בלאט 3 פון 19

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 3:25 am
דורך שמעקעדיג
אודאי איז ער נאט גילטי. שולדיג זענען די עלטערן און מחנכים וכו',

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 9:32 am
דורך boxcover
סאשי פיש האט געשריבן:ער איז נישט שולדיג!!

קודם איז [tag]סאשי פיש[/tag] געווארן ק״ש׳ס אפיציעלע דזשורנאליסט, און יעצט א גראפיקער. איך גיי אריינלייגן א מזל טוב אין די דבר יום ביומו.

אגב, איך מיין אז די אשכול קומט אין די שמייכל אפטיילונג.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 1:58 pm
דורך סאשי פיש
boxcover האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:ער איז נישט שולדיג!!


אגב, איך מיין אז די אשכול קומט אין די שמייכל אפטיילונג.


....וירא שמים יוצא ידי שניהם..

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:47 pm
דורך מ. גליקמאן
ב'ה מען לויפט נישט אויס פון איידיעס.. אז עס עפענען זיך נישט קיין נייע געשעפטן טרעפט מען עפעס אנדערש וואס צו טוהן. נאר אזוי!

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:48 pm
דורך מ. גליקמאן
נאך פון די דערהויבענע מארש.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:49 pm
דורך מ. גליקמאן
# 3

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:52 pm
דורך שעפטל
פאלנע ליצים

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:56 pm
דורך סאשי פיש
ווער איז דער צווייטער?

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 5:10 pm
דורך בעל הבית
זענען די זיי יא גרעכט מען דארף שטארקער מאכן די גרעניצן, ווי אזוי האט ער זיך אריינגעכאפט דארט אין אמירקיע?

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 6:46 pm
דורך נולד מאוחר
קעגן וועלכע געשעפט איז דאס?

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 7:27 pm
דורך אבי גערעדט
טייערע אידן תושבי וויליאמסבורג, ווילט איר אז וויליאמסבורג זאל בקרוב אויסקוקן ווי מאה שערים וואס דארט כאפט מען פיקטשערס ווען ס'איז נישט דא קיין פראטעסט, וויבאלד דאס איז אזא זעלטנהייט? אויב נישט, דאן שטעלט אפ די פארריקטע אנשיקעניש באצייטנס בעוד מועד, טוט וואס איר קענט און אפילו וואס איר קענט נישט, ווייל דאס גייט ארויסגיין פון קאנטראל בקרוב, וויבאלד זיי זעען אז זיי האבן א פרייען האנט און קיינער שטעלט זיי נישט אפ, און זיי גייען נישט בלייבן שטיין ביי פשוטע סיינס און געשרייען.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:06 pm
דורך סאשי פיש
איינער האט א עצה??

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:30 pm
דורך יואב
אבי גערעדט האט געשריבן:טייערע אידן תושבי וויליאמסבורג, ווילט איר אז וויליאמסבורג זאל בקרוב אויסקוקן ווי מאה שערים וואס דארט כאפט מען פיקטשערס ווען ס'איז נישט דא קיין פראטעסט, וויבאלד דאס איז אזא זעלטנהייט? אויב נישט, דאן שטעלט אפ די פארריקטע אנשיקעניש באצייטנס בעוד מועד, טוט וואס איר קענט און אפילו וואס איר קענט נישט, ווייל דאס גייט ארויסגיין פון קאנטראל בקרוב, וויבאלד זיי זעען אז זיי האבן א פרייען האנט און קיינער שטעלט זיי נישט אפ, און זיי גייען נישט בלייבן שטיין ביי פשוטע סיינס און געשרייען.

אנטשולדיגט! וויליאמסבורג איז נישט א יחיד'ס פריוואטע אייגענטום.
דער משוגענער האט רעכט צו זיין משוגע, דער באגאבא שטופער האט רעכט צו גיין אבסולטלי באגאבא, דער עירוב'ניק האט רעכט צו פירן א וועגעלע, דער ארטיסט האט רעכט צו מארשירן נאקעט, און איש כל הישר בעיניו יעשה.
יעדער מעג פראקטאצירן זיינע קוריאזקייטן, ביז פעטש, אדער פיזיש חרוב מאכן א צווייטנס נכסים. דאס איז די לענד אף דע פרי.

