בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 9:03 pm
דורך יאיר
אוי ביסטו ראנג. זיי וויסן אז בעפאר די מלחמה האבן אידן געפארעמט דאס רוב פון די אינטעלעקטועלן אין דייטשלאנד, דאקטוירים, וויסנשאפטלער, לויערס, ביזנעס לייט, און וואס נישט. און אפילו אויב נישט, גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס ס'איז בכלל דא א הוה אמינא אז מ'זאל זיי מעגן אויסהרג'ענען ווייל זיי זענען נישט קלוג, אויסער אויב מען האט בכלל נישט קיין מאראל, וואס דאן מעג מען הרג'ענען אויך קלוגע מענטשן.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 9:07 pm
דורך טאמבל סאס
הוגה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:וואספארא שייכות האט סורווייוועל אוו די פיטעסט מיט ריינע ראסע?



קוק דא וועסטו זעהן

לאמיר נישט פארגעסן די שאלה, קען טאלעראנץ זיי א ריאליטעט אדער איז עס א פאנטאזיע? אין די כלל איז די שאלה צו מיר קענען לעבן אין א לאנד/וועלט מיט מערערע ראסן אידיאלאגיעס און סאסייאטיס און פארגונען איינעם דעם אנדערע אז זיי זאלן לעבן ווי זיי ווילן, עכ"פ ווילאנג זיי לאזן אונז לעבן ווי מיר ווילן. אדער אפשר איז די טבע העולם אז כדי די וועלט זאל האבן א קיום מוזן מיר לעבן א גאנץ לעבן מיו א פייט, מיט קאמפעטישאן, מיט די רצון קלענער צו מאכן יענעם און גרעסער צו מאכן זיך צוזאמען מיט אלע וואס שטיצן מיך און מיין גאנג.

אין די פרט גערעדט איז די שאלה, צו קענען מיר לעבן אין איין געגנט/דאווינען אין איין שול מיט מערערע סארט אידן און פארגינען איינער דעם אנדערע אז זיי זאלן לעבן ווי זיי ווילן. אדער פארלאנגט די טבע אומטאלעראנץ מפני קיום היהדות כנ"ל.

קופערניקס, ש'כח פארן שיינע תגובה, און פארן לינק צום הערליכע ארטיקל וועלכער איך האב גאר שטארק געלייקט. איך האלט מיט דיר מיט נאך א שמיץ אריבער. אליבא ד"אמת" - ווי דו רופסט עס אן - איז די רבי זי"ע שיטה געווען איין זאך, לעשות רצונך אלוקי חפצתי. דאס איז אויך געווען רב קוקס שיטה, די בעש"ט און די גר"א האבו אויך געהאט נאר די איין שיטה. מוטה פראנק, און רבי מאטעלע פון וויזניץ האבן ביידע אויך די שיטה. ממילא איז שייך טאלעראנץ אפילו ביי עקסטרעם ריליגיע, ווילאנג מען גייט אליבא דאמת.

איך זע אזא אנדערע האבן עס שוין דערמאנט עטליכע מאל. ע"כ וועל איך עס איבערחזר'ן און צולייגן נופח משלי.
טאלעראנץ אין די אלגעמיינע וועלט, פון קולטורן און גלויבוינגען און ראסן איז נישט א פראגע פון ריאליטעט אדער פאנטאזיע, ס'איז א זיכערע פאקט וואס ווערט אלץ מער און מער פארווירקליכט. און פארקערט די טבע העולם איז אז ווי מער טאלעראנץ מיט אינטעליגענץ אלץ מער גוטס קומט ארויס פאר די וועלט. אלץ מער טוט עס פארזיכערן דער קיום העולם. ווען א קליינע ישיבה פון אפאר בחורים שלאגן און רייסן זיך ארום פאר יעדע קלייניגקייט, איז עס נישט נושא פירות. אבער ווען אין א ריזיגע ישיבה ארבעטן אלע צוזאמען אויף א מערכה פראיעקט זענען די פירות גאר אסאך.

