בלאט 3 פון 7
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:33 am
דורך זר זהב
בדחן האט געשריבן:מיין פרוי איז נישט געווען, מיר האלטן נאך א שמחה ב״ה.
הממ דאס מיינט אז דו האטס געלייקט דיין ווייב עט ליעסט... מזל טוב!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:14 am
דורך קינות גירושין
Tech tech tech
נישט געבן פאר די מיידלעך סעל פאן
נישט לאזען די מענער האבען קאמפחוטערס
גיין צניעות וויאזוי פייערוועקער (יא דער וואס פירט די סקול אן א דעגרי) וויל, אז נישא וועט מען ארויס ווארפען,
און מאר נישט זיין/גיין צו א מעק אפ ארטיסט
מיין עקס זוכט א זשאב, איינער האט
גיימער צוריק קיין יוראפ
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:04 am
דורך ברסלבער
עס איז געשטאנען אנפאנג אויף די צעטלעך אז מען גייט דארט זאגן א נייע תקנה וועגן צניעות ביי חתונות, איינער ווייסט וואס דאס איז געווען?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:17 am
דורך פיקציע
ברסלבער האט געשריבן:עס איז געשטאנען אנפאנג אויף די צעטלעך אז מען גייט דארט זאגן א נייע תקנה וועגן צניעות ביי חתונות, איינער ווייסט וואס דאס איז געווען?
קוק א קאמענט העכער דיינס.
קינות גירושין האט געשריבן:און מאר נישט זיין/גיין צו א מעק אפ ארטיסט
לכאורה האט עס דאס געמיינט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:24 am
דורך גנדי
פיקציע האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:עס איז געשטאנען אנפאנג אויף די צעטלעך אז מען גייט דארט זאגן א נייע תקנה וועגן צניעות ביי חתונות, איינער ווייסט וואס דאס איז געווען?
קוק א קאמענט העכער דיינס.
קינות גירושין האט געשריבן:און מאר נישט זיין/גיין צו א מעק אפ ארטיסט
לכאורה האט עס דאס געמיינט.
זיי האלטן נישט פון די גמרא
כלה נאה וחסידה?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:40 am
דורך הקטן
אהא, יעצט פארשטיי איך שוין די מחלוקה צווישן ב"ש און ב"ה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:57 am
דורך ידען
זיי האבען גערעדט וועגען כלות?
(זיי האלטען מן הסתם אז נאה מיינט נישט אז מען זאל זיך "מאכן" שיין.)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 12:35 pm
דורך בדחן
ועוד יש לומר, אז זיי האלטן אז א מעיק אפ ארטיסט איז גוי'אישע זאך, אין ק"י האט מען אויך גערעדט דערקעגן, איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס, אבער איך רעספעקטיר א צווייטענס מיינונג, איך מאך נישט חוזק פון טויזענטער אידן וואס האבן א געוויסע מיינונג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:54 pm
דורך היסטאריקער
איך הער אז מהרז״ל ובית דינו האבן זיך משתתף געווען
ווייסט איינער אין די היסטארי פון כלל ישראל אז א רבי/רב גייט זיך משתתף זיין ביי א אסיפת נשים כדי מחזק זיין די נושא?
מיין שאלה איז געווענדעט פארשטייט זיך נאר צו די וואס "זענן נישט משנה קיין זיז כלשהי"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:06 pm
דורך גנדי
בדחן האט געשריבן:ועוד יש לומר, אז זיי האלטן אז א מעיק אפ ארטיסט איז גוי'אישע זאך, אין ק"׳י האט מען אויך גערעדט דערקעגן, איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס, אבער איך רעספעקטיר א צווייטענס מיינונג, איך מאך נישט חוזק פון טויזענטער אידן וואס האבן א געוויסע מיינונג.
מיר מאכן נישט חוזק, מיר פרובירען צו פארשטיין די
פאר פרומע יחידים וואס האבן א געוויסע מיינונג, און פארקויפען דאס פאר
טויזענטער אומוויסענדע אידענעס וואס האבן
נישט קיין מיינונג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:12 pm
דורך blauvelt
היסטאריקער האט געשריבן:איך הער אז מהרז״ל ובית דינו האבן זיך משתתף געווען
ווייסט איינער אין די היסטארי פון כלל ישראל אז א רבי/רב גייט זיך משתתף זיין ביי א אסיפת נשים כדי מחזק זיין די נושא?
מיין שאלה איז געווענדעט פארשטייט זיך נאר צו די וואס "זענן נישט משנה קיין זיז כלשהי"
dont know but its the same reason he went to mamed klal yisroel eis lasos and we all know the only issue you have is that it makes him look like a leader and you dont like it
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:31 pm
דורך היסטאריקער
דאס מאכט אים פאר א "לידער"?
אפשר ווען ער וועט אריינגיין אין א קירכע משום עת לעשות וועט ער ווערן א רשכבה״ג?
א מנהיג ווערט מען ווען מען טוט עפעס אויף פאר יודישקייט, נישט סתם דאמירן בעלמא, דערנאך "בלייבט אלעס ביים אלטן"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:38 pm
דורך שמעקעדיג
היסטאריקער, פליז הער אויף. לכה"פ נישט דא.
ווען סיי ווער זאל עס טון, וואלט עס נישט אינטרעסירט. נאר וויבאלד ס'איז רז"ל, שטייט מען מיטן פארגרעסערונג גלאז 24/7 און מען כאפט זיך ארויף אויף יעדע שטות.
