האבן שוין אביסל מער experience אין די געביט העלפן די צומישטע נשמה וואס צו דיסיידן ---
און אנדערע ווערטער געפרעגט אויב באקומסטו היינט די choice מחליט זיין צו וועלעכע קרייז צו באלאנגען וואס וואלט איר געטוהן.
זייער שיין, ודי. איך האב אבער א פילינג אז די נשמה ווען זי איז נאך אויבן און האלט אינמיטן מאכן די פלענער פאר'ן בעפארשטייענדן לעבן, האט פאר זיך אן אנדער סוג פון קאטעגאריעס איבער וואס איז וויכטיג, און וואס נישט. די נשמה קומט אראפ מיט א ציל עפעס אויפצוטאן אין דעם מציאות דאהי וואו מיר געפינען זיך יעצט. אזוי אויך, איך גלייב אז דארט זעט מען און פארשטייט מען זאכן אנדערש ווי מיר יעצט דא. במילא, איז יתכן אז די נשמה שענקט נישט אזויפיל אויפמערקזאמקייט צום קרייז אין וועלכן ס'זאל געבוירן ווערן. עס קען זיין אז בכדי אויסצופירן וואס זי וויל, איז דער ספעציפישער קרייז נישט אזוי ווייט נוגע.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
אמת. אבער איך ווייס דאך נישט וואס די נשמה'ס פריאריטעטן זענען. עס קען זיין אז זאכן וואס זעען אונז אויס מהיכי-תיתי, אז ס'איז גוט אזוי און ס'איז גוט אזוי, זענען דארט דווקא וויכטיג ביז גאר. און דאס זעלבע פארקערט.
אגב, מען זאגט אז די נשמה באקומט געווענליך עטליכע לעבנס-ברירות און וועלט אויס איינס פון זיי. אבער מען ווייזט נישט דער נשמה דאס גאנצע לעבן, נאר געוויסע פרטים און אספעקטן דערפון.
אגב, מען זאגט אז די נשמה באקומט געווענליך עטליכע לעבנס-ברירות און וועלט אויס איינס פון זיי. אבער מען ווייזט נישט דער נשמה דאס גאנצע לעבן, נאר געוויסע פרטים און אספעקטן דערפון.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- ודי למבין
- ידיד ותיק
- הודעות: 603
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
האט איינער דא געליינט די בוק "לייף ביטווין לייפס" וואס א געוויסע באקנטער היפנאזער אין קאליפרניא (ד"ר מייקל ניוטון) האט געשריבן, ווי מענטשן דערציילן אים איבער אלעס וואס עס טוט זיך מיט זייער נשמה בעולם העליון, אויב איז דאס אמת, גלייב איך אזוי
די בוק (דריי בענדער) איז מורא'דיג אינטערסאנט, עס איז אויך דא אויף עברית איך מיין עס הייסט "מסע הנשמות"
די בוק (דריי בענדער) איז מורא'דיג אינטערסאנט, עס איז אויך דא אויף עברית איך מיין עס הייסט "מסע הנשמות"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
ודי למבין האט געשריבן:האט איינער דא געליינט די בוק "לייף ביטווין לייפס" וואס א געוויסע באקנטער היפנאזער אין קאליפרניא האט געשריבן, ווי מענטשן דערציילן אים איבער אלעס וואס עס טוט זיך מיט זייער נשמה בעולם העליון, אויב איז דאס אמת, גלייב איך אזוי
איך האב נישט געליינט דעם ספעציפישן בוך, אבער עס איז דא צענדליגע ביכער און ענגליש ,
און מער אזוי און עברית איבער דעם,
יעדער דראמאטיזירט דעם דעקל מיט אויג כאפענדע פראזן ווי,
.Life after life, - Life after death, Etc,
עס איז גראדע אינטערסאנט צו ליינען,
אסאך סייענטיסטן האלטן אז דאס וואס מענטשן דערציילן
איז א רעזולטאט פון זאכן וועלעכע פארעמען זיך און די מח-אויגן,
אבער ווי יודל האט געשריבן,
ס'קען זיין זיי גלייבן אין גאט, עס איז פשוט נישט סייענטיפיש,
די זעלבע דא אויך, ס'פשוט נישט סייענטיפיש,
לויט א געוויסע שאצונג, קומט פאר אזעלעכע פאסירונגען ביי ארום 3% אמעריקאנער א יאר,
א לינק וועלעכע ציטירט
זאכן פון סייענטיסטן ארום נשמות,
א סייענטיסט זעלבסט, מיטן נאמען איבען אלעקסאנדער שילדערט זיין אייגענע
לייף עפטער דעט,
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:יואב האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:איך האלט אז יעדע פרט ווערט אויסגעשמועסט בעפאר די נשמה קומט אראפ. וועלכע משפחה, וועלכע סארט טאטע/מאמע, וועלכע סארט צער אדורכצוגיין, א.א.וו.
