בלאט 3 פון 14

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 10:45 am
דורך נייגעריגער
וואו איז... ?
אין זיין הויזן!

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 11:35 am
דורך לאליפאפ
נייגעריגער האט געשריבן:וואו איז... ?
אין זיין הויזן!

אדער דערנעבן

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 2:57 pm
דורך ברעט מענינג
די ברויט איז אלט!
די יודן אין לאגער וואלטען זיך מחי געווען מיט דעם! (ווייל דעמאלטס איז עס נאך געווען פריש)

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 3:21 pm
דורך kliger
מען לאזט מיר שוין נישט אנהייבן א שמועס
איך האב שוין נישט וואס צו פרעגן קיינעם ווען איך טרעף זיי

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 3:36 pm
דורך kliger
יאנקל האט געשריבן:
ברעט מענינג האט געשריבן:קינד: רבי ס'הייס!
רבי: די גיהינום איז סאך הייסער!

קינד: רבי, ס'איז קאלט.
רבי: לערן מיט א ברען וועסטו אנגעווארימט ווערן.


קינד: רבי, מיין קאפ טוט מיר וויי.
רבי: חש בראשו יעסק בתורה

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:15 pm
דורך ברעט מענינג
ווען איינער וויל פארן מיט איינעם, האסט א וואגן?, אדער האסט מאשין?,

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:17 pm
דורך ברעט מענינג
א גראמער ביי א חתונה,
אזוי ווי עס איז שוין שפעט וועט מען אויסריפען חתן כלה אינאיינעם!

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:19 pm
דורך ברעט מענינג
וואס וועט זיין די וועטער אויף מארגען?
״וואס זאגען די נביאי שקר״?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:20 pm
דורך ברעט מענינג
ני ווי אזוי איז געווען די יחץ?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:25 pm
דורך יידל
כ'זע אז מ'הייבט שוין אן גיין חזרה...
לאמיך צולייגן מיינע געציילטע אויסגעדראשענע וויצן:
"ס'קלעבט ווי ארבעס צום וואנט"
"אויך מיר א דעה זאגער!"
"אז מ'מיינט נארט מען זיך."
"ווען די באבע העט ווען געהאט רעדער העט זי ווען געפארן".

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:28 pm
דורך משה געציל
און די היינטיגע אינגאטשעס טרויען זיך שוין צו צולייגן "און דער זיידע וואלט ווען געכאפט מיט איר א היטש", איך בין קלאר אז דער רבי' ז"ל וואלט ווען פארגאסן פיל טרערן ווען ער הערט אז די זיידע כאפט זיך מיט מיטן באבע'ן רח"ל.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:36 pm
דורך ברעט מענינג
איך ארבעט פארין דאלער.
איך לעב פאר מיך, נישט פאר יענעם.
זיכער איז טויט.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:38 pm
דורך יידל
אז דו האסט נישט וואס צו טיען טו עס איז נישט דא

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:43 pm
דורך מאטי
זאג דעם אמת!!!!! איך ווייס עניוועיס איך וויל נאר הערן פון דיר...

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:03 pm
דורך געפילטע פיש
די רעבע זי"ע פלעגט בלוטיגן אויף דעם אלע יארן.

צוריק גייט א קאזע
פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט.

איך פארשטיי אבער נישט וואס די פראבלעם איז אז מ'וואקסט עס נישט אויס, אין יעדע שפראך איז דא פראזן וואס מ'זאגט ווען ס'קומט אריין, און די נאטור פון א פראזע איז אז מ'האלט דאס אינאיין איבערזאגן. וואס דען ווילסטו איך זאל זאגן פאר מיין קליינע ברודער טענה'ט אז די סוכה וואנט שאקעלט זיך? זאל איך עם מסביר זיין אז כ'האב נאכנישט געענדיגט און ווען ס'וועט זיין פארטיג וועט עס זיין שטארק, און ער זאל מיך פליז נישט דרייען א קאפ ווילאנג ס'פיניש? אדער קען איך עם זאגן פאר א נער ווייזט מען נישט... און נאך פאר איך ענדיג די זאץ פארשטייט ער שוין וואס איך וויל.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:06 pm
דורך משה געציל
ווער זאגט אז עס באדערט איינעם? (א חוץ אז דער רבי' זי"ע פלעגט בלוטיגן אלע יארן, ס'טייטשט דער רבי זיצט און בלוטיגט און איך עס מיך א געשמאקען אייער שפייז?!)

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:14 pm
דורך מאטי
אינגעלע וויאזוי הייסטו? האסט געלאזט דיין צונג אינדערהיים?

זאג! ביי דיר אין דיינינג רום טוסטו דאס אויך?

אזוי שפעט קומט מען האסט מיטגעברענגט דיין קישען ?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:48 pm
דורך שמעקעדיג
ווי געפילטע איז שוין מעיר, וואס ווילסטו דען פון די אידן?

מען דארף פארשטיין, די זיסע אידעלעך האבן נאך בכלל נישט אדאפטירט די נייערע סארט וויצן, און זענען נאך בכלל נישט אריין אין די LOL עפאכע, ווער רעדט נאך פון אשפג. זיי זענען נאך סטאק מיט די נאסטאלגישע ווערטלעך פון כייעממענדל, און קענען עפעס נישט ארויסקריכן דערפון.

ווילאנג זיי ווילן זיך האלטן צו די אלטע מסורה מיט אן עקשנות דקדושה, וועלן מיר ווייטער מוזן אפגעבן א דין וחשבון ווי אזוי אונזער יחץ איז געלונגען, און די בדחנים וועלן איבערזאגן ביי יעדע חתונה צום מיליאנסטן מאל די זעלבע אויסגעדראשענע שלום בית וויצן און רעדן פון די שוויגער, און דער עולם וועט מוזן לאכן אפילו אינמיטן דרימלען...

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:57 pm
דורך קאווע טרינקער
אוי וואלט דער בארדיטשובער געמאכט דערפון צימעס.

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:45 am
דורך יואב
במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט,

גיי לערן דעם גוי ברטנורא,

דריטע זאך האב איך פארגעסן, ווי אייביג

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:04 am
דורך דעת תורה
יואב האט געשריבן:במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט,



צ״ל במקום שאין איש, איז הערינג אויך פיש

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:06 am
דורך יואב
דעת תורה האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט,



צ״ל במקום שאין איש, איז הערינג אויך פיש

גערעכט,
זעהט אויס כ'האב עס שוין לאנג נישט געהערט, אבי איך רעד מיר אפ!!

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:15 am
דורך לעקיש בער
אלץ די זעלבע צווי דריי אובער חכמים,

מוזט נישט אלץ האבן דער לעצטער ווארט,