קעניגרייך האט געשריבן:לאמיר דיר פרעגן א פראגע, פארוואס איז עס אז א קוה, א הערש, און א פערד, עסן די זעלבע גראז, און ביים מטיל גללים זיין, האבן זיי אלע אנדערע סייזעס, איינער גראבע גללים, איינער שמאל, און איינער קליין?
סא אז דו ביסט נישט אויס באהאווענט אפילו אין צואה וויאזוי נעמסטו די דרייסט צו אריינרעדן אין קדושי עליונים?
הייסט אז איינער וואס קען נישט קיין צואה טאר גארנישט באשליסן?
עס איז דא אנגענומענע כלל 'אל תתן עם פתויך בטוען ובנטען', איך ווייס אז דו ווייסט אויך נישט וואס דאס מיינט סא איך וועל דיר עס ערקלערן: גיי נישט אריין אין א שמיעס מיט א צודרייטער און טויש נישט אויס מיט אים קיין רייד, ווייל דו אליין וועסט אויך צודרייט ווערן. ווי אויך איז דא א כלל 'אל תענה כסיל כאולתו פן תשוה לו גם אתה', ענטפער נישט קיין שוטה טאמער העסטו אויסזען ווי אים ווען דו וועסט אים ענטפערן. מעולם וואלט איך דיר גארנישט געדארפט ענטפערן, ווייל אזוי ווי א קינד קומט צו צו מיר און זאגט מיר משוגענער, ענטפער איך אים נישט. און אזוי ווי איינער זאגט מיר ווען, אז דער בעל שם טוב איז געווען א וואולע איד, א שיינעם רב, און א אנשטענדיגער איד, וואלט איך אזא מענטש גענטפערט?
מר. שעפטעל ווען איך האב געליינט אייער תגובה האב איך געהאלטן אז איר ווילט מיך בלויז צימבלען ווייל דאס איז די ערשטע מאל איך הער אין מיין לעבן איינעם רעדן בלשון גנאי אויף טאהשער רבי, איך האב מיך שוין געדרייט ביי זייער אסאך הויפן, ספרדישע אדער ליטווישער, חסידים, אדער מתנגים, און קיינמאל האב איך נאכנישט געהערט פון איינעם אזוי קינדיש רעדן, סא איך האלט נישט אז איר האלט באמת אזוי, טאמער יא לעבט איר ערגעץ אין א דריטע וועלט קאנטרי, אדער אויף מארס, ווייל איר זעט נישט אויס איינער וואס איז באהאווענט מיט די חסידישע לעבנסשטייגער, אדער מיט די אידישע מאנעפאל.
עס קען זיין אז עס איז די ערשטע מאל ווייל די דרייסט זיך נישט צווישן מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי דיך. אבער איך געדענק עם אויך. ער איז א וואוילע איד, אבער נישט קיין קדושאויף די איינע פראצענט אז איר מיינט עס יא ערנסט וועל איך דא זיין די שוטה און ענטפערן, קודם כל מיט לצנות קען איך זיך נישט שלאגן, די כח הליצנות איז אסאך שטערקער פון מיר, ווען פרעה וואלט געווען א לץ וואלטן אידן קיינמאל פון מצרים נישט ארויס, ביי מכות צפרדע וואלט ער נעמליך געשריגען, כא כא א כאפטע פרעש שפרינגען אין מצרים און וואלט חוזק געמאכט, סא מיט אזא איינעם וואלט מכות אויך נישט געהאלפן. אזא איינער ווי דולה ומשקה אדער גאלד וואס מאכן ליצנות, ווי תאות, אויסגעוועפט, דאווענען שפעט וכו' מיט זיי האב איך נישט וואס צו רעדן, ווייל אזעלכע מענטשן וואלטן געזאגט אויפן בעל שם טוב אז ער האט בסך הכל געטראגן א מצה שטריימעל, און א אלטע פארשימעלטע בארד וואס האט נישט קיין תאות עפ"ל. ליצנות קען איך נישט באקעמפן, ווייל ליצנות האט אפגעשמד'ט האלב אייראפע, מיט די משכילים, און אידישיסטען, סא עס איז אשאד די רייד, ווייל מען וועט מיר דאך תיכף אפענטפערן, אז איך בין בעל מוחה, א פרומער, א.ד.ג. סא צו זיי זענען מיינע רייד נישט געוואנדען, ווייל ליצנות קען גיין ביז כביכול ח"ו.
