בלאט 3 פון 37

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 12:26 pm
דורך גלות יוד
עס דערמאנט מיר ס'איז געווען אמאל א רבי, האט שפאצירט מיט זיין גבאי לעבן טייך, איז געווען דארט א מיידל האט זי געבעטן די רבי אפשר פירסטו מיר אריבער די טייך, שוין די רבי הייבט איר אויף און טראגט איר אריבער און לייגט איר אראפ און גייט זיך ווייטער זיין וועג מיטן גבאי כאילו לא היה, הקיצור דער גבאי האט נישט אויסגעהאלטן הלמאי דער רבי הייבט אויף א מיידל וכו' אבער אין מהרהרין אחרי רבו שטייגט איבער, שוין מ'גייט ווייטער און ממש ער שלונגט זיין שפייעכטס ענדליך האט ער מחליט געווען תורה היא וללמוד אני צריך געט ער א פרעג רבי: וויאזוי האסטו געקענט אויפהייבן דאס מיידל געט די רבי א געשריי שייגעץ די; הער אויף צו טראכטן פון די מיידעל איך האב אריבערגעטראגן און פארטיג

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 12:40 pm
דורך יואליש
די ווערטל ענדיגט זיך אז דער רבי האט גענטפערט: איך האב איר אראפגעלייגט א האלבע שעה צוריק און דו טראגסט איר נאך אויפן קאפ ביז יעצט!

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 1:31 pm
דורך דבילה
שמואל הלוי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען "מארבע כנפות הארץ", 4 עקן איז דאך נאר שייך ביי א זאך וואס איז 4 עקיג, אבער די וועלט איז דאך רינדעכיג ווי א באל?


און ממזרח שמש עד מבואו?

וואס איז שווער מיטן ממזרח שמש עד מבואו?


ווי פונקטליך שיינט דו זון אויף?

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 1:38 pm
דורך שמואל הלוי
די זון שיינט אויף אמאל פונקטליך מזרח (תשרי, ניסן), און אמאל מער צו מזרחית דרומית (מיטעלע זומער חדשים), און אמאל מער צו מזרחית צפונית (ווינטער חדשים).

עניוועי די טייטש פון "ממזרח שמש" איז פון זון אויפגאנג, "עד מבואו" ביזן אונטערגאנג, דא קומט בכלל נישט אריין מזרח אדער מערב, נאר מזרח זייט הייסט "מזרח" וואס איז א לשון פון שיינען ע"ש וואס אויף יענע זייט שיינט אויף די זון, און מערב זייט הייסט "מערב" וואס איז מלשון "ערב" ווייל דארט גייט די זון אונטער און עס ווערט נאכט.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 3:37 am
דורך בן תמליון
אין גמרא סנהדרין צ"ב: אמר ר' אלעזר כל אדם שאין בו דעה אסור לרחם עליו. לכאורה ברויך אביסל ביאור אמער די סברא גיט מיט פארקערט איינער אן דעת האב אויף רחמנות ער'ט נעבעך נישט באקומען שכל. א קלוגער שוין נישט ער'ט זיך אן עצה געבן. וואס איז פשט רבותי?

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 9:07 am
דורך משכיל
צו זיין סטופיד איז אויך א בחירה, ווייל ער ווייסט אז ער זאגט אין פירט זיך נישט שכל'דיג אבער ער האט דאס ליעב, בקיצור דאס איז אן עטיטאד, א מין השקפה. ויגעתי ומצאתי שכן הוא...י

. ואמר ר' אלעזר, כל אדם שאין בו דעה [שאינו רוצה ליתן לב לידע ולהתבונן בדבר. רגל ישרה] אסור לרחם עליו, שנאמר ישעיה כז כִּי לֹא עַם־בִּינוֹת הוּא, עַל־כֵּן לֹֽא־יְרַֽחֲמֶנּוּ עֹשֵֹהוּ, וְיֹֽצְרוֹ לֹא יְחֻנֶּֽנּוּ,

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:06 pm
דורך נח געציל
בן תמליון האט געשריבן:אין גמרא סנהדרין צ"ב: אמר ר' אלעזר כל אדם שאין בו דעה אסור לרחם עליו. לכאורה ברויך אביסל ביאור אמער די סברא גיט מיט פארקערט איינער אן דעת האב אויף רחמנות ער'ט נעבעך נישט באקומען שכל. א קלוגער שוין נישט ער'ט זיך אן עצה געבן. וואס איז פשט רבותי?


