מיינע מחשבות ביי די ניקולשבורג'ע הדלקה אין בארא פארק
לעיקוואד איז דער קאצקער רבי בדורנו וואס שרייט צום המון עם, עם הדומה לחמור, נמשל כבהמות נדמו, ער שרייט זיי אריין אין די אויער "פתאים, עד מתי פתאים תאהבון פתי, וכסילים מתי תשכילו"
מענטשן ווילן לעבן אין די ד' אמות אן טראכטן, עפענט אייערע אויגן, קוקט אייך אליין אן אז ווען מען וויל אביסל חוקר זיין אין חקר אלוקי, אדער אין היסטאריע פון רשב"י, אין אונזער מהלך אדער אין עמקי החסידות שרייט מען "לאז געמאך, עס גייט אונז גוט"
ווי האט דער ערשטער לעיקוואדער, כ'מיין דער קאצקער, געזאגט "יוסיף דעת, יוסיף מכאוב" יא, וויי טון זאל עס עד דכדוכה של נפש אבער דעת זאל איך האבן!
והאמת אז די מהלך פון די באקוועמע איז די דרך להמון עם, און די דרך הביקוש איז רצוף נסיונות און ווייטאג, דאס איז פאר שבט לוי בלבד.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
דעת תורה האט געשריבן:דער הסבר איז פשוט. דער אפגעפארענער טרעט נישט אויף א מענטש׳ס אייגענע געפילן, נאר אויף זיינע רעליגיעזע. ער טרעט אויפן באשעפער. אויב זאגט אהבת ישראל אז מען דארף אים דאך ליב האבן, הייסט עס דאך אז דער באשעפער, די רעליגיע, איז מוותר אויף דעם וואס יענער טשעפעט איר. אבער די אנדערע וואס דו האסט אויסגערעכנט, די שטערן דאך א מענטש בגשמיות, אויף דעם דארף מען שוין שווער הארעווען צו האבן די פולע מאס אהבת ישראל. (פאר א אמת׳ן ערליכן איד וועט אנקומען גרינגער צו פארקוקן אויף זיינע גשמיות׳דיגע שטערונגען, לעומת זה ליב האבן א פורק עול וועט אים זיין פיל שווערער).
און דער וואס טרעט אויף יעדן סארט מענטשליכען מאראלישקייט, סיי וויאזוי ער פירט זיך אויף צו אייגענע טאטע מאמע, אן סיי וואס פאר סארט יחס ער גיט צו ענינים אשר בין איש לאישה, און בנוסף לכל זענען זיי אלע פיל מט גרויזאמקייט און בארבארישקייט [נישט קיין חילוק וואס די סיבה פון דעם איז] אי זייער גרינג זיך צו ליבען מיט אים? א חוץ וואס ער טרעט רעליגיעזע געפילן טרעט אויפ'ן געפיל פון מענטשהייט נאך אזוי אזויפיל ווי די אויבען דערמאנטע, נישט אז איך בין מחשיב זייער התנהגות, און זייער השקפה, אדרבה מאוס מאסתי מהם, נאר כהאב זיך נאך נישט גענומען די מיה פון מיך גיין בלאפן אז איך האב אהבת ישראל נישט צו רדיקאלע און נישט להיפך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום smartinof, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:smartinof סקוקט אויס אז די טראכסט די רוב וואס האט יא קאפל און לאנגע פיאות דרייען זיך ארום פרייליך מלא סיפוק. כמיין סאיז נישט אזוי.
ביי אונדז אין ישיבה איז געווען א שיינע צאל וואס האט געפיסטעוועט.
איינער האט גערעדט פון סיפוק, און כאילו און מיינע ווערטער ליגט אז מ'קען נישט שרייבען דעם זעלבן קינה אויף די חברה מיט די בארד און פיאות וואס זענען די זעלבע ווערד און מיינע אויגען ווי די טאנצענדע ביי ניקולשבורג, איצטער האב זיך באצויגען אויף דעם, אדרבה מאך א קינה אויף די חברה מיט וואנצעס ביי די אויער'ן און נאז
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:ער בארעכטיגט? ער רעדט סך הכל פון זייער ווערן אויסגעשפיגן פון זייער קאמיוניטי, משפחה, וואס ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט זיי.
