מעמד "הדר קבלוה" קעגן אינטערנעט - ער"ח סיון תשע"ג

רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שרייבער האט געשריבן:יעצט, לויטן ערשטן וועג, פארשטייט מען פארוואס מען דארף נאך א אסיפה, מחזק זיין די פילטערס, ס'קומען ארויס נייע פראגראם'ס, מען דארף פארבעסערן פילטערס, מענטשן רעדן זיך אפ ס'שטאטערט אפ די קאמפיוטער, בקיצור ס'איז דא וואס צו טון.

ווען ס'קומט ווען ארויס א פילטער איז דא וואס מחזק צו זיין און בעטן, סטראשענען, הייסן, באפעלן אז מ'זאל עס ארויפלייגן, אבער ס'קומט דאך נישט ארויס! זייט פאריאר דאכצעך מיר איז נישט געווען קיין חדשות בעולם ה'פילטערס! אינטערסאנט אז אויף די ווערעמיגע וואסער איז געווען א מינוט נאכן איסור א גוטע געהעריגע פילטער.
יעצט אנשטאט צוצונעמען א פארק פון די קינדער און דארטן מאכן א כינוס זאל מען שוין איינמאל פאר אלעמאל צאמנעמען אלע פראגרעמערס (די רבנים ווייסן נישט וואס דאס איז, אבער מ'קען זיי זאגן...) און פרובירן אויפצוקומען מיט א פילטער. און ווען ס'איז דא דעמאלטס זאל יעדע קהלה עס אדאפטירן און אנהייבן מיט זייער מהלך וויאזוי זיכער צו מאכן אז יעדער מעמבער און טאטע פון קינדער אין זייער מוסד זאל דאס ארויפלייגן אויף זייער טאשן-קאמפיוטער.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

א. איך ווייס נישט ווי מענטשען - צוליב נגיעות - קענען לייקענען דעם זון אינמיטען העלען טאג, וואס איז די שאלה צו זאכען האבען זיך געטוישט? ביי די ליטווישע איז אפגערעדט, מוסדות וואס האבען קיינמאל נישט געהאט קיין תקנות אויף די זאכען זענען געווארען שטרענג אויף די זאכען, ספעשעלי אויף קאמפיוטערס אינדערהיים, און שטיבער וואס האבען קיינמאל נישט געקערט פאר דעם האבען ארויסגעווארפען פון שטוב די כלים שונים ומשונים, פילע ביזנעסעס און אפיסעס מיט ארבייטערס יונגעלייט פרויען און מיידלעך האבען נישט געלייגט קיין קאפ און צייט צו אינסטאלען פילטערס אויף די ארבייטערס קאמפיוטערס האבען זינט די כינוס געלליגט מעכטיגע פילטערס און אזוי ווייטער, והדברים ידועים

ב. סאטמאר האט באוויזען א "משומר" פילטער וואס האט פארשידענע לעוועלס, און האט שוין פילע הונדערטער קאסטומערס אויפגעסיינט צו זייער גרויס צופרידענהייט, און די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג

ג. די וועד משמרת (סאטמאר) האט שוין אינסטאלט פילטערס אויף איבער זעקס טויזענט! סעלפאונס (זעכציג טויזענט לפי נוסח הגעלע זשורנאליזם..), און די ליסט וואקסט מיט יעדע טאג.

ד. די מוסדות וואס האט געבעטען אויסצופילען די אפליקעישען (בראש סאטמאר) האבען נישט פארלאנגט פון די מענטשען קיין ספעציפיק פילטער, ווי משומר אד"ג, זיי ווילען אבער וויסען אז מ'האט א פילטער אויף די כלים, דעטס אלל

ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 776 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

שאלת תם: וואס איז שלעכט אין k9?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ודי למבין האט געשריבן:שאלת תם: וואס איז שלעכט אין k9?
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 406 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך newkave »

ודי למבין האט געשריבן:שאלת תם: וואס איז שלעכט אין k9?


היימישע יודן מאכן נישט קיין געלט דערויף.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

שליחה דורך שרייבער »

פרענטש וואנילע האט געשריבן:ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..

