בלאט 3 פון 3
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:02 pm
דורך בעל הבית
פשוט פשט איז אזוי, אין לאנדאן איז נישט דא קיין דאגות הפרנסה עס איז ארץ זבת פונט און פראפערטיס איז די עולם רואיג, מה שאין כן אין ארץ ישראל איז נישט דא קיין פעני, און מיר ניו יארקער זענען סתם אזוי אויף צרות, א חוץ אויב דו ביסט גרייט צו ארבטען ביי בי ענד עידזש.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:57 pm
דורך sunbar
בעל הבית האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:איך בלעים זיי נישט דאס איז די סיבה פארוואס איך דאנק די אייבערשטער אז איך בין נישט קיין לאנדנער
די נער פאר א גרינגע באטעמטע לעבן בין איך מסכים אביסל רעגן האנדל דיך אייו א מעיל . זיי באקומען אלעס פין די גאווערמינט ווי אויך קמחא דפסחא . יעדער וואנט אין שיינע אייגענע סעפרעט הייזער מיט פראנט אין בעק יארד. שיינע גבירים רוסטערקראטשע מענטשן and much much more
דאס לעבן איז זייער גוט און גרינג פאר א דורכשניטלעכער לאנדאנער, אבער! ביז זיי הייבן אן חתונה מאכן.
דארט לוינט זיך נישט צו ארבעטן, ממילא ארבעטן נישט צופים מענטשן.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
אין די בלאט איז געווען אן ארטיקל לעצטנס אז פינאנציעל איז די בעסטע פאר א היימישן איד צו וואוינען אין לאנדאן, און דאס שוין נאך די אלע לעצטיגע שניטן.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:26 pm
דורך בעל הבית
זיי דארף נישט ארבעטן זיי קויפן זיך אפאר הייזער אין זיי האבן שיין פרנסה זיי האבן נישט קיין אלטערסייד פארקינג אמחיה דארט צו וואנען
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:28 pm
דורך אויס מענטש
מען פארשטייט נישט קיין אידיש ???
די אשכול איז נישט פון אלע טעמעס !
נאר דוקא אן א טעמע
באלד ווערט דאס אליינס א סומעטאכע, פראסט און פשוט היידזשעקן א אשכול און אראפפירן פון די רעלסען מסלף זיין פון די ריינע כונה פון דעם מייסד האשכול, סארא מסלפים און מגלים אשכול שלא כהלכה, איך וועל אייך געבן א עקזעמפל איינמאל, און איך האף אז מען וועט מער נישט זיין קיין בועט ברבו שלמדו אשכול.
למשל
איך בין יעצט זייער אויפגעברויזט אויף עפעס, און איך וויל נישט שרייבן וועגן וואס, עס זאל נישט ווערן קיין סומטאכע אדער שאדן פאר אן אנדערן איד, אבער איך וויל מיר אויס געבן מיינע געפילן, קום איך אהער און שעלט און שימפט וזה החלו:
דער איז אזוי צודרייט, אזוי ווייניג שכל גייט אריין אין איין מענטש ?!
ער רעדט מיט א מענטש און יענער רעדט דברים של טעם, און ער האקט אים איבער מיט אזלעכע קטנות'דיגע קשיות, ממש א בושה, און ער האלט אים נאך פאר אז ער פארקריכט, און דער צייט וואס דער כפול שמונה'דיגער שוטה, פרעגט אזוינע קרומע אומאינטרעסאנטע קשיות, אז איך אין יענעם'ס הויזן וואלט אראפ געהאקט דעם טעלעפאן און געבלאקט זיין נאמבער אויף אייביג, יעדעס מאל איך הער מיר צו צו אים, קומט מיר ארויף די בלוט אין קאפ, און איך פאל אראפ און בייס דעם קארפעט, שוין די צייט אז ער זאל זיך לערנען, וואס מען פרעגט ווען, און ווי אזוי מען פירט אן געהעריגע אינהאלסטרייכע שמועס .
יישר כח
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:40 pm
דורך שמעקעדיג
רוף עס כעס אשכול.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:47 pm
דורך אויס מענטש
פארוואס כעס ?
מען קען פונקט אזוי שרייבן און רעדן וועגן פאזיטיווע זאכן, ווי למשל מוראדיג משבח זיין הערשל קלאר אן א נאמען, צו פארמיידן עס זאל נישט ווערן א מעגא סומעטאכע, סתם אראפ לייגן אלע זיינע אויפטוען און ווי ער איז פון די נטורי קרתא דשופריא וויליאמסבורג,
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:29 pm
דורך איך אויך
לעמיל האט געשריבן:יא, איך בין נאך נישט אונגעקומען עס צו מעלדען האפענטלעך היינט אי"ה
ווי אזוי גייט עס ארבייטן?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:25 am
דורך טעפל
אויס מענטש, ווער נישט אויס מענטש, דאס איז סתם א גוטע אשכול ארויפצוברענגען גטאע נושאים און דיסקאסירען אהן איינער זאל שרייען געהערט אין דעם אשכול געהערט אין דעם געהענגעל, לאז געמאכט, ס'פארט גוט!!
בדרך אגב כ'האב שוין אמאל גערעדט מיט דעם זושעלע סקווירא רבי'ס אייניקל, ער מאכט בכלל נישט קיין רושם ווי א טיפש, איין זאך ער וויל נישט זיין קיין רבישע איינקל ער וויל זיין א נארמאלע מענטש, שוין נישט די פלאץ דא אויסצופראקען..