און זייט ווען פארן זיי אפ פון תאוות? דו קענסט נישט א שיינע פאר פעסטע בעלי תאוה וואס זענען נישט אפגעפארן? פון תאוות פארט מען נישט אפ. דאס זענען געווענליך קינדער וואס אונזער ישיבה סיסטעם האט נישט קיין פלאץ פאר זיי, זיי זענען נישט געקנאטן פון די טייג וואס קען זיצן איבער די גמרא א גאנצע טאג, און וויבאלד מיר האבן נישט די מוסדות פאר די סארט ווערן זיי ליידער פארפאלן אין די גאס.
די פעסטע בעלי תאוות האבן זיך פיין מסדר געווען, די אנדערע חברה זענען פשוט אומגעלונגענע בעלי תאווה, אבער זייער התנהגות קומט בלויז פון תאווה און פירט בלויז צו תאווה, והא ראי' האלט מיט וואס זיי טוען א גאנצען טאג,
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
יואב האט געשריבן:@סמארטאינאף, איר האט זייער א רייכן פעדער, געמישט מיט רירענדע געפיל.
קוקט אויס איר זענט מקיים דעם זאגן פסוקי דזמרה כמונה מעות אין פילען זין פון ווארט.
קיפ איט אפ !
מיין פעדער איז נישט אזוי רייך, מיין געפיל איז נישט אזוי רירענד, און מיין פסוקי דזמרה קוקט נישט אויס ממש ווי די לייגסט עס אראפ....
די עיקר די געדאנק...
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:לכל המעוררים,
כבר מסרתי מודעה באשכול הרב עובדיה און דער האלעקאוסט (ואין לי נערוון ללנקק) אז אלץ וואס איך שרייב איז אביסעלע מוגזם, איך מיין נישט ערנסט יעדער ווארט וואס איך שרייב, איך שרייב נישט דא קיין רמב"ם וואס מקען מדייק זיין יעדער ווארט, ואילו דייקינא כולי האי וואלט איך דאך נישט געשריבען בכלל אויף ק"ש. איך שרייב פשוט בדרך ובסגנון מליצי ארויסצוברענגען אביסעלע נקודות פארקערט פון וואס מטראכט אויבערפלעכליך. פשוט אין דער אשכול אז דער פותח האשכול האט זיך צושריבען אזוי בדרך מליצי ורגשני וועגן די גרויס רחמנות וואס ער הא אויף עטליכע מבין קהל אנ"ש חסידי ניקלשבורג הע"י האב איך פשוט ארויסעברענגט דער צוייטער צד אז פונקט אזא רחמנות איז דא אויף עולם גולם, בלשונו של התנא האלקי רשב"י (אדער פאר ווער סוויל דווקא רמד"ל) "סתימי עיינין אטימי ליבא, עיניים להם ולא יראו אזניים להם ולא ישמעו, דלא ידעי ולא אשגחו", וכו' וכו'. איך מיין אס ווער סהאט אמאל געעפנט א זוהר ווייסט אז ר' שמעון האט נישט עקסטער סימפאטיע פאר'ן המון עולם גולם, און ער דריקט זיך ארויס מיט די שארפסטע לשונות קעגן דעם. איך האב פשוט מאזן געווען דער שמועס דא, נישט אז איך בין אינגאנצען גערעכט און נישט אז סמארטינאף איז אינגאנצען גערעכט.
אפשר זאל איך טוישען א ניק אויף "אנטי-בדחן" (על משקל "אנטי-קרייסט)?
די ביסט גערעכט און איך בין גערעכט, ס"ה רעדן מיר פון צוויי סטאדעס פון קיען, איך רעד פון איין סטאדע, און רעדטס פון אצווייט'ן סטאדע, אבער אויף דיין סארט קיען איז נישט שייך קיין רחמנות, ס'איז מאס מאסתי מהם ומהמוניהם, איך בין דיר נישט חושד אז די האלטס אז די פארקריפעלטע נשמות האבן און זיך מער חכמה, אדער מאראל, ווי די אונגערישע, אייניקלעך בן אחר בן פונ'ם פראגער גולם...