פרענטש, איך מיין עס יעצט אמת'דיג, איך בין נישטא צו טשעפענען, איך פרעג פלעין ווייל איך וויל פארשטיין, למשל איך בין א ליטוואק

איך פרעג א פשוטע קשיא
דאס איז קלאר אז סאטמאר האט געהאט א מורא'דיגע התעוררות דורך די כינוס, מיין שאלה איז אבער
ווי קומט דאס טאקע אז סאטמאר די וואס זענען אלעמאל די ערשטע לכל דבר שבקדושה האבן נישט אליין געהאט א התעוררות עפעס צו טון, ווי לאנג ס'איז נישט אויפגעשטאנען עפעס א לעקוואדער יונגערמאן און אנגעדרייט א מצב? האבן זיי נישט געזען דעם חורבן מיט די אייגענע אויגן?
מען רעדט דאך דא נישט פון ווערעם אין וואסער, מען רעדט דאך דא פון זאכן וואס יעדער שיש לו מח בקדקדו זעט

איך פרעג באמת ווייל איך וויל פארשטיין, ממילא כדי ס'זאל נישט אנקומען אין צימעס בעט איך חוץ פרענטש זאל קיינער נישט ענטפערן (זר דו מעגסט אויך....)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

שליחה דורך שרייבער »

newkave האט געשריבן:
ודי למבין האט געשריבן:שאלת תם: וואס איז שלעכט אין k9?


היימישע יודן מאכן נישט קיין געלט דערויף.

מ'דארף באשאפן א מולטי לייק קנעפל פאר אזא ענטפער, און איך מיין אז דאס איז דער ריכטיגער ענטפער

איך פלעג האבן J NET, מיטוואך למשל האט עס געארבעט שטייט, פארוואס? ווייל דעמאלטס גייען די אידישע צייטונגען אין דרוק (נישט קיין וויץ, און איך בין נישט געווען דער איינציגסטער)

היינט האב איך K9, מיין חבר האט געלייגט א פעסווארד, און פיניש, איך בין געבלאקט, אוודאי האב איך אפשענס וואס איך וויל לאזן אפן, אבער איך האב א פילטער, דעם וואס דו האסט מורא ער וועט אלעס אפן לאזן, דער האט נישט קיין פראבלעם דיך איבערצוקלוגן אין האבן צוויי סערוויסעס, אטו ברשיעי עסקינן? דער פילטער איז געמאכט אז ווען דו האסט א שוואכע מינוט זאלסטו נישט דורכפאלן.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פרענטש וואנילע האט געשריבן:א. איך ווייס נישט ווי מענטשען - צוליב נגיעות - קענען לייקענען דעם זון אינמיטען העלען טאג, וואס איז די שאלה צו זאכען האבען זיך געטוישט? ביי די ליטווישע איז אפגערעדט, מוסדות וואס האבען קיינמאל נישט געהאט קיין תקנות אויף די זאכען זענען געווארען שטרענג אויף די זאכען, ספעשעלי אויף קאמפיוטערס אינדערהיים, און שטיבער וואס האבען קיינמאל נישט געקערט פאר דעם האבען ארויסגעווארפען פון שטוב די כלים שונים ומשונים, פילע ביזנעסעס און אפיסעס מיט ארבייטערס יונגעלייט פרויען און מיידלעך האבען נישט געלייגט קיין קאפ און צייט צו אינסטאלען פילטערס אויף די ארבייטערס קאמפיוטערס האבען זינט די כינוס געלליגט מעכטיגע פילטערס און אזוי ווייטער, והדברים ידועים

יא פארדעם האב איך דא געשריבן אז פאר די ליטווישע איז דעס געווען קריטיש וויכטיג און פאר זיי האט דאס יא געהאלפן.
פרענטש וואנילע האט געשריבן:ב. סאטמאר האט באוויזען א "משומר" פילטער וואס האט פארשידענע לעוועלס, און האט שוין פילע הונדערטער קאסטומערס אויפגעסיינט צו זייער גרויס צופרידענהייט, און די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג

ג. די וועד משמרת (סאטמאר) האט שוין אינסטאלט פילטערס אויף איבער זעקס טויזענט! סעלפאונס (זעכציג טויזענט לפי נוסח הגעלע זשורנאליזם..), און די ליסט וואקסט מיט יעדע טאג.

