בלאט 3 פון 4
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 4:34 am
דורך יאיר
נו, גילוי! כ'האב געוואוסט דער רמב"ם האט געהאט רוח הקודש, אבער נישט אויף אזא פארנעם. ממש צוטרעפן יעדן פרט!
האסט נאר געמאכט איין טעות: איך האב נישט אין פלאן צו שארן גאלד, איך האלט שוין טיף אינמיטן.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 5:37 am
דורך טעפל
ר' יאיר יעצט לאמרי הערן פון דיר וואואזוי זעהט אויס דער משה געצל'ן
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:49 pm
דורך ברעט מענינג
לויט ווי עס קיקט מיר אויס ארבעט יאיר אין א היט סטאר
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:52 pm
דורך לעמאן דזשוס
ממי שאמרו, פארגעס איך קען מיך מער נישט פארשטעלן דיין געשטאלן אן עפעס שטריכן פון אן אמאליגן פיליזאף, אבער די היט קען איך נאכניש אויספיגורן...אויב איז עס א ביבער הוט איז עס מסתמא פלעקיג אויפ'ן רונד און שיין אויפן שפיץ...
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:52 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אז קיינער רעדט נישט פון מיר וועל איך אליין רעדן.
מיין ווייב זאגט מיר אז איך זעה אויס ענליך צום ערשטן בענדזשאמין פרענקלין נאר נישט אזוי טשאבי.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:15 pm
דורך יאיר
שקרן. דו ביסט א פעשליכער יונגערמאן מיט א פארקניפטער בארד און אויפגעקניפטע פיאות און א גרויסער ברייטער ביבער הוט. דו וואלסט געוואלט אויסזען ווי אים. כ'פארשטיי. כ'האב מיטלייד.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:33 pm
דורך ברעט מענינג
בדחן האט געשריבן:בדחן??
איך וועל געבן איין אמת'ע סימן: איך דרייוו א אדעסי מיני ווען,
יא עס קען זיין, אבער נישט קיין ליעס, ווייל ער האט זיך איינגערעט אז עס לוינט זיך צו קויפן, עס איז א 2006 אלטע לעדער סיעטס, מיט די פלעסטיק אינמיטן די רעדלעך (ביליגסטע מאדעל)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:58 pm
דורך איך זאג דיר
מורינו הרב האט געשריבן:נו, לאמיר אנהויבן...
ווי אזוי זעה איך אוי? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?
לויט מיין פארשטעלונג, קוקט איר "מורינו הרב" אויס פרעזדענטיש און האט ליב בעיקר ווען מ'רעדט איבער די נושא פון צומת הגידין איר האט נישט איבריג ליב קיין אייער אין די טשולענט שבת ביי די סעודה, דער הוט איז מער ווייניגער אין שעיפ, משום מה אינטרעסירט אייך מער די נייעס פון די דריטע וועלט לענדער ווי פון אמעריקע ענגלאנד קאנאדע וכדומה, ביטע מיר לאזן וויסן צו ס'געפעלט אייך וואס איך שרייב וועגן אייך
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:05 pm
דורך יואב
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווי אזוי קען מען אויסלאזן יאיר??
א בנש״ק מיט שווארצע זאקן אין די וואכן, דינע שווארצע פיאות, גיבט נישט אויף די בלעקבערי בשביל כל חללה דעלמא, דריי זיסע קינדער וועלכע האבן נישט קיין מושג וואס עוועלאציע מיינט בכלל, א גרויסע חסיד פון אבאמא (נישט געקיקט אין זיינע תגובות, קען זיין אז נישט), מקפיד צו גיין אין מקווה יעדן טאג צו קענען אזוי פארברענען און הערן די נייעס. זייער פאפולער אין זיין בלעקבערי גרופע, האט נישט עפעס מורא׳דיג ליב מוזיק. אביסל א פארפרומטע ווייב. אזוי 17 ברודער און שוועסטער. געהאט אמאל א פלאן צו ווערן א לייף אינשורינס אגענט און שארן גאלד.
דאס האט מיר געקאסט א שמייכל,
ממי , אפשר גיבט איר א דיסקריפציע אויף מיר עס וועל?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:26 pm
דורך מורינו הרב
איך זאג דיר האט געשריבן:מורינו הרב האט געשריבן:נו, לאמיר אנהויבן...
ווי אזוי זעה איך אוי? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?
לויט מיין פארשטעלונג, קוקט איר "מורינו הרב" אויס פרעזדענטיש און האט ליב בעיקר ווען מ'רעדט איבער די נושא פון צומת הגידין איר האט נישט איבריג ליב קיין אייער אין די טשולענט שבת ביי די סעודה, דער הוט איז מער ווייניגער אין שעיפ, משום מה אינטרעסירט אייך מער די נייעס פון די דריטע וועלט לענדער ווי פון אמעריקע ענגלאנד קאנאדע וכדומה, ביטע מיר לאזן וויסן צו ס'געפעלט אייך וואס איך שרייב וועגן אייך
פשי, ווי אזוי ווייסטו?