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
הוגה האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי ציסטו נישט קיין שום מסקנות פון דיין נעכטיגע איבערלעביניש, סך הכל פרובירסטו ארויסצוברענגן אויף פען און פאפיר דיינע אינערליכע געפילן, און איך מיז דיר גראטילירן אז דו האסט געמאכט א מורא'דיגע דזשאב. האסט אונז אלע גענומען אויף א שרעקעדיגע און טרויעריגע רייד.
אבער לאמיר נעמען א מינוט און ארויסקריכן פון די באקס און עס אנקוקען פון די שטאנדפונקט פון אן אינדערויסענדע. לאמיר פרובירן צו טראכטן ווי אזוי קוקט עס אויס פון אויבן אין הימל. (איך ווייס נישט בעצם, איך נוץ נאר מיין כח הדמיון).
פון איין זייט איז טאקע דא די פארפייניגטע עלטערן, זיי מאכן מיט אזוי פיל, ימ'ן פון טרערן און נהרות פון בלוט גיסט זיך פון זיי.
ווער קימערט זיך מיט זיי, ווער געט זיי חיזוק, ווער דערהאלט זיי ביים לעבן? די ענטפער איז פשוט, און די רשימה איז לאנג. די באשעפער, די תורה, זייער אמונה, די קאמיוניטי, די אסטאבלישמענט גיבט זיי לעגיטימאציע, די משפחה גיבט זיי עמאושענעל שטיצע, דאס בעסמעדריש גיבט זיי א פלאץ צו אטעמען, זיי זענען א חלק פון א סאסייעטי, און ועל כולם האבן זיי א געוויסן וואס מאכט זיי פילן גוט מיט אזעלכע בארואיגונגס ווערטער ווי "מען קומט אפ אויף דער וועלט" וכדומה.
יא דאס פארמינערט נישט זייער פיין, און עס פארקלענערט נישט אונזער חיוב צו האבן פולע מיטלייד מיט זיי.
פון די אנדערע זייט שטייען די קינדער, בחורים וגם בתולות, פון אלע שיכטן און קרייזן. מען האט זיי נעבעך גענומען און אריינגעווארפן אין דעם וועלט אריין, דער שווערע פארפלאגטע וועלט אן די נויטיגע וואפן זיך צו קענען ספראווען מיטן שונא.
מען האט זיי באראבעוועט זייער עולם הבא און זייער עולם הזה.
מען האט זיי מחנך געווען אז אויב זיי גלייבן נישט אין אלעס און אין אלעם וועלן זיי זיין פארשטויסן לנצח נצחים, אבער מען האט זיי נישט געלערנט וואס און וויאזוי צו גלייבן.
מען האט זיי געלערנט אז שקר אין לו רגלים, אבער געזעהן האבן זיי ווי אלעס שטייט אויף שקר.
מען האט זיי געלערנט דעם דרך האמת, און אלע אנדערע דרכים זענען כפירה, אבער פארשטאנען האבן זיי אז אלעס איז די זעלבע.
את אשר התרת היום אסרת למחר, ואת אשר אסרת לאחיך התרת לך.
בקיצור, קיין רוחניות האט מען זיי נישט געגעבן, און גשמיות האבן זיי אויך נישט. ווייל טאג און נאכט דרייען זיי זיך ארום מיט טענות און געפילן פון חרטה.
ימ'ן פון טרערן האבן זיי פארגאסן, און טייכן פון בלוט גיסט זיך פון זייער הארץ.
ווער קימערט זיך מיט זיי? ווער גיבט חיזוק פאר די קינדער? ווער דערהאלט אונזער עתיד ביים לעבן? ווער גיבט זיי א האג און זאגט זיי איי לאוו יו בראו, ענד גאד לאווס יו טו????
נישט די באשעפער וועם זיי קענען נישט, נישט די תורה וואס מען האט זיי נישט געלערנט, נישט די אמונה וואס זיי האבן נישט, נישט די קאמיוניטי וואס האט זיי אויסגעשפיגן ווי אן אויסגעקייטע באבל גאם, נישט די אסטאבלישמענט וואס האט מחליט געווען אז זיי מוז מען מרחק זיין צו ראטעווען די ריינע ראסע, נישט די משפחה וואס שעמט זיך מיט זיי, נישט דאס בעסמעדרעש וואס פארגינט זיי ניטאמטל א שלינג קאווע און א געשמאקע שמועס, און נישט די סאסייעטי וואס ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט זיי.