אזויווי 'משכיל' האט שוין צוגעברענגט רעדט מען נישט דא פון א מענטש וואס איז נעבעך "סלאו" אן שכל, נאר איינער וואס וויל נישט משים לב זיין און טראכטן אביסל איידער ער טוט א זאך, און נאכדעם קומט ער וויינען פאר רחמנות. לכאורה איז דער פשט אז אויב גייסטו אים אין אזא צייט העלפן וועט ער זיך נישט לערנען א לעקציע און וועט מארגן ווייטער נישט טראכטן פאר ער טוט א נארישקייט, דעריבער וועט ער זיך צוגעוואוינען צו גיין אין א שלעכטן וועג. בערך אזא בחינה ווי דער איסור צו בארגן געלט אן א שטר, ווייל דעמאלטס געוואוינסטו איין דעם מענטש נישט צו באצאלן.

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2012 1:46 am
דורך משכיל
some people believe that ignorance is a virtue,

די וואס זוכען חכמה זיינען אויפגעקלערטע משכילים רח"ל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:24 am
דורך נאך א פשט
שמואל הלוי האט געשריבן:די זון שיינט אויף אמאל פונקטליך מזרח (תשרי, ניסן), און אמאל מער צו מזרחית דרומית (מיטעלע זומער חדשים), און אמאל מער צו מזרחית צפונית (ווינטער חדשים).

עניוועי די טייטש פון "ממזרח שמש" איז פון זון אויפגאנג, "עד מבואו" ביזן אונטערגאנג, דא קומט בכלל נישט אריין מזרח אדער מערב, נאר מזרח זייט הייסט "מזרח" וואס איז א לשון פון שיינען ע"ש וואס אויף יענע זייט שיינט אויף די זון, און מערב זייט הייסט "מערב" וואס איז מלשון "ערב" ווייל דארט גייט די זון אונטער און עס ווערט נאכט.

יישר כח שמואל,
איך האב שוין פאר אסאך מענטשען געדארפט מסביר זיין די (לכאורה זייער פשוט'ע) פשט.
לעצם הענין, אסאך פון די לשונות זענען פשוט א מליצת הלשון און עס האט נישט קיין פשט צו מדקדק זיין און די פונקטליכע טייטש פון די ווערטער.

שופר אין חודש אלול - מצות פאר פסח

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:53 am
דורך קאווע טרינקער
פארוואס מעג מען בלאזן שופר אין חודש אלול
און מצות טאר מען נישט עסן אין חודש ניסן, בעפאר פסח?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:59 am
דורך שמואל הלוי
ווייל מצות דארף מען עסן לתיאבון, אבער ביי שופר איז עס נישט שייך.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:01 pm
דורך זר זהב
דער בני יששכר אויף חדש אלול אין מאמר ברית כרותה דאכט זיך רעדט ארום איבער דעם, ער איז אויך דן איבער דאונאטס אום חודש כסליו בעפאר חנוכה. עי"ש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:12 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:ער איז אויך דן איבער דאונאטס אום חודש כסליו בעפאר חנוכה. עי"ש.

פארגעס נישט אז דא איז נישט שמייכל פארום.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:18 pm
דורך זר זהב
אז קאווע האט פארגעסן פארוואס טאר איך נישט?...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:09 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס מעג מען בלאזן שופר אין חודש אלול
און מצות טאר מען נישט עסן אין חודש ניסן, בעפאר פסח?

און אישי האט איינער גע'ענטפערט
ווייל זיך אויפצווועקן פון שלאף, עורו ישנים משינתכם, נעמט א חודש צייט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:16 pm
דורך על המחיה
בן תמליון האט געשריבן:אין גמרא סנהדרין צ"ב: אמר ר' אלעזר כל אדם שאין בו דעה אסור לרחם עליו. לכאורה ברויך אביסל ביאור אמער די סברא גיט מיט פארקערט איינער אן דעת האב אויף רחמנות ער'ט נעבעך נישט באקומען שכל. א קלוגער שוין נישט ער'ט זיך אן עצה געבן. וואס איז פשט רבותי?