אצינד לאמיך רעדן פערטיקיולער פון אונזער אידישע רעליגיע, מיר זענען מיט אפאר דורות הינטערשטעליג אין דער ענין פון טאלעראנץ. און ביי אונז איז טאלעראנץ א סכנה פאר עקזיסטענץ, ווייל ווען מען טאלערירט איינער דעם צווייטן (דער ארטאדאקסישער דעם מאדערן ארטאדאקסישן) קען מען זיך לייכטער לעבן צוזאמען בשכינות און מיט די צייט אפלערנען איינער פון אנדערען, ווייל טאלעראנץ ברענגט צזאמלעבעניש, און צאמלעבן זיך איז א געפאר פאר אסימילאציע דערפאר איז אוממעגליך צו זאגן דעם סאטמערן ער זאל גענצליך טאלערירן דעם מאדערן ארטאדאקסישן (כ'נעם עס ביז צו אזא עקסטרים, כדי לסבר את האוזן) ווייל דאן וועט ער נאך חלילה זיך אפלערנען פון אים. און פון א סאטמערען פרעספעקטיוו וויאזוי א איד ברויך צו לעבן ערליכערהייט, איז דאס אומאקצעפטירבאר.

משא"כ דער OTD וועט יא לייכטער קענען טאלערירן אפ' די פרומער וואס טאלערירט אים נישט, וויבאלד דער OTD האט נישט מורא ער זאל זיך אפלערנען פון דעם סאטמערן, וויבאלד ער האט נישט קיין סיבה פארוואס צו גיין צוריק איינצוימען זיין לעבן - צו א פירונג וואס איז לויט אים ראדיקאל. במילא ווען מ'רעדט פון טאלעראנץ, איז א גרויסע חילוק צווישן טאלעראנץ אין פאליטישע, (אדער סיי וועלכע אנדערע, אחוץ רעליגיע ודומה לו. אזא שיטה וואס הרגעט אפ די גאנצע ציהל פארוואס דו לעבסט אויף די וועלט) שיטות למשל .. וכו'. אדער רעליגעיזע פירונג.
אבער דאס איז קלאר אז טאלעראנץ, ווילאנג ביידע זייטן קענען הנאה האבן פון לעבן, און אלץ וואס לעבן ברענגט מיט זיך, - זעה איך נישט פארוואס ס'זאל נישט זיין א רעאליסטישע דערהער וואס ווערט פארווירקליכט אלץ מער און מער.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 9:15 pm
דורך טאמבל סאס
יאיר האט געשריבן:אוי ביסטו ראנג. זיי וויסן אז בעפאר די מלחמה האבן אידן געפארעמט דאס רוב פון די אינטעלעקטועלן אין דייטשלאנד, דאקטוירים, וויסנשאפטלער, לויערס, ביזנעס לייט, און וואס נישט. און אפילו אויב נישט, גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס ס'איז בכלל דא א הוה אמינא אז מ'זאל זיי מעגן אויסהרג'ענען ווייל זיי זענען נישט קלוג, אויסער אויב מען האט בכלל נישט קיין מאראל, וואס דאן מעג מען הרג'ענען אויך קלוגע מענטשן.

נו, די קלוגע און די שטארקע, און די ארבעטס פעאיגע האט ער דאך געלאזט. וואס איז דען מענגעלע'ס ארבעט געווען.
און לאמיר נישט פארגעסן אז היטלער האט נאך אלעם טאקע געטראגן א בלינדע וויסטע שנאה קעגן אידן. אין צוגאב צו וואס זיין טעאריע האט נישט געמוזט שטימען אויף הונדערט פראצענט. נאר אויף אזויפיהל זיך צו פארענטפערן פאר די מאסן, (ברעינוואשן זיינע אייגענע אונטערטאנען) און אנדערע לענדער.
אך. פארוואס פארשטייסטו נישט. (אדער אפשר פארשטיי איך נישט) מאראל איז אויך א זאך וואס טוישט זיך, און באקומט אלץ נייע פארעמען, און כללים.
היטלער האט (איינגערעדט אז ער האלט) געהאלטן, למשל, אז כדי צו פרעזערווירן א געזונטע וועלט, און ריינע אטמאספערע, דארף מען פארקוקן אויף מאראל, ווייל די וועלט וועט נאך אפאר יאר זיין פוהל מיט מענטשן און צו א קליינע מאס נעהרונג פאר זיי. דערפאר האט ער אנגעקוקט, אז לויט די טעאריע פון דארוויניזים טוט ער גאר א טובה פאר די וועלט. און הארגעט די וואס זעהן די מערסטע אויס, קראנק און נישט מזל'דיג. איי מאראל?! מ'דארף אוועק קוקן אויף מאראל פאר די גרעיטער גוד!
נאטורליך סעלעקציע איז אויך געגן מאראל. נעבעך א אומשולדיגע זעברע ווערט צעפליקט דורך א ברוטאלע לייביכע.
אוודאי היטלער איז געווען א אכזר פון ערגסטן קלאס, און ער אליין האט נישט געגלייבט פולשטענדיג אין זיין שיטה און הסבר דערצו מכח דארווין. אבער דאס איז וויאזוי איך האב עס געהערט. (צ"ל געטראכט) דאס ער האט אזוי אנגעשטעלט פאר די וועלט.
און יא! ס'האט געמאכט סענס פאר מיליאנע נארמאלע מענטשן. נישט נאר אין דייטשלאנד.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 4:58 pm
דורך הוגה
יאיר האט געשריבן:הוגה, אודאי האבן די נאציס גענוצט דארוויניזם אלס אן אויסרייד, אבער דאס מיינט נישט אז "איין שפאן ווייטער איז ריינע ראסע". די נאציס האבן געמאכט אן אבסורדע צוזאמשטעל צווישן דארוויניזם און נאציזם וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס אלס א תירוץ פאר זייערע מעשים תעתועים. עס איז ביי מיר נישט קיין שום ספק אז ווען נישט דארווין וואלטן די נאציס געווען פונקט אזוי רשעות'דיג.



