בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:02 pm
דורך יין שרף
העי! ווער געדענקט נאך ווען פליען איז געווען די זיכערסטע מיטל צו טרעוולען? LOL...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:51 am
דורך שמעקעדיג
א פריוואטער דזשעט האט נעכטן אריינגעקראכט אין א צוויי-שטאקיגע הויז אין מערילענד און תיכף אויפגעפלאקערט, אומברענגענדיג די 3 פאסאזשירן, ווי אויך א מאמע מיט אירע 2 זון אין די הויז, וועלכע איז געווארן אפגעברענט.

בילד

א נס אבער משפחה'לאז

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 10:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
א זיבן יעריג מיידעלע האט אוועקשפאצירט מיט צובראכענע ביינער בלויז, פון א ערפאלאן קראך וואס האט געהארגעט איר טאטע מאמע שוועסטער און קוזינע. ס'געשען אין קענטאקי, א צוויי ענדזשין פליגער וואס איר טאטע האט פילאטירט האט געקראכט, זי האט גענוצט די פייער פונעם ברוכווארג אנציצינדען א טארטש מיט וואס זי האט שפאצירט א מייל אינעם וואלד ביז זי האט געטראפן א הויז וואו א עלטערע מענטש האט איר אריינגענומען און גערופן הילף.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 12:17 am
דורך לאליפאפ
אז ס'באשערט פאר א קליין מיידל צו לעבן לעבט זי

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:05 pm
דורך smart
דעע מעשה דערמאנט א מעשה וואס אי געווען ביי הורוויץ פון א פליגער קראך וואס זיין טאטע און מאמע איז געשטארבען און ער האט איבערגעלעבט ב"ה

אדרבה ווער עס ווייסט מער פון דע מעשה זאל ביטע שרייבען

אויב איך געדענקט גיט האט די מעשה געשען באלט זעכציג יאר צירוק

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:45 pm
דורך שמעקעדיג
נישט קיין עראפלאן קראך ב"ה, אבער כמעט..
א שוידערליכע געשיכטע איז פארגעקומען אין JFK ווען א דזשעט בלו עראפלאן האט געמוזט מאכן א שארט סטאפ אינמיטן פליען אויפן ראנוועי, בשעת אן אנדער עראפלאן איז געשטאנען געמיטליך אביסל פאראויס אויפן זעלבן ראנוועי!!

די FAA האט אונטערגענומען א אויספארשונג צו זעהן מה זה ועל מה זה, צי איז עס א ערראר פונעם פילאט אדער קאנטראל טורעם.

וה' ישמור צאתנו ובואנו מעתה ועד עולם.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:00 am
דורך שמעקעדיג
א טראנס אזיע פליגער (!!) איז אריינגעפאלן אין וואסער. מען פרובירט ראטעווען וואס מען קען פון די 50 חברה אנבאורד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:33 am
דורך אפטעמיסט
א שוידערליכער ווידיאו ווי מ'זעט די פליגער קראכט אראפ http://i.mobypicture.com/user/KolHaolam/view/17805962

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:35 am
דורך ישראל קאפקע
עפעס באריכטן איבער טויטע?

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:10 am
דורך חד גדיא
8 טויטע ר''ל. אנדערע זאגן נאר 4 טויטע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:14 am
דורך שמעקעדיג
וואס טוט זיך מיט די לעבעדיגע? זענען זיי אין א גוטן צושטאנד? קען איינער מאכן א אינטערוויאו אויף קאלמע-וואסער?

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:16 am
דורך חד גדיא
די שרעקליכע מאמענטן

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 9:30 am
דורך [NAMELESS]
עט ליסט 23 טויט
נאר 15 זענען געווארן געראטעוועט

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:29 pm
דורך שמעקעדיג
א "יו.עס.עירוועיס" עראפלאן פון פילאדעלפיע האט פריער געמאכט אן עמערזשענסי לענדינג אין יוסטאן נאכדעם וואס די פראנט רעדער האבן זיך נישט געעפנט.
דער פליגער האט סוסקסעספול געלאנדעט, אבער טייל פאסאזשירן זענען געווארן אביסל פארוואונדעט, איינער איז אריין אין שפיטאל.

בילד

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 1:53 pm
דורך לית דין בר נש
שמעקעדיג די ביסט געבוירן אויף א פליגער?
איך זעה דיין שורש נשמה קומט פון פליגערס ווי אימער איך זעה עפעס וועגן עראפלאנען דא אין שטיבל זעה איך דיין שמייכל אויפן זייט

נייע עראפלאן פאר פאוטוס

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:12 pm
דורך דער שכן
איז אמת אז א נייע עראפלאן ווערן צוגעגרייט פאר דעם נעקסטן פרעזידענט אף די יו עס?
(president of the U.S. = POTUS)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 2:15 pm
דורך ישראל קאפקע
א דעלטע עראפלאן אראפגעגליטשט פון די ראנוועי אין לא גוארדיא לופטפעלד.

פיר און צוואנציג געשעדיקט, נישט ערנסט.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 1:17 pm
דורך שמעקעדיג
אן אמעריקען עירליינס האט געמאכט אן עמערג'נסי לענדינג פריער אין JFK נאכן זיך אנשטויסן מיט פייגלעך.

http://www.myfoxny.com/story/28538977/p ... ird-strike

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:20 am
דורך אפטעמיסט
און ווידער! פליגער קראכט העכער פראנקרייך, 148 טויט.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:28 am
דורך ישראל קאפקע
ווען ווייס איך אז קאווע שטיבל איז אויף צרות?
ווען אין פריי זיך צו נייעס פון עראפלאן קראכן! (אבי נישט איבער גאנדי-צענזור קאנטראווערסיע).
:cry: :קראץ: :קראץ:

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:47 am
דורך ישראל קאפקע
דאכט זיך אלע פיר לעצטע פליגער קראכן זענען געווען אירבאס, ניין?

Re: עראפלאן קראכן אין די נייעס

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 9:32 am
דורך אבי גערעדט
ניין, דאכט זיך אז די ערשטע נאך-אלץ-פעלנדע מאלאזיע פליגער איז געווען א באוינג

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 9:33 am
דורך שמעקעדיג
ער רעדט פון קראכן. נישט פארשוואונדן.