בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:33 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:וואס האב איך מיט אמאליגע? די מארגענדיגע גוים קענען רעדן אידיש. מ'טוט אקארדינג וויזוי ס'איז אין די יעצטיגע זמן. ס'האט גארנישט מיט'ן אמאל אדער צוקונפט.
סאו די לאנגע מלבושים וואס מיר טראגן וואס קומט פון די אמאליגע אריסטראקראטן זענען בעצם מלבושים וואס ברויכן אונז אפשיידן פונעם גוי?
די גאנצע נ"מ פארוואס חסידים גייען לאנגע רעקלעך פון ליטאים גייען קורצע איז ווייל זיי האבן אויפגעהערט מיטצוגיין ציט די מאדע בערך הונדערט יאר נאך אונז.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:34 am
דורך זר זהב
דו מוזט די פוינט ווייטער. "היינט" זענען די חסידים די ווייטסטע מערסטע אפגעשייד פונעם גוי אין אלע הינזיכטן. לאז אפ היסטאריע.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:37 am
דורך דעת תורה
אוודאי, לעיקוואוד זעהט דאך אויס ווי א גויאישע שטאט... וואס א חילוק צווישן יעיל קאלעזש און במ״ג? ביידע גייען דאך קורץ געקליידעט...
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:38 am
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:על אחרון ראשון. איך האב פארפעלט א ווארט אין מיין תגובה כדמוכח מלשוני, וכצ״ל: ״צוצושטעלן טעקסטן שבת לויט רוב פוסקים צו דאווענען נאך זמן תפילה״.
לענין די איסורים פון עלעקטריק, אז דו ווילסט קען מיר אנהייבן א שמועס- בעסער אין אנדערן אשכול - פונקטליך פארוואס הגרשז״א פארשטייט נישט דעם חזו״א מהלך אז עס איז א איסור דאורייתא וועגן בונה ועוד. אבער דער פשוט׳ער טעם איז הבערה מדרבנן.
געוואלד און געשריגן, וואו קומט דא אריין רבי שלמה זלמן און דער חזון איש?! עס איז נישטא כמעט קיין איין פוסק וואס האלט אז אנצינדן א מאשין וואס ארבעט מיט עלעקטעריק איז אסור מטעם מבעיר, מדאורייתא אדער מדרבנן! (אויסער אפשר ביי די מאשינען וואס דער אייזן ווערט גאר הייס און עס הייסט אזוי ווי גליען א מתכת).
און יא, איך וועל איבער'חזר'ן מיינע ווערטער, לויט רוב פוסקים אז עלעקטערישע מאשינען איז נאר אסור אנצוצינדן מדרבנן, מטעם עובדין דחול אדער מוליד, איז דאס גארנישט הארבער און מעגליך גרינגער ווי זאגן ברכות קר"ש און דאווענען שמו"ע לכתחילה נאך סוף זמן תפילה, עפעס וואס כמעט קיין איין פוסק איז נישט מתיר, און לויטן מחבר אין שולחן ערוך זענען די ברכות קר"ש אפילו בדיעבד ברכות לבטלה ועובר כמה איסורים דאורייתא משום לא תשא.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 1:11 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:דו מוזט די פוינט ווייטער. "היינט" זענען די חסידים די ווייטסטע מערסטע אפגעשייד פונעם גוי אין אלע הינזיכטן. לאז אפ היסטאריע.
קען זיין מיר זענען מער אפגעשיידט, אבער מיט שלא שינו האט עס נישט צוטוהן.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 1:38 am
דורך דעת תורה
יאיר האט געשריבן:און יא, איך וועל איבער'חזר'ן מיינע ווערטער, לויט רוב פוסקים אז עלעקטערישע מאשינען איז נאר אסור אנצוצינדן מדרבנן, מטעם עובדין דחול אדער מוליד, איז דאס גארנישט הארבער און מעגליך גרינגער ווי זאגן ברכות קר"ש און דאווענען שמו"ע לכתחילה נאך סוף זמן תפילה, עפעס וואס כמעט קיין איין פוסק איז נישט מתיר, און לויטן מחבר אין שולחן ערוך זענען די ברכות קר"ש אפילו בדיעבד ברכות לבטלה ועובר כמה איסורים דאורייתא משום לא תשא.
נניח אז דו ביסט גערעכט וועגן הבערה, הגם מיר ליגט יא אזוי אין קאפ. איך וועל בל״נ פרובירן נאכצוקוקן, און אויב ביסטו גערעכט אודה ולא אבוש. אבער וואס איז בכלל דער צושטעל צו תפילה בזמנה? איז דא איין רב אפילו א קל וואס איז מתיר טעקסטן? וואס איז דער דמיון בכלל צו ברכות ק״ש ביז חצות וואס אויב פארלאזט מען זיך אויף חצות מיט שמו״ע ה״ה ברכות קר״ש והוא פשוט.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 2:14 am
דורך יאיר
דעת תורה, איך האב נישט קיין צייט אריינצוגיין אין די סוגיא, אבער אז דו וועסט דורכלערנען הלכות ברכות קר"ש סי' נ"ח וועסטו זען אז ס'איז שוין איינמאל דא א חילוק צווישן ברכות קר"ש און שמו"ע, און סייווי ווייס איך נישט וואס דו טוסט אויף מיט'ן צוזאמשטעלן ברכות ק"ש מיט שמו"ע, ביידע טאר מען נישט לכתחילה עובר זיין סוז"ת. פון דיין דרייען מיט'ן צינג צו ס'איז יא דא א רב וואס ס'איז מתיר צו ס'איז נישט דא וועסטו נישט ווייט אנקומען אזוי לאנג ווי דו קענסט נישט צושטעלן קלארע הלכות.