נאר סתם אלס אן עצה טובה, וואלט איך רעקאמאנדירט פאר א צווילעזירטן מענטש נישט צו וואוינען אין דעם ירושלים דאמעריקע.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:32 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:41 pm
דורך מורינו הרב
און אבי גערעדט האט רעכט דאס צו פראבירן אפצושטעלן, ווילאנג עס גייט נישט מיט פעטש אין טעראר.

פרי קאנטרי.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:42 pm
דורך יאיר
מורינו הרב האט געשריבן:און אבי גערעדט האט רעכט דאס צו פראבירן אפצושטעלן, ווילאנג עס גייט נישט מיט פעטש אין טעראר.

פרי קאנטרי.

דאס מיינט אז אבי גערעדט שטעלט אפ פרידאם אוו ספיטש.
כאילו די געזעצן פון פרידאם אוו ספיטש גייען אן אין וויליאמסבורג.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:53 pm
דורך יואב
מורינו הרב האט געשריבן:און אבי גערעדט האט רעכט דאס צו פראבירן אפצושטעלן, ווילאנג עס גייט נישט מיט פעטש אין טעראר.

פרי קאנטרי.

אין הכי נמי. ער קען מאכן א קאנטער פראטעסט.
אפשר שפאצירן מיט טאוולען די פרויען זאלן דווקא גיין אומ-צניעות'דיג.
אבער פון זיינע שארפע ווערטער האט אויסגעקוקט ווי ער רופט מ'זאל א כאפ טאן אומנות אבותינו, ובדרך טעראר נלך.
(איך זאג ס'האט אזוי אויסגעקוקט. נישט אז איך וויל אוועק נעמען זיין פרידאם אף ספיטש).

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:59 pm
דורך מורינו הרב
יאיר האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:און אבי גערעדט האט רעכט דאס צו פראבירן אפצושטעלן, ווילאנג עס גייט נישט מיט פעטש אין טעראר.

פרי קאנטרי.

דאס מיינט אז אבי גערעדט שטעלט אפ פרידאם אוו ספיטש.
כאילו די געזעצן פון פרידאם אוו ספיטש גייען אן אין וויליאמסבורג.


חס ושלום. אבי גערעדט שטעלט נישט אפ פרידאם אוו ספיטש, ער וויל סך-הכל גיין אויף א לעגאלע וועג דאס אפצושטעלן, דאס זעלבע ווי לאוב און צימערמאן טוט.

אפשר וועסטו זאגן אז צימערמאן שטעלט אפ פרידאם אוו ספיטש, ווייל ער שרייט קעגן די אומ'צניעות'דיגע געשעפטן? - ניין, נאר יעדער מעג טון וואס ער וויל, ווילאנג ס'גייט נישט מיט טעראר. זימערמאן מעג שרייען און אבי גערעדט מעג צוריקשרייען.

אלזא, קולות זאל גיין.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 10:01 pm
דורך יאיר
אויב עס איז פארהאן א לעגאלע וועג ווי אזוי אפצושטעלן א פראטעסטירער כאטש ער שטערט נישט די ארדענונג (שווער צו זאגן אויב צימערמאן גייט אריין אין דעם כלל) דאן מיינט דאס אז אין דעם לאנד הערשט נישט קיין פרידאם אוו ספיטש.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 10:10 pm
דורך יואב
מורינו הרב האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:און אבי גערעדט האט רעכט דאס צו פראבירן אפצושטעלן, ווילאנג עס גייט נישט מיט פעטש אין טעראר.

פרי קאנטרי.

דאס מיינט אז אבי גערעדט שטעלט אפ פרידאם אוו ספיטש.
כאילו די געזעצן פון פרידאם אוו ספיטש גייען אן אין וויליאמסבורג.


חס ושלום. אבי גערעדט שטעלט נישט אפ פרידאם אוו ספיטש, ער וויל סך-הכל גיין אויף א לעגאלע וועג דאס אפצושטעלן, דאס זעלבע ווי לאוב און צימערמאן טוט.

