בלאט 3 פון 6
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:13 am
דורך שמעקעדיג
sefish האט געשריבן:מצטמק ויפה האט געשריבן:איך בין פונקט אריבער mostly music און גל פז, און עס איז געפאקט דער עולם שטייט און די רייע צו קויפן די נייע סידי, אשרינו מה טוב חלקינו, אז מען נעמט ארויס די נישטיגע פּאר דאלער פון טאש,און מען קויפט עס ווי א נארמאלע מענטש, און מען איז מכיר טובה פאר די חדשים ארבעט פון קאפ און מוח, און אלפים פון געלט וואס גייט אריין אין אזא סידי, מי כעמך ישראל!
איך האב געמיינט אז דו מאכסט א וויץ. ''מי כעמך ישראל'' וועל איך זאגן ווען ס'וועט זיין געפאקטע ליינ'ס ביי בית הספר וואס ווילן קויפן עפעס א נייעם ספר וואס איז ארויסגעקומען.
אויך מיר א מי כעמך ישראל... רבוש"ע
מלאכים האט דער באשעפער גענוג.
כביכול האט הנאה ווען מענטשן וואס קענען הערן יענעמ'ס אלבום בגניבה און קיינער וועט נישט וויסן, און אנשטאט שטייט מען אין די ליין ביי מאוסטלי מיוזיק צו צאלן די אויסגעהארעוועטע פאר דאלער!
און טענה זיך נישט מיט מיר, ווייל אליהו האט זיך מגלה געווען צו מיר און דאס פארציילט, און מוסיף געווען אז די גאנצע פמליא של מעלה זינגט מי כעמך ישראל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:14 am
דורך sefish
אויסגעהארעוועטע פאר דאלער געט מען פאר א נארישן סידי? ענדערש שוין נוצן פאר א דאקטאר
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:23 am
דורך איך אויך
zurich האט געשריבן:קינדערלעך די לינק איז נאר א ווערטל... איבערצייגט אייך אליין
האסט מיר מכשיל געווען מיט א באריכט לבטלה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:36 am
דורך פישלע העררינג
איי עם סאררי, אבער דאס הייסט א פאצערישע דאונלויד.
ער שיקט דיך טאקע די דיזשיטעל ניגונים, אבער עס פארמאגט נישט די מחבר/דזשענרע/נאמען פראפערטיס אז עס זאל געהעריג קענען געזוכט ווערן אויף א עם פי טרי פלעיער.
אמת, איך קען עס אליינס טוהן אין איי טונס, אבער פארוואס קען מען נישט פארקויפן א דבר השלם?
-------------
בכלל, איך גיי בארגן אפאר רוגזא פנים'ער פון בערלבעלאגלה, און אהערשטעלן דא -

. וואסארא חוצפה איז דאס, אז אינעם ביכעלע שרייבט מיכאל א דאנק פאר אלע (יא, אלע) אידישע וועבזייטלעך, ובראשם היכל הנגינה פון איי וועלט, אבער אונזער קאווע לאזט ער קאלט ווערן, און דערמאנט עס נישט אפילו ברמז.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:43 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:און טענה זיך נישט מיט מיר, ווייל אליהו האט זיך מגלה געווען צו מיר און דאס פארציילט, און מוסיף געווען אז די גאנצע פמליא של מעלה זינגט מי כעמך ישראל.
איך גלייב דיר אבער מיט וועלעכע ניגון זינגען זיי עס?
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:58 am
דורך סאשי פיש
טשאבע קווייער!!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zcjAAJw8MSY[/youtube]
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:16 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:יאוי איך ציטער שוין, אויב דער עולם גייט עס יא קויפן, דארף איך דאך מאכן מער ווי צוויי טויזענט שטיק..
האסט מורא ליין קרישמע...
וועלעכע ניגון האט איר די מערסטע ליב?
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 1:22 pm
דורך מ גפני
נא דער עולם וויל אפשר זאגן מבינות?
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 1:28 pm
דורך לעמיל
די צווייטע ניגון ווי פינקי טוט די הארמאני איז משוגע צו ווערען איך גיי ניסלעך פאר די ניגון
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 1:55 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווי אן אייגן קינד האב איך אויף אים געהיט!