דעס קענסטו פארקויפן דא און פאר וועם די ווילסט, אבער קיינע פון מיינע ידידים אנהענגערס פון מהרז"ל האבן נישט קיין פראבלעם צו קוקן דעם יו-טוב קליפ וואס פארט ארום, און קיינער פרעגט נישט איבער וואס ס'שטייט אינעם לינק וואס איינער שיקט.
פרענטש וואנילע האט געשריבן:ד. די מוסדות וואס האט געבעטען אויסצופילען די אפליקעישען (בראש סאטמאר) האבען נישט פארלאנגט פון די מענטשען קיין ספעציפיק פילטער, ווי משומר אד"ג, זיי ווילען אבער וויסען אז מ'האט א פילטער אויף די כלים, דעטס אלל

און מיט א רואיגקייט ענטפערט יעדער די פילטער וואס קומט אים ארויף אויפן געדאנק די ערשטע און דארטן ענדיגט זיך עס...
פרענטש וואנילע האט געשריבן:ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..

ווי שרייבער האט שוין געפרעגט, פארוואס דאס האט געדארפט געשעהן פארשטייט נישט קיינער....
אבער איך וויל צולייגן, אז נאר דאס און טאקע דייקא נאר א אייגענע אסיפה מיט תקנות אין די מוסדות קען העלפן צום מערכה, פארדעם האט מען קיין כינוס נישט געדארפט מאכן, נאר אזא אסיפה אין די אייגענע בית המדרש.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

שליחה דורך יידל »

דער בראשור וועלכע איז ארויסגעקומען אין בעפארברייטערונג צום מעמד הדר קבלוה

brochure1.jpg
brochure1.jpg (226.56 KiB) געזען געווארן 3069 מאל


brochure2.jpg
brochure2.jpg (208.27 KiB) געזען געווארן 3069 מאל


brochure3.jpg
brochure3.jpg (233.76 KiB) געזען געווארן 3069 מאל


brochure4.jpg
brochure4.jpg (216.07 KiB) געזען געווארן 3069 מאל
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כ'בין אביסל צומישט. פאראיאר האבן זיי געשריבן "ס'ברענט א פייער, מ'דארף דאס פארלעשען.."
היי יאר שרייען זיי "דער פייער דארף ווייטער ברענען..."
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

שליחה דורך יידל »

צווייטע העלפט בראשור

brochure5.jpg
brochure5.jpg (241.37 KiB) געזען געווארן 3066 מאל


brochure6.jpg
brochure6.jpg (239.43 KiB) געזען געווארן 3066 מאל


brochure7.jpg
brochure7.jpg (177.99 KiB) געזען געווארן 3066 מאל


brochure8.jpg
brochure8.jpg (251.39 KiB) געזען געווארן 3066 מאל
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך פרענטש וואנילע »

[
שרייבער האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..

פרענטש, איך מיין עס יעצט אמת'דיג, איך בין נישטא צו טשעפענען, איך פרעג פלעין ווייל איך וויל פארשטיין, למשל איך בין א ליטוואק

איך פרעג א פשוטע קשיא
דאס איז קלאר אז סאטמאר האט געהאט א מורא'דיגע התעוררות דורך די כינוס, מיין שאלה איז אבער
ווי קומט דאס טאקע אז סאטמאר די וואס זענען אלעמאל די ערשטע לכל דבר שבקדושה האבן נישט אליין געהאט א התעוררות עפעס צו טון, ווי לאנג ס'איז נישט אויפגעשטאנען עפעס א לעקוואדער יונגערמאן און אנגעדרייט א מצב? האבן זיי נישט געזען דעם חורבן מיט די אייגענע אויגן?
מען רעדט דאך דא נישט פון ווערעם אין וואסער, מען רעדט דאך דא פון זאכן וואס יעדער שיש לו מח בקדקדו זעט

איך פרעג באמת ווייל איך וויל פארשטיין, ממילא כדי ס'זאל נישט אנקומען אין צימעס בעט איך חוץ פרענטש זאל קיינער נישט ענטפערן (זר דו מעגסט אויך....)