אין לונדון איז נאך היינט די בעסעטע צו לעבן, און ווי אויבן דערמאנט ביז מ'מאכט חתונה טראכט מען נישט פון געלט.
נאך עפעס??
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:16 am
דורך אויס מענטש
גראדע ך'האב געקלערט צו מאכן אויך אזא מין אשכול וואס די האסט דערמאנט
און עס רופן דער "אשכול אן טענה'רייען" יעדער זאל זאגן זיין מיינונג, אן זיך באציען צו וואס איינער שרייבט בעפאר, און אן ווערן איבער געהאקט און פארקירעווען די שמועס צו זייטיגע נקודות שלא מן הענין,
- אבער איך האב עס נישט געפענט, מחשש רחוק אז א האלב יאר ארום וועט נאך איינער געבן א שמיר אן דעם אשכול, און אנרופן אן ארויס פון די באקס אשכול {קרעדיט יואב}, און מיר פאראורטיילן צו עפעס וואס איך האב בכלל נישט אינזין געהאט אפי' בגלגול הקודם, איז בעסער ווי ווייניגער אשכולות אנצודרייען-
וואס וואלט געארבעט אזוי, יעדער קען זיך לאזן הערן וואס ער וויל, וואס דאס וועט דאס פארמיידן סתם ארומקריגערייען, און אויך וועט עס זיין פשוט אינטרעסאנטער צו ליינען,
ווי למשל באס דרייווער'ס מעשה וואלט געפארן גלייך אן ווערן איבער געהאקט, און ווער עס וויל גלייבן זאל גלייבן, און ווער נישט נישט, און ממי שאמרו'ס פערזענליכע איבערלעבניש וכו' וכו'
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 11:44 am
דורך קאווע טרינקער
לעמיל האט געשריבן:ניין די חתן איז א בחור, איך מיין אז עס איז נישט שיין צו שמוסען דעיס און פאבליק
אויף grunting.net
איז דא א קליפ פון די חתונה
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 11:59 am
דורך נייגעריגער
לאליפאפ האט געשריבן:בעל הבית האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איך בען אין די ריכטיגע אשכול. ווייסט איינער ווי די סקווריא חתנוה קומט פאר די וואך ?
טאמער באציסטו דיר וועגן דעם חתונה
פונעם אפגעפארענעם אייניקל, קומט עס פאר אין קאנעטיקוט און זיי פלאנען נישט אריינצולאזן קיין שום אומאיינגעלאדנטן.
איך בין מוחה נמרצות דאס הייסט דען אפגעפארן?! דא האסטו א בילד פון אים און זאג מיר צו דאס הייסט אפגעפארן????????

- IMG-20130315-WA0004.jpg (28.54 KiB) געזען געווארן 1310 מאל
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 12:09 pm
דורך קאווע טרינקער
כנייגעריער ועוד, ער פירט זיך כמנהג בית אבותיו, און איז שטארק מקפיד אז די פיאות זאל נישט אנרירען די בארד.
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 12:20 pm
דורך געפילטע פיש
איך האב געהערט אז ער האט געטאנצן מיט זיין כלה האנט ביי האנט ר"ל... הייסט דאס דען נישט אפגעפארן ביי דיר?
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 1:51 pm
דורך אויס מענטש
נארמאל טאנצט מען נישט אין סקווער חתן כלה האנט ביי האנט ?
=
דער בחור איז נאך זייער נארמאל אקייגין דעם אנדערן זישא'לע
עס קומט זיך אים אסאך קרעדיט
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 1:54 pm
דורך זר זהב
איז דאס נישט רעלאטיוו. קעמפערט צ זיין זיידן און זיינע אלע קוזינס איז ער אפגעפארן. דאס האט לאליפאפ געמיינט
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 4:04 am
דורך טעפל
שיינע רבישע חתונה!
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 4:04 am
דורך טעפל
שיינע רבישע חופה
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 4:05 am
דורך טעפל
שיינע רבישע מצוה טאנץ
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 10:06 am
דורך איציק
בעל הבית האט געשריבן:פשוט פשט איז אזוי, אין לאנדאן איז נישט דא קיין דאגות הפרנסה עס איז ארץ זבת פונט און פראפערטיס איז די עולם רואיג, מה שאין כן אין ארץ ישראל איז נישט דא קיין פעני, און מיר ניו יארקער זענען סתם אזוי אויף צרות, א חוץ אויב דו ביסט גרייט צו ארבטען ביי בי ענד עידזש.
ס'האט אסאך מיט די וועטער צו טוהן.
איך קלער א סברא אז די ענגלישע אקצענט האט אויך א שייכות מיט'ן וועטער. אן אינטערסאנטע ערשיינונג זעהט מען ביי די ארקע (אזא וואל פיש - killer whale, ממשפחת הדאלפין) אז די נעבן מערב קאנאדא (בריטיש קאלאמביע) רעדן מיט אזא אויסגעצויגענע, לאנגע, לאנגזאמע ניגון (נוסח ענגלאנד?). משא"כ די נעבן ניו זילאנד. די פון אנטארטיקע רעדן גאר שנעל און פלאך, אא"וו.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 10:17 am
דורך איציק
דא איז
די רעלעוואנטע שטיקל פון די ארקע'ס דיאלעקט.