ווער יא? ווער קערט יא פאר זיי? ווער גיבט נאך האפענונג אז עס איז נאך דא א פיוטשער פאר זיי? ניקעלשבורגער רבי, ר' יואל ראטה, ר' מוטה פראנק, ליפא, מיכאל, נאך אפאר געציילטע צדיקים און דו און איך.
יא, לאמיר זיך אפווישן די טרערן, לאמיר אפלאזן די ציבראכענע עלטערן, זיי האבן ווער זאל זיי מחזק זיי און אקצעפטירן, לאמיר אריין גיין אינעם רעדל און אנכאפען די הענטעלעך פון אונזערע ברודער און טאנצען צוזאמען.
אבינו שבשמים, אבינו שבשמים, אבינו שבשמים, שבשמים....
יא, ער איז מיט אונז און ער האט אונז ליב אן אהבה שאינה תלויה בדבר.
ווער זאגט אז די אלע סיבות זענען זיי מצדיק צו טוען וואס זיי טוען
מיר דאכט זיך, אז מיר דינגען זיך נישט, איך האב קיינמאל נישט מצדיק דעם חסידי'ש ישיביש חרדישער מהלך פון חינוך, און איך האב נישט גערעדט לגבי בפועל וויאזוי מען זיך באגיין מיט די חברה, איך האב זיך באצויגען אויף דעם געפיל פון א טאטע'ן צו אזא זון, און צו די געפיל פון פחד וואס זיי זייען אן און אונזערע הערצער, און די ביסט מוסיף נופך, אז די רחמנות אויפ'ן טאטע'ן הייבט זיך נאך פאר זיי קומען אם צו די מצבים וואו זיי שטייען יעצט, מיינענדיג, נעבעך א זון ארים פון כלי זין קעגן אזא ביטער'ן שונא, א זון וואס איז נעבעך נישט קיין אייגענער מענטש, נאר איז אנגעבינדען און די יידישקייט וואס זיין טאטע גיבט אים, און אויב ער שפירט די מינדעסטע אומבקוועמליכקייט מיט אזא יידישקייט ווארפט ער אלעס אוועק נישט, און האט נישט דעם קאפ זיך צו אליינס אוועקשטעלן און יידישקייט, און נישט אליין געכאפט אז כפירה מיינט נישט נאר א זאך וואס איז א סתירה מיט די יידישע רעליגיע, און נישט וואס עפעס א עלטער באבע האט אפגעמאכט אז אמונה מיינט דאס, און ווער עס דינגט זיך אויף דעם איז א כופר, טאקע א רחמנות אויפ'ן טאטע'ן נעבעך א זון אן קיין עצמאות, און אויף דעם זון אויך א רחמנות, אבער די רחמנות געפיל איז נישט קיין סתירה צו האבן פאראיבעל און טענות אויף זיינע אומריכטיגע מעשים וואס ער טוט.
און וואס טוט מען למעשה, מען נעמט זיי ארום און מען טאנצט מיט זיי, און מען האקט זיי און קאפ, אז גאט ליבט זיך מיט דיר און יעצט זענען זיי צוגעקומען צו שיא הפסגה פון לויטער אמת, זיי זענען שוין מבחין צווישען אמת מיט שקר, צווישען איסור מיט היתר, אלס וויאזוי, מיט די האג און און דעם געבלאפטן סלוגן "גאד לאווס יו" ווער האט דיר מגלה וואס גאט וויל, און וואס ער האט ליב, בעסער געזאגט, גאט איז זיך קלאר מסביר וואס ער וויל יא און וואס ער וויל נישט וואס ער האט יא ליב און וואס ער האט נישט ליב, ער האט געגעבען פינעף ביכער, און פון דעם איז ארויסגעקומען ששה סדרי משנה וכו וכו', און געזאגט דאס האב איך ליב, און ווער עס טוט דאס איז ביי מיר באליבט און ווער נישט, נישט, און איינער וואס איז מרבה ניאוף, מרבה מידות רעות. אין אנדערע ווערטער, אוממראלישע מענטשען, האב איך נישט ליב [אדער, איך האב נישט די אהבה וואס איך האב צו איינער וואס ציילט זיך צאם מיט מיין אויסדעוועלט פאלק און מיט זייער אייגענארטיגער מאראל און התנהגות, איך האב דיר ליב ווי דעם מעקסיקאנער, וואס דרייט זיך און טרעין סטעישען, און לאקערט נאך יעדן קאץ מיט האר...] איך זאגעס נישט בוודאות, נאר זיי מיר מגלה פון וואו נעמסטו די זיכערקייט אויף דיין זייט.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
נאו פראבלעם, איך וועל דיר מגלה זיין די סוד (אבער נאר בתנאי אז דו וועסט פאסטן מ' ימים ברציפות, אויב נישט טארסטו נישט ליינען).