הוא אשר דיברתי אין די אנדערע אשכל....

אויב איז נישט דא קיין טאלעראנץ דאן וועט נישט העלפן קיין שום אינטעליגענציע אין די וועלט, די אינטעליגענציע וועט פארדרייט ווערן אויף אן אופן וואס וועט מוזן אויסטייטשן זייער אגענדע. וכן הדין לגבי רעליגיע, אויב קען טאלעראנץ נישט ווערן איינגעפעדמט אין די קאמיוניטי/סאסייעטי דאן וועט קיין שום אינטעליגענציע נישט העלפן. רעליגיעזע אומטאלעראנץ איז שטארק גענוג צו געפונען א.ג. אינטעליגענטע סיבות צו פארענטפערן די אומטאלעראנץ.

בנוגע די נושא וואס מיר רעדן אין דער אשכל זעה מער אין א קומענדיגע הודעה.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:17 pm
דורך שמעקעדיג
איך ביניש דער גרויסער חכם אריינצורעדן דא, (און מעגליך באלאנגט מיין תגובה אינעם אשכול איז היטלער געווען א מאמין; נאר כ'באציה זיך אויף דיינע ווערטער אויבן) אבער אלמלי היטלער ימש"ו וואלט גע'הרג'עט מיט א געווענליכן טויט די אלע אידן הי"ד, וואלטן נאך מעגליך געווען צו טרעפן תמימי לב צו גלייבן זיין ווערסיע אז דאס איז פאר די טובה פון דער וועלט; אבער עכשיו מיט די אלע סארטן מיתות משונות מיט ברוטאלע פייניגונגען און דאס אויסטיילן פאר מיליאנען אידן דאס גיהנם אויף דער וועלט מיט אזעלכע ברוטאלע מיטלען וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, דאס ווייזט ארויס אז ער האט געהאט עפעס א אויסערגעווענליכע שנאה דערביי, און נישט געמיינט נאר די טובה.

מען קען דא צולייגן דעם ווארט וואס שטייט אין ספרים אויף מצרים, אז פארוואס קומט זיך שלעק פאר די מצריים, השי"ת האט דאך שוין פאראויסגעזאגט פאר אברהם ועינו אותם ארבע מאות שנה וגו', נאר די קישוי השעבוד האבן זיי צוגעלייגט מדעת עצמן אלס שנאת ישראל, אויב אזוי איז א סימן אז דו האסט עס נישט געטון אלס קיום רצון ה', נאר מתוך שנאה כבושה ועמוקה, און אויב אזוי קומט זיך זיי מכות נמרצות. וכן הענין כאן, וק"ל.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:24 pm
דורך הוגה
[justify]רבי ט"ס, און אנדערע וואס האבן דא מגיב געווען.

