בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm
דורך [NAMELESS]
זיי זענען טאקע נולד מאוחר, געבוירן געווארן אין א דור אחרון ווי מען ווינטשט דעם טאטן אויפן ספר הפנים, הלוואי אויף מיר געזאגט.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:45 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:זיי זענען טאקע נולד מאוחר, געבוירן געווארן אין א דור אחרון ווי מען ווינטשט דעם טאטן אויפן ספר הפנים, הלוואי אויף מיר געזאגט.


מה הפשט ???

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:51 pm
דורך [NAMELESS]
הלוואי אויף מיר געזאגט קילע עלטערן

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:51 pm
דורך נולד מאוחר
גלייב מיר סקומט נישט אן גרינג צי דעליווערן פאר מיינע קונדער קילא עלטערן. אסאך טרערען פארגאסן ביז מווערט אביסעל קיל.
נולד מאוחר דערמאנט מיר פון די בית יוסף'ס קשיא. טויזענט הסבירים דערין.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:07 pm
דורך elter-zeide
איך האב איין זין וואס ריפט מיך א יעדען טאג, אין איין זין וואס ריפט מיך איינמאל א וואך, מיט דעם וואס ריפט איינמאל א וואך בין איך מער ציפרידען, אקיצור נישט אלע קינדער זענען דאס זעלבע אין נישט אלע טאטעס זענען דאס זעלבע, עס איז נישט גלייך פין איינעם צים צווייטען, ביי איינעם איז בעסער אז מ'ריפט אין ביי איינען איז בעסער אז נישט, י

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:15 pm
דורך שמעקעדיג
ביסט מער צופרידן מיט איהם בעצם? אדער ביסט מער צופרידן מיט דעם פרט אז ער רופט בלויז איינמאל א וואך אנשטאט יעדן טאג?

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:50 pm
דורך elter-zeide
שמעקעדיג האט געשריבן:ביסט מער צופרידן מיט איהם בעצם? אדער ביסט מער צופרידן מיט דעם פרט אז ער רופט בלויז איינמאל א וואך אנשטאט יעדן טאג?


איך בין מער ציפרידען מיט דעם וואס ריפט איינמאל א וואך, ווייל בעצם בין איך טאקע מיט עם מער ציפרידן, דאס איז אמת, קען זיין ווייל ער קען מיך אין פארשטייט מיך וועגען דעם ריפט ער נאר איינמאל א וואך, וואס דער אנדערער זין פארשטייט נישט, אין וועגען דעם ריפט ער איעדען טאג, אבער פין מיר איז נישט קיין ראיה צי אנדערע טאטעס, י

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2013 4:18 pm
דורך איך זאג דיר
כ' וויל דערמאנען דעם עולם אז מ'זאל אנרופן די עלטערן און זאגן א גוט שבת, יא, איך ווייס אז די הויט ברענט אייך, יא, איך ווייס אז איר זענט אנגעצויגן ווי א בין, אבער א זאך וואס דו האסט שטארק חשק וועסטו יא טאן אבער נאך ווי, ממילא וויל איך אייך זאגן נארט אייך נישט, נאר נעמט אייך טאן צו די זאך, אומר ועושה. א גוט שבת

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:18 am
דורך איך זאג דיר
כ'קלער מיר אזוי צו וואס ווארטן ביז שפעט נאכמיטאג אדער פארנאכטס פרעגן דעם עולם צו "האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? ??, כ'וועל גלייך ביים אנהויב טאג דערמאנען דעם עלם אז מ'זאל רופן די עלטערן היינט, ס'וואלט געווען א גוטע פלאן מ'זאל האבן א סיסטעם ווי דער ציבור זאל זיך קענען איינשרייבן צום "כיבוד אב ואם" האטליין אדער "כיבוד הורים" האטליין און דער סיסטעם וועט 2 אדער 3 מאל א טאג דערמאנען דעם ציבור עוסק צו זיין אין כיבוד אב ואם, כ'וויל בעטן פונעם עולם אויב האט איר עפעס גוטע המצאות ווי אזוי דער סיסטעם זאל ארבעטן, ביטע דאס פארלייגן דא אין קאווע שטיבל. א ישר כח

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:29 am
דורך גנדי
שוין גערופען היינט צופרי.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:33 am
דורך בעל הבית
איז א text אויך גוט?

