בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 4:37 pm
דורך הירשל ציג
קאווע טרינקער האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:פארוואס האבען די חברה מורא צו זאגען די אמת'ע נעמען? זיי רעדן דען לה"ר צו וואס?

אדרבה, זאג דו, פארוואס זעה איך נישט אין דפי-זהב "הירשל ציג"?...

ווייל איך שרייב יא הייקעלע נושאים

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 4:38 pm
דורך קאווע טרינקער
אזוי?! איך גיי שוין באזוכן דיין בלאג..

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 5:22 pm
דורך יונה כהן
שכויח פאר די שבחים
ס'איז דאס זעלבער יונה כהן ווי אין אייוועלט אין עס איז מיין נאמען (לפחות נאר א חלק פון מיינע 5 נעמען)

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 5:25 pm
דורך ברסלבער
אז דו ביזט יא דא, וויל איך דיר טאקע באדאנקען פאר דיינע שיינע אנאליזן אויף קול מבשר, עס איז זייער שיין, און איך האב זיך אסאך אויסגעלערנט פון דיינע דרשות.
אפשר קענסטו שרייבן אביסל דא אויך וועגן די ענינים?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 6:32 pm
דורך הירשל ציג
לדעתי זאל ר' יונה עפענען א ידיעות כלליות א.ג. קאלעדזש און אויסלערנען נייטיגע זאכען אויף א היימישען פארנעם

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 7:32 pm
דורך יונה כהן
שרייבען שרייב איך געווענליך ווען איך האב צייט, איבער די ענינים וואס איך רעד אויף ק"מ איז שווער ווייל ע"פ רוב איז עס אן אריכת הדברים. בכלל די ענינים וואס איך רעד אויף ק"מ טו איך ווייל דאס האט מען פארלאנגט פון ק"מ, נישט ווייל עקאנאמיע איז טעמע וואס איך האב עפעס א שטארקע אינטערעס.
אין א פארום צו שרייבען אומזיסט שרייב איך וואס עס ליגט מיר אפען צונג. א גאטונג ווי א מלמד אין שבת זאגט דער שו"ע טאר נישט לערנען ווייל דאס איז ביי אים א מלאכה.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 7:35 pm
דורך מאראנצןזאפט
העתקה פון אישי: יונה דו שלאפסט! 3 הודעות?! דו וואלסט אונז געדארפט באגיסן פון דיין ענדלאזער קוואל פון חכמה עמוקה, איכה?!

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:31 pm
דורך יונה כהן
הירשל ציג האט געשריבן:לדעתי זאל ר' יונה עפענען א ידיעות כלליות א.ג. קאלעדזש און אויסלערנען נייטיגע זאכען אויף א היימישען פארנעם

הירשל!
מימך אנו שותים!

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 5:42 pm
דורך לעמיל
ראש המדברים האט געשריבן: נאר א שאד אז ער הייבט יעדע מאל אן זיין אנליז אז דאס איז איינס פון און ס'בלייבט ביי איינס פון ער ענדיגט נישט למשל די לעצטע אנליז פון סוריע די ערשטע איז מוראדיג אבער יעצט איז ער צוריק צום פליטישען פראנט דא

חול המועד האט ער ארויף געלייגט נאך א אנליז אויף קול מבשר אויך וועגען סוריע
שטארק וויי אייביג

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:23 pm
דורך איך זאג דיר
איך האב זייער ליב צו הערן יצחק קלאר, ער האט א גוט'ן חיתוך הדיבור, און ער איז א גוטער אנאליזירער, רעדט צו דער זאך, ברענגט גוט ארויס א ענין און צולייגט עס אויף קליין געלט מיט אלע טעמים אז ס'איז א מחי' צו הערן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 3:37 pm
דורך פלעין יודיש
וואוינט אין בית שמש

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 3:02 pm
דורך אלע צוזאמען
ר' יצחק שלמה דרעזנער אין די לעצטע אינטערוויו מיט וועלוול שמעלצער באשטעטיגט ער אז יצחק קלאר וואוינט אין בית שמש, כ'מיין אז ס'איז די ערשטע מאל וואס איינער זאגט עס אלס א פאקט.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 10:18 pm
דורך יוסף חיים
ווייס איך נישט ווי דער יצחק קלאר איז פארווישט געווארן... אויב ער דרייט זיך דא און שטיבל, בעט איך דיר קום צריק!

קען זיין אז ער שפירט זיך און שאטן פון די נייע אינגע אזויגעריפענע אנאליסטן. זאג איך אים בפה מלא ביסט א חד בדרא און ארויסברענגען א אנאליז מיט א שטארקע קלארקייט,מיר געבן נישט אויף אויף דיינע זאפטיגע אנאליזן.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 10:39 pm
דורך הער פיטער
אביסל מער איבער אים
ער הייסט שעכטער אין די פערציגער יארן באלאנגט ביי די זאלי סאטמאר פארטיי קומט פין וויליאמסבורג אבער איז פלאצירט אין בית שמש

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 10:57 pm
דורך יוסף חיים
הער פיטער האט געשריבן:אביסל מער איבער אים
ער הייסט שעכטער אין די פערציגער יארן באלאנגט ביי די זאלי סאטמאר פארטיי קומט פין וויליאמסבורג אבער איז פלאצירט אין בית שמש
פון ווי נעמט דער די הויעכע ענגליש וואס ער רעדט ?

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 10:59 pm
דורך יוסף חיים
הער פיטער האט געשריבן:אביסל מער איבער אים
ער הייסט שעכטער אין די פערציגער יארן באלאנגט ביי די זאלי סאטמאר פארטיי קומט פין וויליאמסבורג אבער איז פלאצירט אין בית שמש
דאס אז ער קומט פון וויליאמסבורג, דעיס איז נישט קיין חידוש ווייל ער קאכט מיט פאליטיג ווי א וויליאמסבורגע אינגל, אבער איך האב הנאה ווי דער האט עס גענימען נעקסט לעוול.... :lol: :lol: :lol:

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 11:08 pm
דורך קאצקע ציקער
ער איז זיס ווי ציקער ווי ער רעדט א קלארע יודיש מיט אלע באק ציינער כאילו סאיז אן ארטיקל און ווען ער זאגט א ענגלישע ווארט זאגט ער עס מיטן גאנצן אקצענט