בלאט 3 פון 5
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:27 pm
דורך לעמיל
עס איז נישט מיין אשכול איך האב עס נאר געפענט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:28 pm
דורך מ גפני
ביזט דאך א פרישער טאטע לאז מיך דיך אויסלערנען, מאך דעם "איין נאכט איך - איין נאכט דו" דיעל מיט דיין ווייב, דו רעד נישט אריין ווען ס'איז איר TURN און זי זאל דיך לאזן שלאפן ווען ס'איז דיין TURN
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:31 pm
דורך פישלע העררינג
מ גפני האט געשריבן:ביזט דאך א פרישער טאטע לאז מיך דיך אויסלערנען, מאך דעם "איין נאכט איך - איין נאכט דו" דיעל מיט דיין ווייב, דו רעד נישט אריין ווען ס'איז איר TURN און זי זאל דיך לאזן שלאפן ווען ס'איז דיין TURN
ווי איך קום בכלל אריין אין די בילד? איך מוז ארויסהעלפן כדי זי זאל זיך אפרוהן. איך קען מיך נישט אליינס אינזין האבן יעצט. פארוואס זאל איך מיך וועלן ארויסדרייען פון העלפן מיין אייגן ווייב, וואס האט זיך געמוטשעט 9 חדשים מיך צו מאכן פאר א טאטע?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:39 pm
דורך איך אויך
אז דו רעדסט אזוי קענסטו נישט זיין קיין גערער פריטץ ,ביטע טויש דיין בילד.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:56 pm
דורך מאטי
פישעל'ע כ'האב א חתימה פאר דיר. "אל הנערה הזה התפללתי "
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:59 pm
דורך אויס מענטש
מזל טוב פישעלי
א באנטש נחת
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 6:09 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב פישל'ע!!
א באנטש נחת פון דיין נייע נחת'ל!
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:20 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מזל טוב!!!!! מזל טוב!!!!!!
ס'איז ביי מיר געבוירען א קינד, א גרויסע שמחה, מער ווי רעגילער.
כ'וויל מיינע חברים דא אויף ק"ש זאלן זיך מיטפרייען
פארשטייט זיך כ'קען ענק נישט ליידענן צום קידוש/שלום זכר.
דאך וויל איך אבער די עולם זאל זיך מיטפרייען מער ווי סתם ווינטשען מזל טוב, כ'וואלט געוואלט די עולם זאל קענען טרינקען לחיים מיט א שטיקעל קאקש קעיק וגו' אויף מיין קאסטען.
וויל איך דא פרעגן טאמער איינער האט עפעס א עצה פאר מיר ווי אזוי קען איך באוויזען אז די ק"ש מעמבערס זאלען זיך מיטפרייען מיט מיר??
פארשטייט זיך אז נישט קיינער זאל נישט צוקומען ח"ו צו חשש גילוי
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
מזל טוב!!!
איך וועל דיר שיקן א פאסט באקס נאמבער, ווי דו קענסט אראפלייגן זכר בונדלעך מיט אראנזש סאדא.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:25 pm
דורך איש עברי
גראדע געזעהן היינט א שטילע יונגערמאן זיך דרייען אין מיימאנעדיס, בכל אופן א הארציגע מזל טוב מיר פרייען זיך מיט דיין שמחה פון טיפעניש פון הארץ און כ'על הייינט טרינקען א עקסטער גלעזל שנאפס לכבוד די שמחה
דער אייבערשטער זאל העלפן די בעיבי זאל גיין בדרכי אבות און אויך זיין שטיל און לאזן מנוחה די עלטערען
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:37 pm
דורך פישלע העררינג
שטילע אינגערמאן, בעיבי נאמבער?
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:36 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב!!! אסאך נחת!
מיר פרייען זיך מיט פון טיפן הארצן.
משנכנס אדר מרבין בשמחות, זאלסט אלץ קענען זיין פרייליך!
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:58 pm
דורך לעמיל
מזל טוב [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] א באנטש נחת מיט אסאך געלט
אי"ה וועל איך עסען שבת דשעלי רינגס לכבוד דיין זכר
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:59 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דשעלי רינגס עסט מען ווען מ'האט א מיידל, וד"ל. יעצט דארף מען עסן זכר בונדל
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 3:25 pm
דורך לעמיל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דשעלי רינגס עסט מען ווען מ'האט א מיידל, וד"ל. יעצט דארף מען עסן זכר בונדל
דו עסט דשעלי רינגס ביי א קידוש? איך ביי א שלום זכר
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 5:28 pm
דורך שעפטל
מזל טוב [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] א טראק לאוד מיט נחת, און ס'קינד זאל דיר אויפלעבן זאלסט מיר גארנישט אזוי שטיל זיין...
איך וועל עסן וואס איך עס יעדע וואך, ווילסט איך זאל עפעס עסן לכבודך זיי מוחל געב עפעס אריין אין משביע און מ'וועל מיר האבן עפעס מער די וואך
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 5:29 pm
דורך טיטאניק
ג"א מצטרף לדברי המברכים
הק' טיטאניק
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 5:42 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב! אסאך אידיש נחת פון די און פון אלע געזונטערהייט!
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 11:20 am
דורך לעמיל
מזל טוב [tag]רויטע וואנצעס[/tag] גאנץ א גיטע
תירוץ פארען זיין ביזי לעצטענס
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 11:38 am
דורך רויטע וואנצעס
יא ס'איז אמת די רומער, ב"ה ס'איז מיר נולד געווארן א טאכטער בשעה טובה ומוצלחת. [tag]לעמיל[/tag] ביי דיר און אלע חבירים שמחה, נחת, תענוג, שלום, וברכה בבתיכם. מודעה אויפן קידוש וועט נאכפאלגן נאך די גרויסארטיגע logistics וועט ווערן אויסגעארבייט.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 11:43 am
דורך I'm back
מזל טוב [tag]רויטע וואנצעס[/tag]!
איז דאס קינד א רויטע?
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 11:44 am
דורך ברסלבער
מזל טוב! אסאך אידיש נחת פון די און פון אלע געזונטערהייט.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 11:51 am
דורך רויטע וואנצעס
I'm back האט געשריבן:מזל טוב [tag]רויטע וואנצעס[/tag]!
איז דאס קינד א רויטע?
מיינע תפילות זענען נתקבל געווארן, עכ"פ די וואנצעס זענען נישט רויט.