בלאט 3 פון 3
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 4:50 pm
דורך בדחן
קאווע טרינקער האט געשריבן:בדחן האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:מצות מיט פוטער איז כשר וישר, איך טו אזוי חוה"מ פאר פרישטאג.
עס הייסט געבראקס, ווייל פיטער האט און זיך אסאך וואסער,
און?
איך פארשטיי נישט דיין שאלה.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 7:51 pm
דורך איך אויך
ר' ליטוואק, איך האב זיך אןיך געווינדערט אבער דאס איז די פאקט, איך פארצייל א מעשה שהיה מיט א פונקטליכער נאמען, איר זענט וועלקאם עם צו קאנטאקטן.
אבער סתם פאר אינטרעסאנטקייט, וואס פארא סיבה קענסטו אנגעבן פארוואס די OU זאל געבן א הכשר אויף פלעין געבאטעלטע וואסער?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:04 pm
דורך איחוד פעלד
הכסף יענה את הכל. פארדעם גיבען זיי א הכשר.
און לאשר די חשש אז זיי ניצען די וואסער פין די קעיז, חוץ וואס עס מאכט נישט קיין סענס, ווייל זיי וואלטען דאס געמוזט שרייבען אויף די באטעל "לכאורה", לוינט עס נישט, ווייל די פרייז צו רייניגען און ארויסנעמען די מילך חלקים פין די וואסער קאסט מן הסתם מער ווי וואסער אליין.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:37 pm
דורך ברסלבער
ווי איך פארשטיי האט דער OU משגיח גערעדט פון די וואסער וואס קומט נאטירלעך אין די מילך, א שטייגער ווי די גרינע באטלעך מילך וואס האט א טעם פון וואסער, און נישט פון צוגעלייגטע וואסער. און אויב דאס איז אמת דאן קען מען יא עסן פוטער-מצה, אפילו די וואס בראקן נישט.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 9:04 pm
דורך איך אויך
וואס הייסט ווי איר פארשטייט? איר האט גערעדט צו עם אדער איך?
אמאל מוז מען צוקומן צו בדחן'ס מהלך, ווילסט שמירן פוטער אויף דיין מצה געזונטערהייט אבער לאז אפ דעם ברך משה און דרייט נישט קיין קאפ לגבי געבראקטס, עס איז געבראקטס למהדרין. ויאכלו הבראקערס וישבעו.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 9:09 pm
דורך ברסלבער
איך האב זיך באצויגן צו די ווערטער וואס דו האסט געשריבן בשם דעם משגיח, אויב דו האסט געשריבן די ווערטער וואס דער משגיח האט געזאגט כלשונו, קען זיין דער פשט אזוי איך האב געשריבן, אויב האט ער געזאגט נאך זאכן, ביטע לייג עס צו.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 9:54 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ר' שמחה האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:ווי די מאנטריאלע רב האט זייער גוט ארויסגעברענגט ביי די לויה אז די רבי בעל ברך משה האט קיינמאל נישט געגעסן קיין טונא, ווייל ער האט דאס נישט געזעהן אינדערהיים.
ער האט געזאגט פיצא נישט טונא.
ביי די לויה האט ער נישט געזאגט וועלכע מאכל, ער האט בלויז געזאגט א מאכל וואס רבים וטובים עסן.
ווער עס פרעגט אים ענטפערט ער אז ער האט גערעדט פון טונא.