לעיקוואד האט געשריבן:דעת תורה
איך מיין איר זענט אביסעל מגזים מיט דער צושטעל פון אנקוקען א פלעסטיק בעג אויף א פלעין פאני ביז די שיטה פון רמ"ד. (איך רעד שוין נישט פון דעם וואס די גאנצע ראיה פון זיינע קינדער איז נישט קיין ראיה מער פון די אייניקלאך פון נודע ביהודה וואס זענען בערך אזוי פרום ווי רמ"ד'ס אייניקלאך). אז א כהן זאל דארפן זיך אריינשטעלן אין א בעג אין א פלעין איז פאני נישט נאר לפי עפעס א גויישע קולטור נאר אויך ווען די גאנצע פלעין איז פול מיט יודען איז עס פאני. און עס איז פאני אויך אין דער הלכה אליינס אז עס זאל פאדערן אזעלכע זאכען. כלומר עס איז זייער נישט מסתבר אז אזוי זאל זיין די הלכה, דאס איז א ריינע הלכהדיגער שיקול אז סדארף מאכען עפעס א סארט סענס, און די סארט פסק איז מוראדיג פאני, אפילו אז מזאל שוין יא פארשטיין די הנחה אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין למתים, אזויווי די טערקן האבען גאנץ פיין ארויסגעברענגט. און פוסקים מיט שכל רעכענען זיך שטארק מיט אזא שיקול אין הלכה, אז עס האט נישט קיין זין אז עס זאל ארויסקומען א חוכא וטלולא. אמת, דאס איז נישט די איינציגסטע פאני פסק וואס איז ארויס פון די סארט מקומות ווי מהאט אינגאנצען געשיקט נארמאלקייט, שכל, און מענטשליכקיט ליפטערן, עס איז נאר מער אויפפאלנד, און ברענגט טאקע ארויס די פראלבעם מיט די סארט פסקים אויך אין אנדערע פעלער.
אגב, אויך דער נקודה פון הייסען פרויען טוישען סיטס אויף א פלעין ווייל דיר געפעלט נישט זיצען נעבן א פרוי, שהעירו עליהם הטורקים הנ"ל, דארף מען טוהן מיט חכמה. און אויב מקען נישט מעג מען בכלל זיצען נעבן א פרוי ע"פ הלכה.
די שאלה איז נישט צי עס איז פאני אדער ניין, מען דארף נישט שטאמען פון מענדלסאן צו האלטן אז עס איז פאני, אפילו נאר צווישן אידן. אדרבה, איך פריוואט וואלט מסתמא געזוכט - און אנגענומען - א היתר פון וועם אימער, זאל עס אפילו זיין מכון צומת. איך קוק נאר זייער שטארק ארויף דעם איד וואס האט געהאט די קוראזש עס דורכצופירן. הלואי וואלט איך עס געהאט.
די מדובר דא איז בכלל נישט צי דאס איז טאקע די הלכה און דאס פארלאנגט טאקע די תורה, די מדובר איז בעיקר אין טעאריע, לו יהא אז די הלכה איז זייער קלאר אז דאס איז וואס מען מוז טון, צי זאל אזא איד ענדערש פארן מיט א שיף נישט צו פארשעמען די תורה ונושאי דגלה פאר די גוים, אז די גוים זאלן שפעטן פון אונז און פון די תורה אז זי האט אזאלכע חוקים, אדער פארקערט, אדרבה זאל דער איד שטיין שטאלץ איינצוהאלטן די חוקי התורה און האבן דעם גוי אין בוידעם. איך מיין אז דער ענטפער אויף דעם ווענדט זיך זייער שטארק צווישן סאטמאר - חסידות, און מענדלסאן - השכלה - היה יהודי בביתך ואדם בצאתך.
בכלל ביסטו נישט גערעכט לדעתי מיט דיין גישה צום בירור ההלכה, ווייל איינמאל דער עיקרון דער קאנצעפט איז אוועקגעשטעלט אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין און טומאה בוקעת ועולה עד לרקיע, קענען שוין נישט די שיקולים אויס מאכן בכלל. בכלל איז די סברא נישט מוכרח; איך מיין גאר אז די גאנצע פלעסטיק בעג איז נאר א קולא זיך ארויסצודרייען פון די הלכה, עפעס אזוי ווי שייטלעך. ווער זאגט אז הלכה גיט דיר בכלל א אויסוועג צו קענען פליען העכער א בית החיים?
לגבי טוישן א זיץ וועגן א פרוי, איז אוודאי נישט קיין שום חיוב וכן נוהגים לא לשנות. חוץ אז עס איז פאר איינעם אומבאקוועם מחמת זיין קאפ לויפט אים אין איין ספעציפישע ריכטונג א גאנצן טאג און עס מאכט אים נסיונות.