אפשר וועסטו זאגן אז צימערמאן שטעלט אפ פרידאם אוו ספיטש, ווייל ער שרייט קעגן די אומ'צניעות'דיגע געשעפטן? - ניין, נאר יעדער מעג טון וואס ער וויל, ווילאנג ס'גייט נישט מיט טעראר. זימערמאן מעג שרייען און אבי גערעדט מעג צוריקשרייען.

אלזא, קולות זאל גיין.

וויאזוי וואלט איר אריינגעטייטשט אבי גערעדט'ס ווערטער 'טוהטס אפילו וואס ענק קענען נישט'.
אפשר אפילו אינמיטן א רעגנדיג נאכט זאל מען שטיין אין הארץ פון ווילי מיט א צובויגענעם שירעם, און מוחה זיין מיט אלע כוחות? קאן זיין.
אבער ווי געזאגט האט זיך מיר געדאכט ס'מיינט טעראר. קען זיין איך בין ראנג.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 10:17 pm
דורך מורינו הרב
גיימער אפלערנען א שטיקל 'אבי גערעדט'.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 11:53 pm
דורך George
רבותי האלטס ענק רואיג! אז נישט רוף איך אריין בלומבערג...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:29 am
דורך קאך_לעפל
יואב האט געשריבן:
אבי גערעדט האט געשריבן:טייערע אידן תושבי וויליאמסבורג, ווילט איר אז וויליאמסבורג זאל בקרוב אויסקוקן ווי מאה שערים וואס דארט כאפט מען פיקטשערס ווען ס'איז נישט דא קיין פראטעסט, וויבאלד דאס איז אזא זעלטנהייט? אויב נישט, דאן שטעלט אפ די פארריקטע אנשיקעניש באצייטנס בעוד מועד, טוט וואס איר קענט און אפילו וואס איר קענט נישט, ווייל דאס גייט ארויסגיין פון קאנטראל בקרוב, וויבאלד זיי זעען אז זיי האבן א פרייען האנט און קיינער שטעלט זיי נישט אפ, און זיי גייען נישט בלייבן שטיין ביי פשוטע סיינס און געשרייען.

אנטשולדיגט! וויליאמסבורג איז נישט א יחיד'ס פריוואטע אייגענטום.
דער משוגענער האט רעכט צו זיין משוגע, דער באגאבא שטופער האט רעכט צו גיין אבסולטלי באגאבא, דער עירוב'ניק האט רעכט צו פירן א וועגעלע, דער ארטיסט האט רעכט צו מארשירן נאקעט, און איש כל הישר בעיניו יעשה.
יעדער מעג פראקטאצירן זיינע קוריאזקייטן, ביז פעטש, אדער פיזיש חרוב מאכן א צווייטנס נכסים. דאס איז די לענד אף דע פרי.

נאר סתם אלס אן עצה טובה, וואלט איך רעקאמאנדירט פאר א צווילעזירטן מענטש נישט צו וואוינען אין דעם ירושלים דאמעריקע.


אנשילדיגט הער גענעראל, איך מאכט א פאטאלע טעות,

דער צימערמאן, איז נישט געבוירן געווארן אזוי גייסטיש אימבאלאנסירט וואו ער איז אצינד.

ער איז געבוירן א ביסל משוגע, און ער וועט נעבאך מער און מער קוקוריקו! דאס מיינט צוזאגן אז זיין מצב ווערט און און ערגער, אלזא, אויב וועט אים נישט באצייטנס אריין שטעלן און א אינסטעטוציע פון גייסטיש צירידערטע פארשוינען, דאן ווער ווייסט וואס ער גייט טאן מארגן אדער איבער מארגען ח''ו, היינט שרייט ער אויף פריצות, וואו לאנג נאך וועט עס דען נעמען ביז ער וועט אנפאנגען צי ניצן די ידיים? און עס וועט זיין מיין אדער דיין ווייב, עס איז א חוב גמור אים זאפארט אראפצונעמען פון די גאסן, ער איז אן ערענסטער געפאר פאר די מענשטהייט!