איך נעם דאס פון אן אמאליגע איד וואס האט געהייסן ר' ישראל בעל שם טוב. ער האט ליב געהאט און מקרב געווען די נואפים, די מרבי מידות רעות און די אוממאראלישע מענטשן. ער האט אפילו מקרב געווען די מעקסיקאנער וואס איז נאך געלאפן האריגע קעץ.
פון וואו ווייס איך אז די אלע מעשיות וואס מען פארציילט אויפן בעש"ט זענען אמת? איך ווייס טאקע נישט, קען זיין אז די מעשיות זענען אויף געבאקן. אבער אז איר קוקט אריין אין זיינע דא"ח, און אין די ספרי תלמידיו ותלמידי תלמידיו, כגון, דגל מחנה אפרים, ספרי חב"ד, ברסלב, ועוד, זעהט מען אז ער האט קלאר געהאלטן אז גאט האט ליב יעדע בעל עבירה אפגעזעהן וואו ער שטייט.
תורת החסידות ברענגט ארויס וואס עס מיינט די באשעפער, וואס עס מיינט א אידישע נשמה, וואס עס מיינט איין קוצו של יוד פון איין איינציגע מצוה'לע וואס די גרעסטע פושע ישראל האט געטון, די נח"ר פאר כביכול. תורת החסידות פארשטייט אז אפילו פושעים האבן א מקום.
עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק.
איינצילע געדענקן נאך וואס די בעש"ט האט געטון און זיי האלטן נאך אן די קפעידא ביז היינט און איינער פון זיי איז די ניקולשבורגער רבי. כאפ מיך נישט אויפן ווארט אז איך זאג אז יונגרייז איז די בעש"ט, איך זאג דאס נישט, איך האב ניטאמאל געקענט די בעש"ט אז איך זאל איינער קענען מדמה זיין צו אים, אבער מיט דעם ענין גייט ער בדרך החסידות.
פון דא ווייס איך עס.
על אחת כמה וכמה קליינע קינדערלעך וואס ווייסן נישט בעסער ווייל מען האט זיי נישט געלערנט בעסער. יא, עס איז קלאר נישט זייער שילד, (אזוי ווי לעיקוואד האט אזוי שיין ארויסגעברענגט בנוגע ענין אחר, באשכל הדין).
זאג נאר, ווען דיין קליינע אינגעלע גיסט אויס א באטל מילך פאטשסטו אים צאם? ווערט ער דען פארהאסט ביי דיר? וואס איז אויב איינער פון דיינע קינדער איז א גרויסע מחוצף, און דו ביזט מחליט אים מחנך צו זיין מיט א יד תקיפה, ערווארטסטו יעצט אז אלע דיינע אנדערע קינדער זאלן אים מרחק זיין און נישט שפילן מיט אים?
דא רעדט מען פון קינדערלעך, קליינע קינדערלעך, אונזערע קינדערלעך, די קינדער פון אונזערע ברודער, בני קל חי. רוב פון זיי האבן אנגעהויבן צו רעבעלן אינעם סיסטעם צווישן צוועלף און זיבעצן. ווער איז שולדיג, ווילסטו וויסן? זיכער נישט דער קליינער ראצער פומפערנאטער! ווער האט ערצויגן די קינדער, אין וועלכער סיסטעם האבן זיי ערהאלטן חינוך, אין אונזער סיסטעם, ביי אונזערע ברודער און אונזערע מוסדות.
איך נוץ דאס נישט אלץ א סיבה פארוואס מען דארף זיי ליב האבן, נאר אלץ אן ערקלערונג אויף מיינע ווערטער וואס טייטלן אויף אונזערע חינוך סיסטעם אלץ די גורם פאר קהל חסידי ניקלשבורג.