הגם דו מיינסט עס בכלל נישט אזוי "אמת"דיג", ס'שמעקט נישט תמימו'דיג, אבער דו פרעגסט אזוי שיין און איידעל וועל איך ענטפערען..

יא, די אלע היימישע קהילות ווי סאטמאר האבען געוואוסט פון דעם פראבלעם/פראבלעמען, יא, די מנהיגי ישראל האבען געטוהן אסאך פעולות אקעגען די אינטערנעט און אנדערע כלי משחיתים, און האבען גאר אסאך אויפגעטוהן אין די עבר, והמפורסם אין צריכין ראי', אבער.. דאך אין אזא פאריאגטע וועלט און ראש ראש לעבען , ווי מ'לעבט אין געוויסע בחינות אין עולם התוהו וואס יעדער פארט מיט'ן שטראם און שטעלט זיך נישט ריכטיג אפ צו מאכען חשבון און בויען גדרים וסייגים, אפילו ווען די מוסד אדער קהילה פארלאנגט עס, צו ווייל מ'האלט אז ס'איז נישט אזוי געפערליך וכדומה, במילא זענען אויכעט דא אזעלכע וואס וועלען "אויסשפילען די מוסד אדער קהילה", און אפילו ווען מ'זעהט איין די שעדליכקייט, נעמט מען זיך
נישט דערצו, נאר מיט געוואלד, און דער כינוס איז געוועזען די "געוואלד" די וועיק אפ קאלל, און האט פאקטיש געברענגט א גרויס התעוררות, און האט פאקטיש געברענגט א גרויס השתנות ווי אויבען דערמאנט, און האט אויפגעעפענט די אויגען פון פיל וואס האבען נישט געוואוסט די אמת'דיגע שעדליכקייט און סכנה פון די כלים..

סליחה שקצרתי במקום שאולי אמרו להאריך, וקבל האמת ממי שאמרו וכמות שהוא

נ.ב. די כינוס איז נישט איינגעפאלען פאר "עפעס א ליטוואק", דער "ליטוואק" איז אקטיוו מיט "עפעס חסידים" יארען לאנג אין די ענינים, ווי מ'ארבעט האנט ביי האנט אויפצוטוהן לקדש שם שמים, און דער "ליטוואק" איז נישט אויפגעשטאנען איין טאג מיט א זיסען חלום, די "איינפאל" איז געקומען נאך מערערע אסיפות פון רבנים אדמורי"ם וגדולי ישראל, און איז דערנאך געשטיצט געווארען דורעך רוב רובם פון רבי'ס און רבנים פון אלע שיכטען און קרייזען, (חוץ א קליינע מיעוט - כידוע).
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6792 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואו זענען די נייע אינגעלייט וואס האבן פאריאר נישט געהאט קיין נסיונות?

און זיי גלייכן צו די חיוב אלס תושב ב"פ צו קומען צו וואקסינען, האבן זיי שוין פארלוירן פראפעסער שפירא און קעניג חזקיהו, זיי גייען נישט אנטייל נעמען אין די מאסן וואקסינאציע.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

דער גליון איז אביסל געשלאגן מיט גרייזן.
קעמפן??
קעמפפן!
און אזוי ווייטער.
ווען שלמה אליעזר מייזעלס איז אריינגעקומען פאריאר מיט זיינע שרעקעדיגע 'קדושים תהיו בהקהל נאמרו' צעטליך האט זיך די זאך גענומען פארן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16642
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19316 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פרענטש וואנילע האט געשריבן:א. איך ווייס נישט ווי מענטשען - צוליב נגיעות - קענען לייקענען דעם זון אינמיטן העלן טאג, וואס איז די שאלה צו זאכן האבן זיך געטוישט? ביי די ליטווישע איז אפגערעדט, מוסדות וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין תקנות אויף די זאכען זענען געווארן שטרענג אויף די זאכן, ספעשעלי אויף קאמפיוטערס אינדערהיים, און שטיבער וואס האבען קיינמאל נישט געקערט פאר דעם האבן ארויסגעווארפן פון שטוב די כלים שונים ומשונים, פילע ביזנעסעס און אפיסעס מיט ארבייטערס יונגעלייט פרויען און מיידלעך האבען נישט געלייגט קיין קאפ און צייט צו אינסטאלען פילטערס אויף די ארבייטערס קאמפיוטערס האבען זינט די כינוס געלייגט מעכטיגע פילטערס און אזוי ווייטער, והדברים ידועים.