אני כשלעצמי - קענט איר זיך אליין פארשטעלן - אז איך האלט אז טאלעראנץ איז א מעגליכע זאך און עס וועט נאר אויפטון למען קיום העולם ותיקון השלם. ותשועה ברוב יועץ מיינט נישט אז די "רוב יועץ" האלטן אלע פון די שיטה, נאר אז די רוב יועץ האבן פארשידענארטיגע שיטות, דאך איז דאס די "ותשועה". איך האלט אז ווען מען טאלערירט זיך איינער דעם אנדערען וועט עס סוכ"ס ברענגן ריוח פאר אלע. לייגטס אוועק אייער פערזענליכע נגיעות, טראכטס אריין מיט אן אפענע קאפ, אבער טיף טיף, וועט איר קומען צו די זעלבע מסקנה. (אגב, קוקטס וויפיל בעק-טשענעל קאמיוניקאציע טוט אויף פארן וועלט. ישראל האט בעק-טשענעל קאמיוניקאציע מיט אסאך אראבישע לענדער, כאטש לפנים זענען זיי געשוואוירענע פיינט. אמעריקא האט אלעמאל געהאט א בעק-טשענעל מיט די קאמוניסטן. סאטמאר מיט אגודה, אגודה מיט ש"ס, וכו' וכו' דו"ק ותשכח.)

למעשה אבער זעהן מיר גאר אסאך אומטאלעראנץ פון אלע זייטן. למען קוצר הזמן לאמיר נאר רעדן איבער אונזערע געמיינדע. די א.ג. פרומע חסידישע האלטן זייער שטארק דאס התבדלות ווייל נאר אזוי האלטן זיי וועט מען קענען האלטן א קליין הייפעלע אמת'ע ריינע לויטערע אידן (וואטעווער דעט מינס). זיי האלטן אז אויב וועט מען זיך נישט אפשיידן פון מער מאדערנערע, אדער פון משפחות וואס גייען נישט אינגאנצן מיט זייער גאנג וועט עס אראפשלעפן די אנדערע. און פארדעם זענען דא די גאר שטרענגע תקנות אין די מוסדות. די אויסרייד איז אז די עלטערן וואס שוקן דא האלטן אז דאס-און-דאס איז נישט אויסגעהאלטן, ממילא דער וואס האלט נישט דער גדר מוז זיך טרעפן אן אנדערע פלאץ כדי נישט צו אראפשלעפן די פאר שלא כרעו לבעל. די זעלבע איז מיט א בית המדרש, אדער סתם א קאמיוניטי.

פארשטייט זיך אז וואס גרעסער די כלל איז אלץ ברייטער מוזן די גדרים זיין. אונטערשטעט שורה איז אז כדי צו האלטן די גדרים קען מען נישט טאלערירן די וואס האלטן אנדערש. (ואל תשיבנו אז מען טאלערירט זיי נאר זיי קענען נישט בלייבן דא, ווייל דאס איז וואס איך מיין, אויב קען ער דא נישט בלייבן, ער מיט זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אויסגעשלאסן אדער עכ"פ סעקאנד אדער טירד קלאס, דאס הייסט אומטאלעראנץ.)

די תירוץ איז מעגליך א גוטע תירוץ. איך אלץ – זעלבסט געהאלטענע – טאלערירער קען פארשטיין אזא גאנג און איך בין אקעי דערמיט. אין די זעלבע צייט האף איך אז די שטולע רעוואלוציע פון טאלעראנץ וואס דרינגט אריין שטייטליך אין אונזערע קאמיוניטי וועט זיך מער צושפרייטן למען תיקון השלם.

מייל שאלה איז נאר געווען אויב דאס איז א פאנטאזיע. ערשטענס, וועלן די אידן מיט די פארקערטע דעה פון מיר זייך לאזן טוישן מיט די צייט, אדער וועלן זיי פשוט ווערן א מיעוט פונעם כלל אז זייער מיינונג וועט נישט אנגיין קיינעם. צווייטענס, איז דא א סברא צו זאגן אז אומטאלעראנץ איז גאר א וויכטיגע שליסל צו קיום העולם צוליב דעם ווייל עס ברענגט קאמפיטישאן, און א יעדער ווייסט אז קאמפעטישאן איז גוט פאר ביזנעס.