ליב האבן און מקרב זיין זיי מוזן מיר אפילו אויב זיי זענען פושעים און רעבעלס להכעיס בוראם, להרגיז הוריהם ולמלא תאוותם. פארוואס? ווייל מיר זענען מענטשן, און ווייל זיי זענען מענטשן און אזוי טוען מענטשן איינער דעם אנדערע. איך האב ליב א יעדעם (וואס שטערט מיך נישט), סיי די חסיד סיי די ליטוואק, סיי די חסידישע חאניאק, סיי די א.ג. באם, פונקט ווי איך האב ליב אינוואליד גלייך ווי א געזונטע מענטש.
איך חזר נאך אמאל איבער, איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, און איך האב מיטגעוויינט מיט דיר פאר די געוואלדיגע צער פון די עלטערן. אבער ניקולשבורגער רבי איז נאך אלץ די איינציגסטע רבי בדורינו.
יחי אדונינו מורינו ורבינו!!!!!
ו

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
smartinof האט געשריבן:די פעסטע בעלי תאוות האבן זיך פיין מסדר געווען, די אנדערע חברה זענען פשוט אומגעלונגענע בעלי תאווה, אבער זייער התנהגות קומט בלויז פון תאווה און פירט בלויז צו תאווה, והא ראי' האלט מיט וואס זיי טוען א גאנצען טאג,
ואשר אל כן? וועגן דעם דארף מען זיי האסן און פארשטויסן? קענסט געבן א לאגישע הסבר פארוואס?
דרך אגב, "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו" איז נישט נאר א מצוה און א מדה טובה, עס איז אויך א פארשטענדליכע זאך.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
בדחן האט געשריבן:מיין פוינט איז אבער געווען - לייען עס איבער - אז מען דארף נישט אראפשלעפן א גאנצע סיסטעם און אלעס אטעקירען שווארטץ אז גארנישט איז נישט גוט וויבאלד עס איז דא א געוויסע פערצענט וואס פאלט ארויס, מען טאר נישט נעמן גאנץ כלל ישראל און עס אנפענטן שווארטץ - א ווי הוגה האט געטיען - ווי באלד מיר האבן ליידער די פראבלעם, די פראבלעם האבן אידן געהאט מימות משה רבינו פון מען האט באקימען די תורה, און די פראבלעם האט די גויי׳שע וועלט אויך אז געוויסע טיען עידשערס איז שווער צו האלטן צו א נערמאלע סיסטעם,
קודם כל, אין דער הודעה האב איך נישט אראפ געריסן די גאנצע סיסטעם, עכ"פ מיין כוונה איז נישט געווען דאס. סך הכל האב איך געמאכט א פוינט צו ערקלערן אז זיי זענען דא א וויקטים און עס,קומט זיי אנערקענונג, חיזוק, אדער וואטעווער.
אבער יעצט אז דו ברענגסט ארויף די נושא מוז איך זאגן אז יא, מען דארף יא ארונטער רייסן די גאנצע חינוך סיסטעם ביי אונז. ווייל עס איז פארפוילט און פארטרוקנט מבית ומחוץ. איך וויל נישט מאריך זיין אין דער נושא ווייל עס איז,שוין דא מערערע שמועסן איבער דער נושא דא אין שטיבל.
איה"נ מען קען אפשר טרעפן אפאר גוטע נקודות אין אונזער סיסטעם. אבער קען מיר איינער עקלערן ווי אזוי א אידיש קינד קען ארויסקומען פון א אכצן יאר אין אידישע בתי חינוך און ער גלייבט נישט אז די באשעפער האט באשאפן די וועלט? יא, איך שעם זיך נישט צו זאגן, ווייל קיינער האט דאך מיר נישט אויסגעלערנט.
(דאנט ווארי, היינט ווייס איך שוין, ב"ה. )
רוב יוצאי סיסטעמינו זענען נאך ערגער, זיי ווייסן ניטאמאל צו פרעגן.
דאס איז אונזער געלונגענע סיסטעם. לאמיר עס נישט ארונטערייסן ווייל עס איז נישט אזוי שלעכט. ווי שלעכט שטייען מיר אז מיר דארפן זיך מחזק זיין מיט דעם אז כלל ישראל האט אלעמאל געהאט ארויסגעפאלענע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
ווי אזוי א כה״ג וואס האט געטיען די עבודה אכציג יאר און דערנאך געפושט פארשטייסטע יא?