איך האב אמאהל געזעהן א פשט (אך געדענק שוין נישט ווי), כל מי שאין בו דעת, 'אסור' - איז מען צוגעבינדען (מלשון מלך אסור ברהטים) לרחם עליו
דהיינו עס איז א חיוב אים צו העלפען... אבער דאס איז נישט פשוט פשט

פשוט פשט איז אזוי ווי עס ווערט שוין געברענגט אין מסילת ישרים וזל"ק ופשוט הוא שאפילו אם יפקח האדם על עצמו אין בכוחו להינצל אילולי הקדוש ברוך הוא עוזרו , כי היצר הרע תקיף מאוד. וכמאמר הכתוב "צופה רשע לצדיק ומבקש להמיתו ה' לא יעזבנו וגו'".
אך אם האדם מפקח על עצמו, אז הקדוש ברוך הוא עוזרו וניצול מן היצר הרע. אבל אם אינו מפקח הוא על עצמו, וודאי שהקדוש ברוך הוא לא יפקח עליו, כי אם הוא אינו חס מי ייחוס עליו? והוא כעניין מה שאמרו ז"ל "כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו". והוא מה שאמרו "אם אין אני לי מי לי".

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:18 pm
דורך על המחיה
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס מעג מען בלאזן שופר אין חודש אלול
און מצות טאר מען נישט עסן אין חודש ניסן, בעפאר פסח?


קענסטו אויך פרעגען פארוואס מעג מען פאסטען צום גדליה, עס איז דאך אין די שלושים יום קודם יוהכ"פ וואס עס איז א מצוות עשה צו פאסטען, ומאי שנא ממצה

אבער דאס איז פארשטייט זיך נישט קיין קשיא, ווייל די סיבה פארוואס חז"ל האבען גע'אסרט צי עסן מצה חודש ניסן איז כדאי שיאכלו מצה לתיאבון אין דאס איז נאר שייך ביי מצה אין נישט ביי אנדערע מצוות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:18 pm
דורך זר זהב
נאך א מזל ס'שטייט נישט "מותר לרחם עליו" , דאן וואלט מען געקענט טייטשן 'מותר' (מלשון מותרות) ס'איבעריג זיך מרחם צו זיין דהיינו מ'דארף זיך נישט מרחם זיין. (א משוגענע וועלט) -- איך וויל ווערן א ליטוואק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:21 pm
דורך קאווע טרינקער
זר האט בטעות געלערנט דף היומי!!!!!!

תמליון האט געברעגנט א גמרא אין סנהדרין "דינסטאג יולי 03" אבער מורי ורבותי
ס'שטייט אין היינטיגן דף!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:23 pm
דורך שמעקעדיג
אוי געוואלד!!!
אוי לנו מיום הדין ואוי לנו מיום התוכחה!!!!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:24 pm
דורך שמואל הלוי
על המחיה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס מעג מען בלאזן שופר אין חודש אלול
און מצות טאר מען נישט עסן אין חודש ניסן, בעפאר פסח?


קענסטו אויך פרעגען פארוואס מעג מען פאסטען צום גדליה, עס איז דאך אין די שלושים יום קודם יוהכ"פ וואס עס איז א מצוות עשה צו פאסטען, ומאי שנא ממצה

אבער דאס איז פארשטייט זיך נישט קיין קשיא, ווייל די סיבה פארוואס חז"ל האבען גע'אסרט צי עסן מצה חודש ניסן איז כדאי שיאכלו מצה לתיאבון אין דאס איז נאר שייך ביי מצה אין נישט ביי אנדערע מצוות

שמואל הלוי האט שוין דאס געענטפערט פריער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:30 pm
דורך זר זהב
דער היינטיגער דף איז נישט אין ברכות? יענער ברענגט דאך פון סנהדרין

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:32 pm
דורך קאווע טרינקער
מ'זעהט די ביסט נישט קיין ש"ס איד
יעדע מימרא שטייט לכה"פ צוויי מאהל..