בלאט 3 פון 3
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:10 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין געהערט דעם CD עטליכע מאל. דער כתר ניגון טוב עולה על כלנה.
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:58 am
דורך שמעקעדיג
שמעלקא גיי קויף א CD אין געשעפט און פארטיג.
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:53 pm
דורך קאווע טרינקער
911
איינער האט דער נאמבער פון שלומי דאסקאל?????????????????????????
פליז!!!!!!!!!!!!!!!!
יעצט געהערט ווי ער זינגט "אתה הראת"
http://www.gruntig.net/2013/08/daskal-s ... ction.htmlער לאזט אויס די תנועות ביי "אין כמוך"... נישט גערעכט... ער פארדרייט די ניגון.
שומו שמים.
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:02 pm
דורך זר זהב
געזען פריער שומרים פאר זיין הויז
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:04 pm
דורך קאווע טרינקער
כך ענשו של בדאי.
א חוצפה. !
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:13 pm
דורך WillyChiller
איך אזוי ווי ענק אלע דא מן הסתם האבן קיינמאל נישט אויפגעכאפט אז אויף יעדע סידי זיינעם מאכט ער א טעות ביז ווילאנג איינער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט, אויף זיין סידי אדון הכל זינגט ער דארט וימלא משאלותינו איז איינמאל זינגט ער דארט וימלא משאלושינו, און אויפן טעיפ בהר המוריה זינגט ער אנשטאטס דודי עם כל עולם מקומך זינגט ער דודי עם כל דולם אויפן נייע סידי על ההרים ווייס איך נאכנישט וואס די טעות איז
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:48 pm
דורך קאווע טרינקער
ממש אזוי?! גיוווואאלד! ווי אזוי קען מען דאס צולאזען?
אייזיק האניג מאכט א טעות, וואס קיינער פון די פרודאקשען באמערקט נישט עד שבא א ווילי טשיללער והעמיד הדעת על תילה.
זאג, פארוואס האט קיינער נישט מעורר געווען דעם רעבין ז"ל אז ס'שטייט נאר איינמאל בנפשו יביא (יביא) לחמו?
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:30 pm
דורך היימישער
איך האב מיך נישט געפוילט און ארויסגענימען די אלטע סי די'ס איך האב נישט געטראפען די טעות
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:19 pm
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:ממש אזוי?! גיוווואאלד! ווי אזוי קען מען דאס צולאזען?
אייזיק האניג מאכט א טעות, וואס קיינער פון די פרודאקשען באמערקט נישט עד שבא א ווילי טשיללער והעמיד הדעת על תילה.
זאג, פארוואס האט קיינער נישט מעורר געווען דעם רעבין ז"ל אז ס'שטייט נאר איינמאל בנפשו יביא (יביא) לחמו?
נע, א טעות אינ'ם דרוק! פאר מער זעה אין מושיען של ישראל עמוד תתשפג.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:54 pm
דורך קורץ און שארף
אינעם ניגון 'אלקים אל דמי לך', דוכט זיך דרוקט ער זיך נישט גוט אויס, איינמאל.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:27 pm
דורך טעפל
קורץ און שארף האט געשריבן:אינעם ניגון 'אלקים אל דמי לך', דוכט זיך דרוקט ער זיך נישט גוט אויס, איינמאל.
ער דרוקט זך אויס דארט נאך בעסער פון גוט!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:16 pm
דורך WillyChiller
היימישער האט געשריבן:איך האב מיך נישט געפוילט און ארויסגענימען די אלטע סי די'ס איך האב נישט געטראפען די טעות
הער איבער אפאר מאל איך האב אויך נישט געכאפט די ערשטע מאל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:20 pm
דורך קאווע טרינקער
גערעכט, הער ווי ער זינגט "כתר", מ'הערט קלאר, די צווייטע מאל, ווי ער זאגט "כסר", די דריטע מאל "קתר" און די פערדע מאל "קשר" שין שמאלית.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:27 pm
דורך ניו יארק
נעה... דאס איז בכוונה, עס איז זכר לחרבן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 8:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
ער מאכט חתונה היינט נאכט אין קאנטינענטעל
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 9:36 am
דורך קאווע טרינקער
ביי די דרשו סיום אין יד אליהו
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hA0FxuFtrGE[/youtube]
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:15 pm
דורך שמעון וואלף
WillyChiller האט געשריבן:איך אזוי ווי ענק אלע דא מן הסתם האבן קיינמאל נישט אויפגעכאפט אז אויף יעדע סידי זיינעם מאכט ער א טעות ביז ווילאנג איינער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט, אויף זיין סידי אדון הכל זינגט ער דארט וימלא משאלותינו איז איינמאל זינגט ער דארט וימלא משאלושינו, און אויפן טעיפ בהר המוריה זינגט ער אנשטאטס דודי עם כל עולם מקומך זינגט ער דודי עם כל דולם אויפן נייע סידי על ההרים ווייס איך נאכנישט וואס די טעות איז
ביי אתה הראית זינגט ער "אין כמוך באל
קים ה'" אנשטאטס באל
הים
Re: אייזיק האניג #4 על ההרים
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 3:23 pm
דורך נופת צופים
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 3:32 pm
דורך פליקער
שמעון וואלף האט געשריבן:WillyChiller האט געשריבן:איך אזוי ווי ענק אלע דא מן הסתם האבן קיינמאל נישט אויפגעכאפט אז אויף יעדע סידי זיינעם מאכט ער א טעות ביז ווילאנג איינער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט, אויף זיין סידי אדון הכל זינגט ער דארט וימלא משאלותינו איז איינמאל זינגט ער דארט וימלא משאלושינו, און אויפן טעיפ בהר המוריה זינגט ער אנשטאטס דודי עם כל עולם מקומך זינגט ער דודי עם כל דולם אויפן נייע סידי על ההרים ווייס איך נאכנישט וואס די טעות איז
ביי אתה הראית זינגט ער "אין כמוך באל
קים ה'" אנשטאטס באל
הים
שלמה דאסקאל אויף הארציג צוויי פארעכט דעים טעות, און זאגט יא ארויס דעים ווארט, אנפאנג האט עס מיר געציפט, ציביסלעך האט עס אויפגעהערט ציפען