ב. סאטמאר האט באוויזען א "משומר" פילטער וואס האט פארשידענע לעוועלס, און האט שוין פילע הונדערטער קאסטומערס אויפגעסיינט צו זייער גרויס צופרידענהייט, און די פארלאנג וואקסט פון טאג צו טאג.

ג. די וועד משמרת (סאטמאר) האט שוין אינסטאלט פילטערס אויף איבער זעקס טויזענט! סעלפאונס (זעכציג טויזענט לפי נוסח הגעלע זשורנאליזם..), און די ליסט וואקסט מיט יעדע טאג.

ד. די מוסדות וואס האט געבעטען אויסצופילען די אפליקעישען (בראש סאטמאר) האבען נישט פארלאנגט פון די מענטשען קיין ספעציפיק פילטער, ווי משומר אד"ג, זיי ווילען אבער וויסען אז מ'האט א פילטער אויף די כלים, דעטס אלל.

ס'טאקע דא וואס זאגען אז די תקנה לדורות אסיפה אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני גאס האט אויכעט א גרויסע חלק אין דעם זשאב אויף די סאטמארע חסידים, אבער דאס איז אויכעט נאר אדאנק די כינוס, די גאנצע התעוררות קומט דורך דעם כינוס וואס ליגט נאך יעדעם אין די ביינער. לייקענען קען מען דעם האלאקאוסט אויכעט, ספעציעל אויף די אינטערנעט..


אקעי, נאכן אדורכלייענען די וואך "דער איד" מיט די גאנצע טאראראם, בין איך געקומען צו די מסקנא אז פרענטש האט נישט קלאר ארויס די זאך. לאמיר עס צונעמען.

קודם כל וויל איך קלאר מאכן, אז מצד אחד בין איך זייער פאר העלפן אידישע קינדער זיך האלטן הייליג, און כ'וועל צוהעלפן וואס מעגליך צו אזא מערכה, אויב ס'איז אויף א נארמאלן אופן, צו גאט און צו לייט. מצד שני פארנעם איך נישט אזעלכע וואס גייען מיט קאפ אין וואנט אריין מיט צוגעמאכטע אויגן, און שרייען בלויז לשם שרייען ווי וואנזיניגע, וואס ברענגט די פארקערטע פון א תועלת. און אויך בין איך געגן צווינגען ערוואקסענע מענטשן. לאז יענעם זיך אליינס מטפל זיין מיט זיין בחירה (עכ"פ ווילאנג עס איז נישט נוגע זיינע קינדער).

אצינד די קומענדיגע וואך גייען פארקומען קלענערע כינוסים "לשם שמים", הדר קבלוה, וואו מען גייט זיך צוזאמענקומען אויסצושרייען די וויי געשריי פון כלל ישראל. פשוט מתפלל זיין צו ה', ווייל קיין עצות איז נישטא (?), און מ'גייט ווידעראמאל אסר'ן די אלע כלים שונים. אבער ווי צו גיסן אויל אויפן פייער, נאכן מאכן א תקנה לנשים, רופט מען יעצט צוזאמען די אינגערע קינדער, אין וומסב"ג פאר עלטערע מיידלעך, אין מאנסי גייען אויך קומען די תשב"ר פון די חדרים, און אין סאטמאר זענען אלע עלטערן פארפליכטעט צו קומען בלי שום יוצא מן הכלל, און זיי זאגן עס קלאר אז זיי ווילן די קינדער זאלן פארשטיין די הארבקייט פון די זאך און זאלן אפהאלטן די עלטערן (!) פון זיי ווייזן א שיינע ווידיאו...

עכ"פ, לענינינו. לאמיר נעמען דעם באשרייבונג די וואך אין דער איד און עס צולייגן צו פרענטש-וואנילעס הסבר אויבן, און זעהן וויפיל סתירות עס מאכן זיך, און ווי ווייט מענטשן גייען אין וואנט אריין.