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 10:00 am
דורך קינות גירושין
זר זהב האט געשריבן:וואס האב איך מיט אמאליגע? די מארגענדיגע גוים קענען רעדן אידיש. מ'טוט אקארדינג וויזוי ס'איז אין די יעצטיגע זמן. ס'האט גארנישט מיט'ן אמאל אדער צוקונפט.
עסט מיר מוחל זיין שלא שינו את לשונם מיינט נישטמ אז מרעדט אידיש , סמיינט אז אידען רעדן איידעל און אפגעהוטען מרעדט נישט נבלות לשה״ר, מזאגט נישט מעשוגענער צודריטער,מרעדט איידל ,משא״כ דער גוי רעדט געראבע דיבורים דאס מיינט א גוישע שפראך
איך קען דיר אויף דעם ברענגען כמה וכמה ריאות
די האלסט טאקע אז די אלע גדולים וואס רעדן ענגלישע שפראך האבען פשט פארזען די מדרש?
די האלסט אויך אונזערע זיידעס וואס האבען גערעדט דייטש אידיש האבען פארזען דעם מדרש?
להוי ידוע אזוי ווי אונזערע זיידעס און דער חתס האבען גערעדט דייטש און אביסעל פארדרייט סזאל זיין אידישלעך, אזוי אויך די אידען היינט וואס רעדן ענגליש פארדרייען אויך די שפראך סזאל זיין אידישלעך
פאר אביסעל מער ליין דא
http://mamalushen.blogspot.com/2012_06_12_archive.htmlאין אויב בוזטו אין די גוסטע צו ליינען אביסעל ליצנות פון די אידען וואס מאכען אוועק דאס רעדן לשון קודש און פארהייליגען דאס אידישע שפראך , דאן קענסטו ליינען אביסעל פון הרב קורמן בספרו התורה וכתבה, פרק כ דף236
Enjoy!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:00 pm
דורך מאטי
זר זהב האט געשריבן:קוקטס אהער אלע וואוילע אידן. פון מצרים האט מען אונז ארויסגענומען צוליב'ן שם לשון מלביש. וועכע חלק כלל ישראל אינעם היינטיגן גלות צייכענען זיך דאס בעסטע אויס אין די אלע 3 הינזיכטן? ענטפער: די וויליאמסבורגע חלק.
ניעד איי סעי מאאר?
עפעס געדענק איך א רש״י אין פרשת שמות אכן נודע הדבר דלטורין יש בהם אויך געדענק איך עפעס א מימרא ויתור הקב״ה על ג עבירות חמורות ולא על מחלוקת
דערמאנסט מיר פון יענעם שארף שיסער וואס האט געמאכט די רינגעלעך ארום די לאך נאכן שיסן דעם פייל עיין משלי דובנער מגיד.
נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 6:24 pm
דורך Hadasim
מ'האט גערעדט אין די אשכול פון vs יודן Washington Heights חסידישע יודן. אויב די כוונה איז געווען יעקעס, איז די מציאות אז די יעקעס זענען אסאך עהרליכער, תמימותדיגער, ריינער, און זענען אסאך מער מקדש שם שמים בהליכותיהם, והדברים פשוטים וברורים פאר די וואס קענן ביידע פון אינעווייניג.
נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 8:24 pm
דורך מילך טראק
רעדן לשון הרע איז זיכער סאך א גרעסטע איסור ווי גיין מיט אייגענע האר
נאר ביי חסידים איז מען מער מקפיד אויף א מנהג פון צניעות וואס קען ברענגען צו הורהורים ווי אויף א הלכה אין שלחן ערוך.
Re: שומר נגיעה, חצי שבת, תפילין דעיט
נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 9:59 pm
דורך דורש אמת
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 2:12 pm
דורך יעקב מעקסוועל
איינער קען מיר מסביר זיין די קעפל דא?
שומר נגיעה רעדט מסתם אויב מען רירט צו צום עץ הדעת, חצי שבת מיינט מסתם עסן די סעודה און נישט גיין צום טיש, אבער וואס מיינט תפילין דעיט? מען גייט צו א דעיט און די בחור און מיידל טראגן תפילין? אדער מען גייט צו א דעיט מיט די תפילין אליין גאר? (דאס איז שוין זיכער קבלה).
נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 11:35 pm
דורך אישתישבי
עס מיינט אזויווי מען רעדט נישט אין די תפילין, נאר לשון קודש און אהא אהעם נו נא, און מען רעדט די ווייניגסטע מעגליך.