איין זאך האסטו פארגעסן. בין איך נישט צופעליג דער בעל דרשן מיטן מעכטיגן שטימע, וואס האט געשריגן 'השם ממרום ישאג... שאוג ישאג על נוהו...'?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:27 pm
דורך איך אויך
איך אויך האט געשריבן:איך?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:31 pm
דורך מורינו הרב
איך אויך, איז א חניוקישע חסידי'ישע יונגערמאן, וואס טרייעט צו זיין א ביזנעסמאן. זיין לבוש איז גענצליך חסידי'ש און פראבירט ניטאמאל צו זיין בעלבאטיש. זיין קויל איז מער א שטילערע אומזיכערע קול, און ווען ער רעדט זאגט ער אויך אפאר מאל "יא? - איך מיין אזוי...", און האט אסאך ספיקות... ער האט אויך יראת-שמים, א שיעור ביינאכט, דוכט זיך אלס בחור האט ער פיין געלערנט און פראבירט נאך אנצוהאלטן א רעפאטאציע פון א פיינע בחור.
איך אויך, לאז מיר וויסן וואס דו זאגסט צו מיין אנאליז...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:33 pm
דורך איך אויך
בערך יעדע צווייטע ווארט איז אמת...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:35 pm
דורך זר זהב
איך אויך האט געשריבן:בערך יעדע צווייטע ווארט איז אמת...
איך אויך, איז א חניוקישע יונגערמאן, וואס צו א . זיין איז חסידי'ש פראבירט צו בעלבאטיש. קויל מער שטילערע קול, ווען רעדט ער אפאר "יא? - מיין ...", און אסאך ... ער אויך -שמים, שיעור , דוכט אלס האט פיין און נאך א פון פיינע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:39 pm
דורך איך אויך
כאגעמיינט די אנדערע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:42 pm
דורך משה געציל
וואס איז מיט מיין זעלע, אנטשולדיגט געביידע?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 10:09 pm
דורך ודי למבין
און וואס איז מיט מיר?
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 1:20 am
דורך איך זאג דיר
ודי למבין האט געשריבן:און וואס איז מיט מיר?
"ודי למבין" האט א טבע אז ס'איז עם אלעמאל גענוג וואס ער האט, ס'איז אייך טאקע מקנא צו זיין, אבער ווען ס'קומט צו מצוות און מעשים טובים איז אייך קיינמאל נישט גענוג איר ווילט כסדר טון נאך און נאך און נאך
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 7:39 am
דורך ודי למבין
פון דיין מאל צו גאט'ס אויער
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 3:12 pm
דורך איך זאג דיר
מורינו הרב האט געשריבן:איך זאג דיר האט געשריבן:מורינו הרב האט געשריבן:נו, לאמיר אנהויבן...
ווי אזוי זעה איך אוי? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?
לויט מיין פארשטעלונג, קוקט איר "מורינו הרב" אויס פרעזדענטיש און האט ליב בעיקר ווען מ'רעדט איבער די נושא פון צומת הגידין איר האט נישט איבריג ליב קיין אייער אין די טשולענט שבת ביי די סעודה, דער הוט איז מער ווייניגער אין שעיפ, משום מה אינטרעסירט אייך מער די נייעס פון די דריטע וועלט לענדער ווי פון אמעריקע ענגלאנד קאנאדע וכדומה, ביטע מיר לאזן וויסן צו ס'געפעלט אייך וואס איך שרייב וועגן אייך
פשי, ווי אזוי ווייסטו?
איין זאך האסטו פארגעסן. בין איך נישט צופעליג דער בעל דרשן מיטן מעכטיגן שטימע, וואס האט געשריגן 'השם ממרום ישאג... שאוג ישאג על נוהו...'?
אויב ביסטו דער בעל דרשן ביטע לאז מיך הערן דעם קאסעט איר וועט מיך מחי' זיין דערמיט, דו מוזט דאס טון אלס הכרת הטוב און אויך אלס על תמנע טוב מבעליו
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:35 am
דורך ברעט מענינג
משה געציל פיקסט פרידשעדערס און פריזערס, ער האט א אלטע עסטראו, ער באקומט נישט קיין טיקעטס פון די פאליס, זיין וועירהאוס איז לעבן די ברוקלין ברידזש אויף די וואנט זעט מען אזעליכע מאדנע אויפשריפטן, ער איז אביסל גראב, א אלטע ציבויגענע היט, ער האט שוין א בחור אין שטיב וואס קיינער ווייסט נישט אז ער איז בכלל זיין זין, ער קומט פון לאנדען, ער האט א אבגעריבענע טלית בטיל, וואס עס שטייט נישט זיין גאנצע נאמען נאר ראשי תיבות, ער איז נישט קיין גאנצע מאכער אין בית המדריש ער קימט אריין און גייט, זיין טאטע לעבט נאך אלטע איד, משה געציל איז בערך 50 יאר אלט, ער האט ליב פיינע סאפיר וואס זיין ווייב מאכט, ער גייט קיינמאל נישט קויפען און געשעפט עסן ווייל ער וויל נישט ספענדען, ער הייסט פאר א טאפ פיקסער מען, ער ענזשויד זיין ארבעט, ער האט א פאלם סענטראו וואס דארטן ליגט אלע זיינע חובות בילס עקספענסעס באזשעט.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:40 am
דורך קאווע טרינקער
אזא רוח הקודש?!
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 9:57 am
דורך משה געציל
וואו! ממש אקוראט! ממש צוויי קליינע טעותים! איך גיי מיט א ניי צובויגענע היטל, אין מיין ווערהאז איז לעבן די מאנהעטן בריק.