ערשטנס, די איסור אויף היים קאמפיוטערס. דאס האט מען גראדע אין קרית יואל אויך געמאכט. א קאמפיוטער איז נאר מותר אויב איז עס נישט קאנעקטעד צום אינטערנעט, ד.ה. איינער טייפט אדער איז מגיה (וואס נאך קען מען טאן אויסער דעם אנע אינטערנעט?) און גיט יעדע מהדורה צום דרוקער מיט א USB דרייוו, נישט ח"ו דורך אינטערנעט אדער אימעיל. מיט א קאנעקשאן איז בשו"א נישט ערלויבט. בדיעבד מוז עס דוקא ווערן געפילטערט דורך וועד משמרת. לאמיר מעתיק זיין לשון קדשם:

yid (1).JPG
yid (1).JPG (137.39 KiB) געזען געווארן 2964 מאל


Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (95.7 KiB) געזען געווארן 2964 מאל


דער פראבלעם: דער עולם מוטשעט זיך פאר פרנסה. מען קען ממש נישט באצאלן די שכר לימוד און קעמפ קאסטן פון די קינדער-געבענטשטע משפחות, בפרט נאכדעם וואס כידוע אז בירטה קאנטראל איז נישט אנגענומען ביי אונזער קאמיוניטי, כמובואר היטב במקומות אחרים. גוט באצאלטע פרנסות איז אויך שווער צו טרעפן, ווייל ביי אונז לערנט מען דאך גארנישט אויס, אויסער שיסן אראנזש שאלאכץ אויפן טיטשער, וואס גם כי יזקין שיסט מען אייער אויף די מתנגדים, און פון זיין א רעזשיסטער אין א געשעפט פאר 8 דאלער א שעה קלעקט נישט פאר דאס מינימום. אבער דער מוסד פארלאנגט דאך שכר לימוד בכל תוקף ועוז, אז נישט שיקט מען אהיים די קינדער און מען טיילט נישט קיין רעפארט קארדס. נאכן זיך מוטשען און זוכן, טרעפט מען ענדליך א פארט-טיים דזשאב אדער פאר די עקרת הבית, וואס מען קען טון פון דערהיים אויפן קאמפיוטער, אבער... עס איז אסור. אסור!!

נו שוין, קען מען נישט. מ'האט דאך קינדער, און מען האט מורא אולי אולי וועט זיך מאכן אז זיי וועלן אויסשפילן די עלטערן. איך וועל נישט קריגן דערויף, די רבנים זענען די דאזיגע וועלכע באקומען די פאון קאלס פון די אלע צעבראכענע עלטערן. הע מי אנכי, ווער בין איך, צו וואגן און טראכטן אנדערש.

טראכט דער יונגערמאן, אם כן, לאמיך גיין מאכן אפאר סעילס, זיך ארומקוקן אין די מארקעט היינט. מען האט א סמארטפאון ביי זיך אין טאש, אדער א טאבלעט אינעם אויטא, די קינדער רירן עס נישט אן, ביקש לישב בשלוה, אבער קפץ עליו רוגזם של העסקנים, מען טאר נישט האבן קיין שום דעווייס, עס ברויך ווערן א בושה אריינצוברענגען אזעלכע זאכן אין ביהמ"ד, לא יזכר ולא יפקד. ווער רעדט נאך אויב האסטו א ענדרויד (וואס איז די מערסט גייענדע היינט ביי אונזער עולם)? דאס טארסטו בכלל נישט האבן, אפילו דו האסט א געלט שאדן, אלעס ווייל 'משומר' האט נאך נישט קיין גוטן פילטער דערפאר.

וזה לשונם:

YID_77.jpg
YID_77.jpg (186.49 KiB) געזען געווארן 2964 מאל


וואס איז גאר מאדנע, אז דער איד אליין ווייסט אז די אלע זאכן איז בלויז געווארפן זאמד אין די אויגן, און זיי מאכן חוזק פון זיך אליינס. וויפיל פון זייערע ארטיקלען ווערן געשריבן אויף היים קאמפיוטערס און געאימעילט צו זיי, און וויפיל אויף סמארטפאונס? וויפיל אדווערטייזמענטס ווערן געמאכט אויף היים קאמפיוטערס?