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 12:23 pm
דורך איך אויך
א 'גיט' האט גראף פאטאצקי געהאט, די ווארט איז 'גוט'.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:40 pm
דורך איך זאג דיר
איך אויך האט געשריבן:א 'גיט' האט גראף פאטאצקי געהאט, די ווארט איז 'גוט'.

וואס איז אויב איינער האט א "גוטע" "גיט" און ער ציט חיונה פון דעם "גיט" און ער האט פרנסה בשפע ?

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:48 pm
דורך איך זאג דיר
בעל הבית האט געשריבן:איז א text אויך גוט?

א text איז זייער א גוטע זאך , נאר ס'דארף זיין מיט 2 תנאים. 1)מ'זאל קענען בלייבן אנאנים.
2) מ'זאל ווייטער בלייבן דא אין "קאווע שטיבל " מ'זאל נישט גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 5:45 pm
דורך איך אויך
דו זוכסט צו בלייבן אנאנים פון דיינע עלטערן? אוי וויי.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 10:56 pm
דורך איך זאג דיר
בעל הבית האט געשריבן:איז א text אויך גוט?

וואס מיינסטו מיט די שאלה? צו מ'זאל דערמאנען דעם עולם צו רופן די עלטערן דורך text ?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:21 pm
דורך איך זאג דיר
נו, רבותי, רופט'ס אן אייערע עלטערן

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 5:28 pm
דורך בעל הבית
איך זאג דיר האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:איז א text אויך גוט?

וואס מיינסטו מיט די שאלה? צו מ'זאל דערמאנען דעם עולם צו רופן די עלטערן דורך text ?


איך פרעג צו מען מוז רופן, אדער שיקן א טעקסט איז אויך פיין?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 5:51 pm
דורך שמעקעדיג
שוין גערופן.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:21 pm
דורך איך זאג דיר
נו, רבותי רופט'ס אייערע עלטערן היינט, און אויך מארגן, און א יעדן טאג, נישט נאר fathers day אדער mother's day אזוי ווי די גוים

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:37 pm
דורך גנדי
יישר כח פארן דערמאנען. איך גיי יעצט רופן.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:38 pm
דורך גנדי
געלאזט א מעסעדזש...

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:18 pm
דורך טשולענט
נו.... אפשר איז 'איך זאג דיר' טאקע גערעכט אז עס פאסט צו רופן זיך אינטרעסירן וואס די עלטערן מאכן

קלונג איך אפ מיין מוטער זאל זיין געזונט, איך פרעג איר אויס וואס מאכסטו, וואס טוהט זיך, וואס קאכט זיך, וואס באקט זיך, אזוי אריבער צושטיפן צייט, און מקיים זיין כיבוד אם, והדרת פני זקנה, אם הבנים שמחה,

אבער דא הערט זי פלוצלינג מיין איין יעריג מיידל זיך צופלאפלען, און זיצענדיג דארט מיט די שפין געוועב אין האנט, נאכן אפזאגן אלע תפלות, האט איר געכאפט א רייץ צו הערן מיין טאכטערל ארומפלאפלען, זאגט זי מיר לייג ביטע צו דעם טעלעפאון נעבן איר, לאמיר הערן אנגעהארעוועטע אידיש נחת

שטיי איך דארט אזוי נאך א שווערן טאג ארבעט, מיטן טעלעפאון אין האנט נאנט צו מיין טאכטער און איך ווארט זי זאל פלאפלען... אבער אין קול ואין עונה, זאג איך מיין מוטער, זי איז נישט אין די מאד יעצט פון רעדן, 'יא יא שעפעלע זי רוהט זיך יעצט אפ, דאס איז די נאטור פון א קינד... געב עס א מינוט זי וועט שוין רעדן' געבט זי מיר צו פארשטיין

איז אזוי בסך הכל, האב איך גערעדט צו מיין מוטער צוויי און א האלב מינוט און געהאלטן די טעלעפאון אין די לופט פאר ניין מינוט  

דאס איז איין ביישפיל, אזוי כהנה וכהנה, יעדעס מאל מיט א צווייטע משוגעת אנצופולן איר לאנגווייליגקייט

אשר על כן, האב איך מיר מיישב געווען, איך רוף איר יעדע וואך, צוויי מינוט פאר זמן הדלקת הנרות, קען מען דאך נישט רעדן מער ווי צוויי מינוט, והכל על מקומו יבא בשלום