וואס הייסט דו האלטסט?
האפסט?
גלייבסט?
ביזט מסכים?
איך גלייב. אזוי איז מקובל ביי מיר.
Approved! דאס ווארט "האלטן" האט פשוט געקלינגען אינטערסאנט
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יואב האט געשריבן:ודי למבין האט געשריבן:האט איינער דא געליינט די בוק "לייף ביטווין לייפס" וואס א געוויסע באקנטער היפנאזער אין קאליפרניא האט געשריבן, ווי מענטשן דערציילן אים איבער אלעס וואס עס טוט זיך מיט זייער נשמה בעולם העליון, אויב איז דאס אמת, גלייב איך אזוי
אסאך סייענטיסטן האלטן אז דאס וואס מענטשן דערציילן
איז א רעזולטאט פון זאכן וועלעכע פארעמען זיך און די מח-אויגן,
געלייענט.
יואב, די השערה פון סייענטיסטן דעקט נישט א גרויסן טייל פון דאקומענטירטע פאלן. עס זענען פאראן געשיכטעס פון מענטשן וואס האבן אונטער היפנאזיע דערציילט וועגן א פריערדיג לעבן מיט פרטים וואס מען האט דערנאך מברר געווען -- זאכן וואס דער מענטש האט נישט געקענט פריער וויסן, למשל, איבער דעטאלן פון געביידעס וואס האבן עקזיסטירט מיט הונדערט יאר פריער, וואס מען האט געדארפט ארויסגראבן פון לאקאלע ארכיווען.
איינער פון די באקאנטע גלגולים-היפנאטיזירער הייסט ברייען ווייס. ער איז א פסיכאטאר וואס האט זיך אנגעשטויסן אין דעם פענאמען צופעליג. ער האט געהאלטן אינמיטן א סעסיע אין וועלכער ער האט היפנאטיזירט א פאציענטקע, ווען יענע האט אים געשילדערט זיין טאטן, וואס איז געשטארבן מיט עטליכע חדשים פריער. יענע פרוי האט געוואוסט צו דערציילן פרטים וועגן ווייס'ס טאטן וואס קיינער האט נישט געוואוסט.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
דיין ערשטע ראי' קען זיין אמת, אבער פון ברייען ווייס איז לכאורה נישט קיין ראי', אפשר האט דאס ברייען פאבריצירט? ער האט דאך יא געקענט זיין טאטע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:יואב האט געשריבן:ודי למבין האט געשריבן:האט איינער דא געליינט די בוק "לייף ביטווין לייפס" וואס א געוויסע באקנטער היפנאזער אין קאליפרניא האט געשריבן, ווי מענטשן דערציילן אים איבער אלעס וואס עס טוט זיך מיט זייער נשמה בעולם העליון, אויב איז דאס אמת, גלייב איך אזוי
אסאך סייענטיסטן האלטן אז דאס וואס מענטשן דערציילן
איז א רעזולטאט פון זאכן וועלעכע פארעמען זיך און די מח-אויגן,
געלייענט.
יואב, די השערה פון סייענטיסטן דעקט נישט א גרויסן טייל פון דאקומענטירטע פאלן. עס זענען פאראן געשיכטעס פון מענטשן וואס האבן אונטער היפנאזיע דערציילט וועגן א פריערדיג לעבן מיט פרטים וואס מען האט דערנאך מברר געווען -- זאכן וואס דער מענטש האט נישט געקענט פריער וויסן, למשל, איבער דעטאלן פון געביידעס וואס האבן עקזיסטירט מיט הונדערט יאר פריער, וואס מען האט געדארפט ארויסגראבן פון לאקאלע ארכיווען.