ממש א שאד! 10 יאר איז גענוג געווען, לאז אים לעבן!! גיי נעם קאקאש קעיק מיט אראנזש סאדע און ענזשוי לייף!........
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:40 pm
דורך blauvelt
oh i guess he went to the mamed yesterday not to be mechasek and show urgency in this fight against the internet only to be oiver on lo susiri nebach sins sina sina
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:45 pm
דורך היסטאריקער
שמעקעדיג האט געשריבן:היסטאריקער, פליז הער אויף. לכה"פ נישט דא.
ווען סיי ווער זאל עס טון, וואלט עס נישט אינטרעסירט. נאר וויבאלד ס'איז רז"ל, שטייט מען מיטן פארגרעסערונג גלאז 24/7 און מען כאפט זיך ארויף אויף יעדע שטות.
ממש א שאד! 10 יאר איז גענוג געווען, לאז אים לעבן!! גיי נעם קאקאש קעיק מיט אראנזש סאדע און ענזשוי לייף!........
אן אריינגיין אין א וויכוח, פארוואס ווען מ'שמועסט אויס די אסיפה מעג מען נישט דערמאנען איינס פון די קוריאזן דערפון, ווייל blauvelt איז ווילד געוארן?
איך האב נישט געזען די זאלסט אזוי ווילד ווערן ווען מ'קריטיקירט "אנדערע" מנהיגים
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:46 pm
דורך היסטאריקער
blauvelt האט געשריבן:oh i guess he went to the mamed yesterday not to be mechasek and show urgency in this fight against the internet only to be oiver on lo susiri nebach sins sina sina
where did i say that?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:53 pm
דורך blauvelt
historiker you get the point so dont deflect
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:05 pm
דורך שמעקעדיג
היסטאריקער האט געשריבן:איך האב נישט געזען דו זאלסט אזוי ווילד ווערן ווען מ'קריטיקירט "אנדערע" מנהיגים
האסט מיר אמאל געזעהן ווילד?
איך האב נאר געשריבן אלס רחמנות אויף דיר. אכול ושתה כי מחר נמות...
איך בין פיין. נישט ווילד בכלל.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:23 pm
דורך היסטאריקער
נאר מיך שוינסטו, די אנדערע וואס קריטיקירן סיי וועם שוינסטו נישט?
איין ענטפער פאר דיר און ,blauvelt טעיתי, איך האב געמיינט מ׳ מעג זאגן א מיינונג וואס און אויף וועם מ׳ וויל, כ׳על וויסן אז נישט יעדען מעג מען קריטיקירן
פון מיין זייט איז תם ונשלם
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 6:01 pm
דורך פשטידא
היסטאריקער האט געשריבן:עס איז דא א גמרא און מסכת שבת (ט"ו ע"א): מ' שנה עד שלא חרב הבית גלתה לה סנהדרין וישבה לה בחניות, אמר רב יצחק בר אבדימי, לומר שלא דנו דיני קנסות, (פרעגט דער גמרא) דיני קנסות ס"ד? אלא אימא שלא דנו דיני נפשות.
זאגט רש״י (סנהדרין מ״א א׳) ד״ה אלא דיני נפשות, שאין דיני נפשות בכל מקום אלא בעוד שסנהדרין נוהגת בלשכת הגזית שנאמר (דברים יז) וקמת ועלית אל המקום מלמד שהמקום גורם וכיון דחזו דנפישי רוצחים ולא היו מספיקין לדון עמדו וגלו משם:
זעה מיר אז די סנהדרין האט געזען אז עס איז דא אסאך רוצחים האבן זיי נישט געמאכט קיין אסיפות, קול קורא׳ס, זיי זענן ארויס פון לשכת הגזית כדי זיי זאלן נישט דארפן הארגענען אפילו אזעלעכע וואס זענן חייב מיתה
איז דאס א לימוד לדורות, וויאוי מנהיגי ישראל זאלן באהאנדלן א פירצה וואס איז זייער נפרץ?
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
רש"י זאגט אז די סיבה פון אוועקגיין איז ווייל זיי האבן נישט
געקענט הרג'נען, נישט אז זיי זאלן נישט
דארפן. דאס זענען צוויי גאר באזונדערע באדייטן מיט מעגליך פארקערטע כוונות.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:29 pm
דורך berlbalaguleh
blauvelt האט געשריבן:oh i guess he went to the mamed yesterday not to be mechasek and show urgency in this fight against the internet only to be oiver on lo susiri nebach sins sina sina
I don't know how sincerely you mean what you're saying (Posting). But there are some people who will find fault with leaders, no matter what they do. Personally. I admire the Rebbe RZ"L. for going to to the Kinus Klal Yisroel and encouraging all his Chassidim to go.
p.s.: Please try to post in Yiddish --if possible-- Thank You.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 10:56 am
דורך לעמאן דזשוס
למעשה, האט איינער פון די חשובע חברים דא, די רעזולוציעס פון די גרויסארטיגע אסיפה? מיין פרוי וויל וויסן.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:21 am
דורך שמעקעדיג
לויט ווי כ'האב געהערט איז עס כנ"ל, אנטקעגן זיך גיין שמירן דאס פנים, בפרט די אויגן, וועלכע איז לעצטנס זייער איינגעריסן און ווערט ערגער און ערגער.