עס איז נאך אלץ נישט קיין תירוץ צו טון אנדערש ווי אונזערע חכמים האבן באשטימט.איך זאג דא גזמאות? רבי מרדכי מטשערנאבל האט נישט געדאווענט שפעט? הרה"ק מסאטמאר האט נישט געדאווענט שפעט? די ריבנוצער האט נישט געדאווענט שפעט? פון די חוזה מלובלין האט מען נישט חוזק געמאכט בימי חרפו? האט מען געזען אמאל לערנען די ריזשענער? אלא מאי מען רעדט דא פון קדושי עליונים, און מיר האבן נישט קיין השגה איבער זיי, און זייערע מעשים זענען מטים עד צית שמיא.
איך האב טאקע די זעלבע טענה אויף די סאק-מיר רבטאהשער רבי לאויט"א איז געבוירן נאך פאר די בלאט, די איד, און די צייטונג, און אויך פאר די בעל מושיען של ישראל וואס האט מער ליצנות אין זיך ווי דאס וואס מען האט געטראפן אמאל אין בלאט אויף טאהשער רבי אז נא לשרטט הלשון וכו'. טאהשער רבי איז שוין ידוע אין די וועלט אלס א קדוש וטהור, נאך פאר די קאווע שרייבערס, און די בלאט מגיהים וואס האבן געהאקט "קדוש טיטלען" זענען נאך געווען אויף די וועלט.
אויב דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט אדער געזען טאהשער רבי, העל איך דיר פארציילן, אז שוין קרוב צו פופציג יאר אין א ציה פארן אידן מכל ארבה פינות העולם יעדע ליבע שבת, און מען פארט פון א וועג פון 7 שעה להתברך בישועות. איינער פרעגט דא צו נאר 70 פראצנעט אדער נאר אכציג פראצענט פון כלל ישראל, איינער פרעגט ווער איז כלל ישראל. וויל איך דיר זאגן אז צו דעם איד פארן אידן פון אלע שאטירינגען פון כלל ישראל, חסידים, ספרדים, סאטמער, בעלז, סקווירא, קלויזענבארג, פאפא, ראכמאסטריווקא, ביאין, און ווער נישט.
עס זענען דא אסאך מענטשן וואס פארן אנדערע פלעצער אויך...נישט דער בלאט, אדער קאווע שטיבל האט אים טיטוליט קדוש, נאר אידן פון די גאנצע וועלט. די איד איז געגאנגען קיין קאנאדא נאכן קריג, ווייל ער האט געוואלט זיין אפגעשיידט פון די דרויסענדע וועלט, און דארטן אויפגעשטעלט א ישיבה מיט מסירת נפש ממש. מען רעדט דא פון א איד וואס האט כל ימיו געפאסט, א איד וואס דאווענט שעות לאנג, און א איד וואס האט כל ימיו פארטיילט מיליאנען דאלארן פאר צדקה, פאר פריוואטע מענטשן. א איד וואס יעדער חדר אינגעל ווייסט פון אים צו זאגן (חוץ גאלד און שעפטל) א איד וואס אלע קדושי עליונים פונעם פריערדיגע דור האב געהאט פאר אים כבוד, אלע רבנים זענען צו אים געפארן, צווישן אנדערע, הרה"ק מפשעווארסק, הרה"ק מסאטמאר, הרה"ק מריבנוץ, הרה"ק מספינקא, הרה"ק רבי משה ארי' פריינד, הרה"ק מפאפא, הרה"ק מתולדות אהרן, און נאך.
די ווייסט אפשר פון ווי די געלט איז געקומען?ויהי מלעיבים במלאכי אלקים, והוי יזהר בגחלתן של צדיקים, דו קענסט נאר שרייבן ווי לאנג דער אייבירשטער געבט דיר לעבן, נאכדעם אית דין אויף יעדע ליצנות און גנאי אויף צדיקים.[/quote]