די זעלבע שאלה איז לגבי, מדינות, רעליגיעס, ראסן, קולטורן, פאליטישע מיינונגען וכדומה.[/justify]

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 5:29 pm
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ביניש דער גרויסער חכם אריינצורעדן דא, (און מעגליך באלאנגט מיין תגובה אינעם אשכול איז היטלער געווען א מאמין; נאר כ'באציה זיך אויף דיינע ווערטער אויבן) אבער אלמלי היטלער ימש"ו וואלט גע'הרג'עט מיט א געווענליכן טויט די אלע אידן הי"ד, וואלטן נאך מעגליך געווען צו טרעפן תמימי לב צו גלייבן זיין ווערסיע אז דאס איז פאר די טובה פון דער וועלט; אבער עכשיו מיט די אלע סארטן מיתות משונות מיט ברוטאלע פייניגונגען און דאס אויסטיילן פאר מיליאנען אידן דאס גיהנם אויף דער וועלט מיט אזעלכע ברוטאלע מיטלען וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, דאס ווייזט ארויס אז ער האט געהאט עפעס א אויסערגעווענליכע שנאה דערביי, און נישט געמיינט נאר די טובה.


מסכים הונדערט פראצענט. סך הכל נוץ איך עס אלץ א דוגמא (אפשר נישט פערפעקט) אז מען קען נעמען אינטעליגענציע און עס פארדרייען אויף א מואס'ע אופן ווילאנג עס איז נישט דא קיין טאלעראץ. אילו ואילו דברי....

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:42 pm
דורך לעיקוואד
איז טאלערנעץ א פאנטאזיע?

אויפ'ן אינטערנעט זיכער נישט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6Lp-NMaU0r8[/youtube]

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:17 pm
דורך טאמבל סאס
זאג מיר נישט אז דו האסט געוואטשט דעם גאאאאנצן קליפ.

ער האט אנגענומען פעיסבוק גאר ערנסט.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:15 pm
דורך נולד מאוחר
הוגה, עפעל'ס רילעשאנשיפ צי גוגל אדער פארד מאטער צי טיאטע וואלסטו אנגעריפען 'נישט טאלערנץ'?
סאיז דא א געזינטע קאמפעטישן יעדער פראבירט יענעם איבערשטייגן, נאך אלץ וואלט איך עס געריפן טאלערנץ.
סאטמער אין די אלטע צייטן ווען סהאט זיך געגאסן בליט איז געווען 'נישט טאלערנץ' דאן האט מען נישט געדארפט ווערן בעסער כדי צי שטייגן, מהאט יענעם אראפגעקלאפט און פארטיק.היינט ווען סדא היפש מער טאלערנץ מיז יעדער זיך אליינס פארבעסרן. די זעלבע ווען קריסטען האבן נישט טאלערירט די אידן משאכ היינט

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:44 am
דורך איציק
איך ווייס נישט אויב דאס קומט אריין אין דעם שמועס, אבער מ'רעדט דאך דא פון טאלעראנץ. היות די לינקע פרעדיגן אלעמאל טאלעראנץ, און די דאזיגע ארטיקל שילדערט גאר גוט דער טייטש פון היינטיגע ליבעראלע טאלעראנץ, האב איך געקלערט עס דא צו לינקען.
די ארגינעלע ארטיקל איז ערשינען אין די באסטאן העראלד, אבער אהין קאסט געלט אריינצוגיין אין די ארכיוון, משא"כ אויף די ספארט פארום וואו איך האב געלינקט.
אויב עמיצער איז גע'חוסמ'ט, זאל ער זאגן און איך וועל אראפשלעפן די גאנצע ארטיקל אהער.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 7:33 am
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:...אבער טאלעראנץ איז לכאורה טיפער ווי דעם. פארשטיי אז יענער האט אויך א שיטה, כאטש ס'אנדערש ווי דיר, און ביידע קענען זיין ריכטיג! נאר דו האלטסט זיך מיט דיין קבלה צי צוליב ואל תטוש, צי ווייל דו האסט דאס איינגעזעהן פאר ריכטיגער...


איך מיין אז דא לייגט דער טעות. טאלערענץ איז א מידה ככל המידות. ס׳איז פארהאן א מעגליכקייט פון עקסטרעם אומטאלערענץ (מ'דארף נישט קיין משלים) און א מעגליכקייט פאר עקסטרעם טאלערענץ (לכאורה אן קיין אייגענע פרינציפולס; אן קיין נארמאלע סעלף-עסטים).

אזוי ווי אין יעדע מדה, איז די ריכטיגע וועג, די מיטל וועג. מען דארף נישט - און מען טאר נישט - טאלערירן יענעמ'ס מיינונג אז עס פונקט אזוי אמת ווי מיין מיינונג. דאס הייסט נישט טאלעראנץ; דאס איז קיין מיינונג בכלל. און דאס אז מען דארף אבער וויסען אז יענער קען מעגליך זיין גערעכט, דאס האט מיט א אפען מיינד און נישט טאלעראנץ.