ווען די וועסט יענטץ פארשטיין, וועסטע אויך פארשטיין ווי אזוי א אכצען יעריגער קען זאגן אז אז ער גלייבט נישט.
(דרך אגב - לדעתי - באמת ווייסט ער יא, ער זאגט נאר אז ער גלייבט נישט, אבער נישט דאס איז די נושא דא).

מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
הוגה האט געשריבן: אבער ניקולשבורגער רבי איז נאך אלץ די איינציגסטע רבי בדורינו.
יחי אדונינו מורינו ורבינו!!!!!
ו
http://youtu.be/VCh8Dhr_7qg
You must be the change you want to see in the world
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
איינער וויינט אויף ישיבה וועלט (איבער אן אנדערע הדלקה)
Pritzus, Drugs & More – All In The Name Of HaTana Rav Shimon Bar Yochai
Pritzus, Drugs & More – All In The Name Of HaTana Rav Shimon Bar Yochai
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
די קראונהייטסע מיינען כאטש גוט, זיי פאלאוען א קולט. די פלעטבושע זענען סתם גוים וואס זענען פערצופאל געבוירן ביי אידישע מאמעס. און אנשטאט זונטאג האבן זיי שבת. אנשטא האלעווין, פורים. קראצמעך, חנוכה. זיי לעבן ווי דעם גוי, יו ליוו אנלי וואנס ענד יו ניעד טו ענדזשוי.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
הוגה האט געשריבן:נאו פראבלעם, איך וועל דיר מגלה זיין די סוד (אבער נאר בתנאי אז דו וועסט פאסטן מ' ימים ברציפות, אויב נישט טארסטו נישט ליינען).
איך נעם דאס פון אן אמאליגע איד וואס האט געהייסן ר' ישראל בעל שם טוב. ער האט ליב געהאט און מקרב געווען די נואפים, די מרבי מידות רעות און די אוממאראלישע מענטשן. ער האט אפילו מקרב געווען די מעקסיקאנער וואס איז נאך געלאפן האריגע קעץ.
פון וואו ווייס איך אז די אלע מעשיות וואס מען פארציילט אויפן בעש"ט זענען אמת? איך ווייס טאקע נישט, קען זיין אז די מעשיות זענען אויף געבאקן. אבער אז איר קוקט אריין אין זיינע דא"ח, און אין די ספרי תלמידיו ותלמידי תלמידיו, כגון, דגל מחנה אפרים, ספרי חב"ד, ברסלב, ועוד, זעהט מען אז ער האט קלאר געהאלטן אז גאט האט ליב יעדע בעל עבירה אפגעזעהן וואו ער שטייט.
תורת החסידות ברענגט ארויס וואס עס מיינט די באשעפער, וואס עס מיינט א אידישע נשמה, וואס עס מיינט איין קוצו של יוד פון איין איינציגע מצוה'לע וואס די גרעסטע פושע ישראל האט געטון, די נח"ר פאר כביכול. תורת החסידות פארשטייט אז אפילו פושעים האבן א מקום.
עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק.
איינצילע געדענקן נאך וואס די בעש"ט האט געטון און זיי האלטן נאך אן די קפעידא ביז היינט און איינער פון זיי איז די ניקולשבורגער רבי. כאפ מיך נישט אויפן ווארט אז איך זאג אז יונגרייז איז די בעש"ט, איך זאג דאס נישט, איך האב ניטאמאל געקענט די בעש"ט אז איך זאל איינער קענען מדמה זיין צו אים, אבער מיט דעם ענין גייט ער בדרך החסידות.
פון דא ווייס איך עס.
על אחת כמה וכמה קליינע קינדערלעך וואס ווייסן נישט בעסער ווייל מען האט זיי נישט געלערנט בעסער. יא, עס איז קלאר נישט זייער שילד, (אזוי ווי לעיקוואד האט אזוי שיין ארויסגעברענגט בנוגע ענין אחר, באשכל הדין).