די גארגלערייען אויף דעם ניר ניגון צעברעקלט מיין הארץ. ס'דיר געלונגען פינקי, האסט מיך געמאכט וויינען פאר א טשעינזש.
מאטי האט זיך פיין צוגעלערנט און די מעשה פון דודי פארקאש (אוי איז ער זיס דער דודי, אן אייניקל פון ר' עמרם בלוי זי"ע) איז כלל נישט אוועקצומאכן. מאטיהאט געכאפט דעם פינקי פארטל.
ליפאס קענדי ניגון איז מתוק מדבש ונופת צופים.
די מערסטע סורפרייזט בין איך פון הירצקא ראזנבערגס גראמען, הערליך! הגם די איידיע פון אויסמשלען דעם רבינס הויף איז פינקיס אויף דעם שבת בראשית ניגון.
בכל אופן, ס'דא אסאך חידושים אין די לעריקס דורכאויס דעם גאנצן טעיפ, ספעציעל פון הערשל דייטש און פינקי.
און דאס ביכל, איז גרייזיג! רייע אנשטאט ראי', וכו'.
כ'האב מיך געבעטן ביי מיכאל ער זאל מיך עס לאזן מגיה זיין...
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 1:57 pm
דורך sefish
מיכאל האט נישט קיין אנונג אז דו עקזיסטירסט אפילו.
געבעטן האט ער זיך...
וואקס אויף.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 2:06 pm
דורך מ גפני
מאראנצןזאפט האט געשריבן:מאטי האט זיך פיין צוגעלערנט און די מעשה פון דודי פארקאש (אוי איז ער זיס דער דודי, אן אייניקל פון ר' עמרם בלוי זי"ע) איז כלל נישט אוועקצומאכן. מאטי האט געכאפט דעם פינקי פארטל.
ליפאס קענדי ניגון איז מתוק מדבש ונופת צופים.
פון וועלעכע מעשה רעדסטו?
איך לייג די קענדי ניגון אלס 1#
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 2:07 pm
דורך פישלע העררינג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:כ'האב מיך געבעטן ביי מיכאל ער זאל מיך עס לאזן מגיה זיין...
יעצט בלייבט נאר "זיך צו בעטן ביי מיכאל" ער זאל מגלה זיין ווער עס איז דער יונגערמאן וואס האט זיך געבעטן ביי איהם...
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:47 pm
דורך פאטעטע קוגל
אביסעלע קריטיג דארף מ'אויך.
לדעתי איז די מיקס נישט מורא'דיג, די צווייטע ניגון ווי פינקי הארמענייזד איז ממש העכער ווי מיכאל'ס קול,
עס איז געווען פינקט גוט ווען מ'האט געדארפט צו בייגן אן אויער צום ספיקער הערן ווי פינקי זינגט אוי טאטע אוי טאטע....
די איבערע חלקים איז עפעס מורא'דיג, איך ווער משוגע פאר די ניגון, יא די קענסט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:15 pm
דורך סאשי פיש
ליפא מיט די נייע סידי
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:16 pm
דורך סאשי פיש
יאמי לאווי
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:19 pm
דורך מ גפני
סאשי פיש האט געשריבן:ליפא מיט די נייע סידי
ליפא ליפא וואו איז דיין פיאות??
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:25 pm
דורך סאשי פיש
שרולי גרין
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:28 pm
דורך מנשה לוסטיג
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:53 pm
דורך שמעקעדיג
דער טאוועל לעבן ליפא געפעלט מיר... לץ וואס ער איז.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:38 pm
דורך לאליפאפ
דערווייל האב איך זייער ליב דוכענען ספעציעל און טרעק 2 איז נאכדעם, און ראקעפעלער ביט יעדן מיכאל כמעט!!
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:43 pm
דורך לבי במזרח
...לויפעניש
...בשום אופן נישט
...א דריטע מאל
...ניטאמאל
...געראטעוועט
...זיין טאטע וועט
Sheer Briliance!!!
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 7:09 pm
דורך דער (פינטעל) איד
לבי במזרח האט געשריבן:...לויפעניש
...בשום אופן נישט
...א דריטע מאל
...ניטאמאל
...געראטעוועט
...זיין טאטע וועט
Sheer Briliance!!!
דאס איז זיכער וועבער'ס גראמען