און ווי צו מגלה זיין פאר די ליינערס די חוזק, קוקט וואס זיי שרייבן אין זייער אייגענע עדיטאריעל, צום סוף:

yid (7).JPG
yid (7).JPG (81.67 KiB) געזען געווארן 2962 מאל


און זיי האבן נאך אן ארטיקל שפעטער ווי אזוי צו שפארן באטערי אויף סעלפאונ'ס, און זיי שרייבן די באקאנטע עצות, ווי צב"ש אויסלעשן די עפפס פון די בעקגראונד, אויסלעשן ווייפיי.. האלא? צו וועמען רעדסטו דא? מאכסט א חוכא וטלולא פון דיר אליינס! מיר האבן דאך נישט קיין סמארטפאונס..... ווער נאך אזוי ווי ענק ווייסן אז כמעט וואס איז שוין נישט בנמצא קיין אנדערע טעלעפאנען, נאר סמארטפאונס, ועוד מעט איז שוין דאס ביסעלע אויך נישטא. וואס מאכסטו זיך נאריש? היפאקריטיש??

אונטערשטע שורה, הרב פרענטש וואנילע. סאטמאר/משומר וויל דייקא יא זייערע אייגענע פילטערס סיי אינדערהיים און סיי אין ביזנעס. זיי פרובירן אסר'ן איינאמל און נאכאמאל ענינים וואס איז נישט בסדר, גזירות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה... ס'וועט נישט ארבעטן אויף אזא אופן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אייזן שמעקעדיג... איין האנט ווייסט נישט וואס דער צווייטער טוט הא? אבער נישט אינגאנצן. מיינסט אומזוסט האט מען געמאכט א קהילות אפטיילונג?... דער ארטיקל וועגן שפארן באטעריען איז דעך אין די מעין אפטיילונג. ס'פאר צוויי אנדערע אוידיענצן... סארא לצנית עניוועי. ס'אלעס בי עס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16642
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19316 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גראדע פאר א טשעינדזש, איז די וואך - אנדערש ווי געווענליך - די גאנצע ריזיגע ארטיקל אנטקעגן די אינטערנעט געווען אויפן ערשטן אפטיילונג, און די אלע זאכן וואס איך האב אויבן געשריבן איז געווען אין די זעלבע פאר בלעטער.
און סתם פאר אינטרעסאנטקייט, איך האב נאך נישט אנגעקוקט דעם "מוסדות" אפטיילונג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אה. איז טעיתי, כ'האב עס נישט באמערקט בכלל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1353 מאל

שליחה דורך גנדי »

געפילטע פיש האט געשריבן:וואו זענען די נייע אינגעלייט וואס האבן פאריאר נישט געהאט קיין נסיונות?

און זיי גלייכן צו די חיוב אלס תושב ב"פ צו קומען צו וואקסינען, האבן זיי שוין פארלוירן פראפעסער שפירא און קעניג חזקיהו, זיי גייען נישט אנטייל נעמען אין די מאסן וואקסינאציע.


זיי האבן מיר יעצט מעורר געווען אז איך זאל פארלאנגען פון מיין מוסדות און קהלה צו צווינגען די חברה וואס ווילן נישט געבן קיין וואקסינען פאר זייערע קינדער...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

שליחה דורך טעפל »

שמעקעדיג הערליך, אזוי שיין צוצונעמען א נושא, ס'איז נישטא קיין שום פילטער פאר ענדרויד??
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4325 מאל

שליחה דורך יואליש »

ווער האט זיך געגלייבט א יאר צוריק ביי די קבלת התורות טעכנעלאגיע אז אין קנאפע צוועלעף חדשים וועט אייפאן מאכן די כשר'ע ליסטע? די באן יאגט פאראויס און שלעפט די עסקנים ביי די בערד פון הונטערוואלאכץ.
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ר' שמחה »

פארוואס האב איך א אויסקוק אויף די אלע בעפארשטייענדע קלענערע אסיפות ווי חזרה אויף א געלונגענע פורים שפיל, אפשר וועגען די ווערטער הדר קבלוה ?
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל

שליחה דורך שלשלת »

וויסט איינער, גייט אין ירושלים דאמעריקע "וויליאמבורג" אויך פארקומען אזא הדר קבלוה אסיפה? אויב יא, ווען?
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
רעאגיר