זאג נאר, ווען דיין קליינע אינגעלע גיסט אויס א באטל מילך פאטשסטו אים צאם? ווערט ער דען פארהאסט ביי דיר? וואס איז אויב איינער פון דיינע קינדער איז א גרויסע מחוצף, און דו ביזט מחליט אים מחנך צו זיין מיט א יד תקיפה, ערווארטסטו יעצט אז אלע דיינע אנדערע קינדער זאלן אים מרחק זיין און נישט שפילן מיט אים?
דא רעדט מען פון קינדערלעך, קליינע קינדערלעך, אונזערע קינדערלעך, די קינדער פון אונזערע ברודער, בני קל חי. רוב פון זיי האבן אנגעהויבן צו רעבעלן אינעם סיסטעם צווישן צוועלף און זיבעצן. ווער איז שולדיג, ווילסטו וויסן? זיכער נישט דער קליינער ראצער פומפערנאטער! ווער האט ערצויגן די קינדער, אין וועלכער סיסטעם האבן זיי ערהאלטן חינוך, אין אונזער סיסטעם, ביי אונזערע ברודער און אונזערע מוסדות.
איך נוץ דאס נישט אלץ א סיבה פארוואס מען דארף זיי ליב האבן, נאר אלץ אן ערקלערונג אויף מיינע ווערטער וואס טייטלן אויף אונזערע חינוך סיסטעם אלץ די גורם פאר קהל חסידי ניקלשבורג.
ליב האבן און מקרב זיין זיי מוזן מיר אפילו אויב זיי זענען פושעים און רעבעלס להכעיס בוראם, להרגיז הוריהם ולמלא תאוותם. פארוואס? ווייל מיר זענען מענטשן, און ווייל זיי זענען מענטשן און אזוי טוען מענטשן איינער דעם אנדערע. איך האב ליב א יעדעם (וואס שטערט מיך נישט), סיי די חסיד סיי די ליטוואק, סיי די חסידישע חאניאק, סיי די א.ג. באם, פונקט ווי איך האב ליב אינוואליד גלייך ווי א געזונטע מענטש.
איך חזר נאך אמאל איבער, איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, און איך האב מיטגעוויינט מיט דיר פאר די געוואלדיגע צער פון די עלטערן. אבער ניקולשבורגער רבי איז נאך אלץ די איינציגסטע רבי בדורינו.
יחי אדונינו מורינו ורבינו!!!!!
ו
בקיצור די זאגסט אז איך זאל עס נישט פרעגן אויף דיר נאר אויפ'ן בעל שם, נישט עק וועלט, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז דער בעל שם האט געמיינט ממש ווי די לייגסט דאס אראפ "ליב האבן און מקרב זיין זיי מוזן מיר אפילו אויב זיי זענען פושעים און רעבעלס להכעיס בוראם", די אמאליגע פעלד ארבייטער, וואס מער פון באמיסטיגן פעלדער האבן זיי נישט געוואוסט, האט דער בעש"ט מחדש אז אפילו וואס ער טוט יא איז אויך חשוב, אפילו עס איז דא א גרויס חלק פון גאט'ס רצון, וואס ער ערפילט נישט, אבער ליב האבן און מקרב זיין איינעם וואס טוט נישט ווייל ער וויל נישט טון, און אים מחזק זיין אז ער זאל ווייטער נישט טון, און און שטארקייט צו טון ווייטער די זאכען וואס ער טאר נישט טון, דער בעש"ט האט דאס נישט געמיינט בכלל, ער האט געגעבן חיזוק פאר קיען און אויסזען פון מענטשען, וואס האבן אפילו צו זינדיגן קיין שכל נישט געהאט, און זיי איינגערעדט אז אפילו ער טאנצט ער זינגט און שפרינגט איז דאס אויך גוט, אבער מיט דעם האט ער נישט מחזק געווען מעשים וואס להכעיס קעגן גאט, נאר פשוט נישט געוואוסט ער האט זיי אפשר נישט אויפגעקלערט אז זיי דארפן טון מער וויפיל זיי וויסען, אבער די היינטיגע חיזוק, מיט וואס מאיז זיי מחזק, ממינט עס אז וואס זיי טוען נאר איז גוט, איז מען זיי מחזק אז עטס קענטס אנגיין מיט ענקערע מעשים וואס איז בכוונה להכעיס קעגן גאט, בין איך נישט זיכער אז דער בעש"ט האט דאס געמיינט.