קענסט די זעלבע פרעגן אויף כמעט יעדע מדה. קען די וועלט ווערן ריין פון לשון הרע? עס איז גאר נאאיוו. אויס מיט די קרעדיט רעפארטס. קען די וועלט ווערן ריין פון שקר? אויס מיט דיפלאמאטיע. וכן לכולם.

Re: איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 10:57 pm
דורך מי אני
אין די שמועס קען אפשר אריינקומען דאס וואס הרב דר. נחום [נארמאן] לאם האט געזאגט בנוגע רעפארם ראבייס: זיי זענען ״וואליד״ פירערס, אבער נאר די ארטאדאקסישע זענען ״לעגיטים״. דאס באדייט אז הגם זיי זענען ריכטיגע פירערס לעדתם איז אבער פונ׳ם מבט פונ׳ם ארטאדאקס זענען זיי למעשה נישט ״גערעכט״.

דאס קען אפשר באטראכט ווערן ווי א פארעם פון ווי אזוי מ׳דארף צוגיין און טאלערירן חילוקים בדעות. דהיינו, אז ביי לאגיק (מ׳האט דאך דערמאנט דא דעם פאראדאקס פון טאלעראנץ, וואס א פאראדאקס האט צו טוהן מיט לאגיק...) ווייסט מען אז א סילאגיזם איז וואליד אויב די קאנקלושען פאלגט נאך בעצם פון די פרעמיסעס. אבער אפילו עס איז וואליד איז ל״ד אז עס איז קאדזשענט. דהיינו, די פרעמיסעס אליין קענען זיין אומריכטיג. איז קען מען זאגן (אפילו שיחתן וכו׳) אז מ׳דארף פארשטיין און טאלערירן אז עפ״י די הנחות וואס יענער האט איז זיין דרך ״וואליד״, אבער מ׳דארף נאך אלס האלטן אז זיינע הנחות זענען נישט ריכטיג וממילא איז עס נישט ״לעגיטים״ [קאדזשענט]. ער האט אבער נאך אלס א וואלידיטי פאר דאס וואס ער האלט און איז. (איך ווייס אז ער האט דאס געזאגט אינ׳ם קאנטעקסט פון פירן אן עדה.)

דאס גייט אין איינקלאנג מיט דאס וואס ער האט געהאט געזאגט בנוגע דאס אחדות פון כלל ישראל, אז הגם טאלעראנץ איז א מטרה האט עס אבער למעשה ״לימיטס אין פראקטישקייט״.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך זעה אז דער עולם דא מוטשעט זיך ארום מיט א הארבע קשיא, אמער, פארוואס זעהט מען אז מענטשן האבן נאר טאלעראנץ פאר מענטשן וואס האבן טאלעראנץ פאר זיי? מה נפשך, איז טאלעראנץ א גוטע זאך צו נישט? און איך מיין אז די תירוץ דערצו איז זייער פשוט. פארוואס האב איך טאלעראנץ פאר דיר? ווייל איך וויל אז דו זאלסט האבן טאלעראנץ פאר מיר, און אזוי וועל איך זיין גוט מיט דיר און דו מיט מיר און אונז וועלן לעבן בשלום ובשלווה. אויב אבער דו וועסט סייווי נישט האבן טאלעראנץ פאר מיר מה הועילו חכמים בתקנתם? וואס האב איך פון די גאנצע טאלעראנץ? אז מ'וועט זיך סייווי שלאגן לנצח נצחים זאל איך כאטש האבן א שאנס ארויסצוגיין א געווינער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דעת תורה האט געשריבן:מורידין ולא מעלין גייט אן נאר בזמן שיד ישראל תקיפה. פונקט ווי מחיית עמלק. בשגם אז לויט פילע איז היינט אין אזא הסתר פנים וואס מיר לעבן בכלל נישט שייך כמעט אזא איינער.
דאס איז דאך ממש legal fiction במיטבה, מ'האט איינגעזעהן אז ס'מער נישט קיין הפקר וועלט מער און מ'קען מער נישט טון וואס מ'וויל, האט מען געבאקן א תורה פון יד ישראל תקיפה און הסתר פנים, ס'האט עפעס א מקור אין חז"ל? (כ'מיין אז דאס איז טאקע די באדייט פון "אין יד ישראל תקיפה", ודו"ק)

דעת תורה האט געשריבן:מקריב זיין קרבנות האט מען אויפגעהערט כשחרב בית המקדש,
מקריבין אף על פי שאין בית המקדש.