איינער פון די באקאנטע גלגולים-היפנאטיזירער הייסט ברייען ווייס. ער איז א פסיכאטאר וואס האט זיך אנגעשטויסן אין דעם פענאמען צופעליג. ער האט געהאלטן אינמיטן א סעסיע אין וועלכער ער האט היפנאטיזירט א פאציענטקע, ווען יענע האט אים געשילדערט זיין טאטן, וואס איז געשטארבן מיט עטליכע חדשים פריער. יענע פרוי האט די געוואוסט צו דערציילן פרטים וועגן ווייס'ס טאטן וואס קיינער האט נישט געוואוסט.
איך האב געליינט וואס זיי שרייבן,
ס'איז קלאר אן אישו מיט וואס זיי דארפן דרייען די פינגער מיט הסברות,
און נאכאמאל,
אינטערסאנט איז עס, אבער שיין גערעדט, אן עגונה וועט מען נישט מתיר זיין באזירט אויף דעם,
צוליב דעם האב איך אויך ציטירט דברי יודל,
וויבאלד סיינטיפיש איז עס דאך נישט,
עס מוז אבער נישט זיין אז די חברה שוועבן נישט און ספיקות,
עכ"פ געוויסע,
די אלע פראפאגאנדיסטן וואס פאשפרייטן די סארט מעשות זענען אלץ פארנומען.
מיט אזאלעכע מעשות וואס פאסירט (אויך) ביי נישט רעליגיעזע מענטשן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
יאיר האט געשריבן:מסתם האט מען געוויזן פאר מיין נשמה נאר די חסד וואס די חסידים טוען עם חברותיה, אן אלע סומאטאכעס. נישט קיין וואונדער כ'האב נישט געהאט די שכל צו זאגן ניין.
מען האט דיר געוויזען אלע גויאישע סומאטאחעס, עפעס וואס דו קוקסט נישט היינט, און דו האסט געזאגט לאמיך גיין דא.
אדער אפשר וויל מען דיך שטיפען ארויסצוגיין פון די חבלי השכל.
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
יואב זאגסט גוט, אבער לעצטענס האב איך געהערט פון א חבר פארקערט, ער איז געווהן פארווייטאגט ער איז א געזונטע קאפ און א געזונטע מח, און צו אלעס קען ער נעמען אן עולם און אויפלעבען און מאכען לעבעדיג, ער איז א מענעדשער אין א גרויסע סטאר געלט, קינדער וכו', אבער ער פילט ווען ער וואלט געוועהן אינדרויסן וואלט ער געוועהן א זאך (זיינע חברים זאגען עס אויך).
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
ברסלבער האט געשריבן:דיין ערשטע ראי' קען זיין אמת, אבער פון ברייען ווייס איז לכאורה נישט קיין ראי', אפשר האט דאס ברייען פאבריצירט? ער האט דאך יא געקענט זיין טאטע.
דער ווייס ברענגט עס נישט אלץ א ראי' איבערצוצייגן אנדערע אז ס'איז אמת. ס'איז נאר דער סיפור המעשה וואס ער דערציילט וויאזוי ער, א סעקולערער, אומרעליגיעזער, קאלעדזש שטודירטער, ראציאנאלער טראכטער איז אנגעקומען זיך אריינצולייגן אין אזא נישט-סייענטיפישער סוגיא.
יואב האט געשריבן:איך האב געליינט וואס זיי שרייבן,
ס'איז קלאר אן אישו מיט וואס זיי דארפן דרייען די פינגער מיט הסברות,
און נאכאמאל,
אינטערסאנט איז עס, אבער שיין גערעדט, אן עגונה וועט מען נישט מתיר זיין באזירט אויף דעם,
צוליב דעם האב איך אויך ציטירט דברי יודל,
וויבאלד סיינטיפיש איז עס דאך נישט,
עס מוז אבער נישט זיין אז די חברה שוועבן נישט און ספיקות,
עכ"פ געוויסע,
די אלע פראפאגאנדיסטן וואס פאשפרייטן די סארט מעשות זענען אלץ פארנומען.
מיט אזאלעכע מעשות וואס פאסירט (אויך) ביי נישט רעליגיעזע מענטשן
פאר "הסברים" דארף מען אפשר דרייען מיט די פינגער. אבער דער עצם פענאמען?
אן עגונה ווערט מותר לויט ספעציפישע הלכה'דיגע כללים. פריערדיגע גלגולים און הינטערבאוואוסטיין זכרונות זענען נישט קיין הלכה'דיגע מכריעים.
ס'איז נישט "סייענטיפיש" מיט דעם אז סייענס האט נישט דערויף קיין הסבר, שטודיעס, עקספערימענטן, און מאטעמאטישע פארמולאס. במילא?
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:דיין ערשטע ראי' קען זיין אמת, אבער פון ברייען ווייס איז לכאורה נישט קיין ראי', אפשר האט דאס ברייען פאבריצירט? ער האט דאך יא געקענט זיין טאטע.
דער ווייס ברענגט עס נישט אלץ א ראי' איבערצוצייגן אנדערע אז ס'איז אמת. ס'איז נאר דער סיפור המעשה וואס ער דערציילט וויאזוי ער, א סעקולערער, אומרעליגיעזער, קאלעדזש שטודירטער, ראציאנאלער טראכטער איז אנגעקומען זיך אריינצולייגן אין אזא נישט-סייענטיפישער סוגיא.יואב האט געשריבן:איך האב געליינט וואס זיי שרייבן,
ס'איז קלאר אן אישו מיט וואס זיי דארפן דרייען די פינגער מיט הסברות,
און נאכאמאל,
אינטערסאנט איז עס, אבער שיין גערעדט, אן עגונה וועט מען נישט מתיר זיין באזירט אויף דעם,
צוליב דעם האב איך אויך ציטירט דברי יודל,
וויבאלד סיינטיפיש איז עס דאך נישט,
עס מוז אבער נישט זיין אז די חברה שוועבן נישט און ספיקות,
עכ"פ געוויסע,
די אלע פראפאגאנדיסטן וואס פאשפרייטן די סארט מעשות זענען אלץ פארנומען.
מיט אזאלעכע מעשות וואס פאסירט (אויך) ביי נישט רעליגיעזע מענטשן
פאר "הסברים" דארף מען אפשר דרייען מיט די פינגער. אבער דער עצם פענאמען?
אן עגונה ווערט מותר לויט ספעציפישע הלכה'דיגע כללים. פריערדיגע גלגולים און הינטערבאוואוסטיין זכרונות זענען נישט קיין הלכה'דיגע מכריעים.
ס'איז נישט "סייענטיפיש" מיט דעם אז סייענס האט נישט דערויף קיין הסבר, שטודיעס, עקספערימענטן, און מאטעמאטישע פארמולאס. במילא?
לולקע טייערער,
עס שיינט דיין פיליזאפישער פארגרעסערונג גלאז ברילן,
וואס דו ניצט ביים באהאגלען דעם אומשולדיגן פארוויילונגס קאפע הויז,
מיט נאכאנדע ווילד אויפרייסישע באמבעס,
שטעלענדיג אלצדינג אונטער באדראענדע עקזיסטירנדע ספיקות, השערות, קווענקעלנישן,
פירכות, און הגדרות, פון לעבן און טויט - מענטשן און פלאנעטן- און אלעס אינדערמיט, מלבר ולגב,
שפאצירט נישט אראפ פון דיין אויגן,
בשעת'ן אטעמען און פאברענג אשכולות,
און די האסט באשלאסן ארויפציאגן טראדיצינאלע שפריך ווערטער,
צו דיין פארגאבטער עוקר הרים לעוועל,
האב איך דען פראבירט צו דערגיין דער צוגאנג פון מתיר זיין עגונות?
און דאס אז ס'איז נישט סיינטיפיש,
שלעפט מיך נאכנישט אריין און קיין דעבאטעס איבער די ווירקליכקייט,
איך האב בלויז צוגעטיילט א סיבה פארוואס סייענס איז נישט איבריג צופרידן מיט דעם,
לולקע,
אלס א דערקוויקטער פון דיינע נוקלערע ארטיקלען,
דריק איך אויס צופרידנהייט אז דו האסט באשלאסן צו קאליצן און פאברענג אשכולות,
אבער פליז,
נידער דעם ערענסקייט,