דעת תורה האט געשריבן:און מיתות בית דין האט מען געסטאפט וועגן ריבוי הרוצחים,
ממילא איז וואס? זאל מען זיי אלע אויסמארדן! מ'קען נישט אלע כאפן? זאל מען כאטש טייטן וויפיל מ'קען, ס'דאך א מצוות עשה דאורייתא, נישט אזוי?

Re: איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2020 11:05 am
דורך מי אני
דאס האט דער פילאזאף וואָלטער טערענס סטעיס גע׳טענה׳ט קעגן דעם טעזע פון אננעמען מאראלישע רעלעטאוויזם באזירט אויף א טענה פון טאלעראנס (פאר אנדערע קולטורן וכו׳):
IMG_7205.jpg


ער האט דאס גערופן אן ארגומענטאם עד נאציאום.

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 7:13 am
דורך מי אני
דא זאגט [14:39-15:00] דר. פּיִטער קריִפט:
Lie number eight is the exaltation of openness and welcoming and tolerance as the supreme good as the summum bonum, the end of ends. If this philosophy is practiced consistently your mind will become so open that all your brains will spill out. An open mind is an excellent means but a bad end

נשלח: זונטאג יולי 17, 2022 12:13 am
דורך מיין אמת
יאיר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן: וב תעזוב עמו.
איך ווייס אויכעט פון דער פסוק חמור שונאך ודרשת חז"ל עליו. דאך לאמיר זיך נישט נארען, די וועלט ווייסט פון דעם ענין פונ'ם דרשה אויפ'ן בארג און נישט פון דער פסוק, בכלל האט דער דרשן דארט עס געסאגט אסאך בעסער און שטערקער ווי עפעס א דרש אויף מצוות טעינה ופריקה. דער חכמה איז נישט צו זאגען עפעס א ווארט די חכמה איז צו מצליח זיין איינפירען עפעס און מאכען א רושם אויף די וועלט מיט א געוויסע מאראלישער טענה, און דאס האט יענער מצליח געווען, [עכ"פ אריינצוברענגען דער מושג אז מזאל רעדן דערפון, טוהן איז שוין שווערער..] פיל מער פון די פסוקים וואס דו ברענגסט , הגם קען זיין ער האט עס גענומען פון דארט.
אין דעם ענין ביסטו נישט גערעכט. די אידן זענען געווען די ואיינציגסטע אין מיטל מזרח וואס האבן געפרעדיגט מאראל פאר הונדערטער יארן, אין קיין איינע פון די אור אלטע געזעץ ביכער וועסטו נישט טרעפן אזעלכע הלכות ווי לא תשנא את אחיך בלבבך אדער ואהבת לרעך כמוך, ביי זיי איז דאס געווען א חוב קדוש. שפעטער איז געקומען א איד און האט ווייטער גענומען דעם מעסעדזש פון די תורה און פארשפרייט פאר זיינע חסידים (כאטש וואס ווי היסטאריקער ווייסן היינט זענען רוב פון די וואונדערליכע מאמרים ווי love your enemy און turn your other cheek בכלל נישט געקומען פון אים נאר פון זיינע תלמידים און תלמידי תלמידים) און דערנאך האט פאול עס בעסער פארשפרייט אין די וועלט, און שפעטער האט קיסר קונסטנטין עס נאכמער פארשפרייט דורכ'ן פארוואנדלען די רוימישע אימפעריע אין א קריסטליכע רעליגיע. ווען ישו וואלט געבוירן ביי געצנדינער וואלט ער גאנץ זיכער קיינמאל נישט געזאגט די דרשה אויפ'ן בארג. דאס מיינט אז די תורה איז געווען די ערשטע עס צו פארשפרייטן, און דורך ווייטערדיגע שליחים איז די מעסעדזש פון די תורה פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט.
בנוגע דעיס וואס די פארציילסט וועגען די teachings פון ישו איז אינטערסאנט צוצילייגן די רמב"ם 'ס בליק אויף עס וזה דבריו בהלכות מלכים
יא] אבל מחשבות בורא עולם--אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנוצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו--אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד: