בלאט 3 פון 5

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:44 pm
דורך געפילטע פיש
בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווער ס'איז ביי אייך א "גדול" איז נישט מוכרח אז ער איז ביי מיר אויך א "גדול".


יא, דאס איז א מהלך וואס טייל שרייבער דא האבן אנגענימען און איך האב עס דא בעסער מסביר געווען, און עס איז זיכער אז קיינער רעדט נישט אויף קיין גדול מען מאכט אים קודם אויס גדול דערנאך רעדט מען אויף אים.

עקזעקטלי! כ'האב געוויסט דו וועסט פארשטיין דערצו. גענוי וואס מאנכע טוען ווען זיי ווילן אראפרייסן רב קוק אדער הרב שטיינמן, קודם מאכט מען עם אויס גדול, דערנאך מעג מען שוין האקן אויף זיי.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:50 pm
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווער ס'איז ביי אייך א "גדול" איז נישט מוכרח אז ער איז ביי מיר אויך א "גדול".


יא, דאס איז א מהלך וואס טייל שרייבער דא האבן אנגענימען און איך האב עס דא בעסער מסביר געווען, און עס איז זיכער אז קיינער רעדט נישט אויף קיין גדול מען מאכט אים קודם אויס גדול דערנאך רעדט מען אויף אים.

עקזעקטלי! כ'האב געוויסט דו וועסט פארשטיין דערצו. גענוי וואס מאנכע טוען ווען זיי ווילן אראפרייסן רב קוק אדער הרב שטיינמן, קודם מאכט מען עם אויס גדול, דערנאך מעג מען שוין האקן אויף זיי.


אנטשולדיגט, כדי עס זאל נישט אויסזען כאילו איר טוט מיר באשולדיגען דערמיט וויל איך זיך קלאר מאכען
איך האב דא גערעדט מיטען גרעסטן ריספעקט בנוגע רב שטיינמאן, זיך עס נאך אויב עס איז נוגע, און בנוגע קוק האב איך בסך הכל נאכגעזאגט אויף אים דאס וואס רוב רובם רבנים האבן געזאגו אויף אים, איך וועל אבער נישט מוסיף זיין נופך משלי, און איך וועל נישט ניצען מיין דעת צו רעדן קעגן א צווייטען גדול אפגעזען פון וועלכע קרייז.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:52 pm
דורך קאווע טרינקער
רוב רבנים זענען געווען קעגען רב קוק זי"ע??????????

די רבי זכותו יגן עלינו שרייבט דאך קלאר אז מ'גייט נישט נאך רוב.........................

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:53 pm
דורך קינות גירושין
בדחן האט געשריבן:קינות, וויט אל די ריספעקט טו יו, אבער די ריספעקט צו דיר שטייט היבש ווייניגער ווי עווריטש עמך איד האט צו די רבי'ס און צו די גדולים, א מענטש מיט רעספעקט ארקענט ווער עס איז העכער פון אים, ווער עס האט מער אקמפלישט פון אים, א דור פריער, מער פארשטאנד, דאס איז אלעס זאכען צו וואס מען האט ריספעקט, און דאס שטייט העכער ווי פון איין ניק צו א צווייטען, בתקווה לבנה, אבער ווילסט איבער פרעגען טו עס אין אישי.

בדחן טייערע אין אישי וויל איך נישט, ספעלט זיך מיר אויס דעם תאוות הניצחן ברבים!, איך וועל אבער גובר זיין אויף מיינע תאוות, אין דא אויפן סטעדזש וועסטו בלייבען מיטן לעצטען ווארט enjoy it

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:54 pm
דורך מאטי
און וואס טוט זיך אויב איך אין דעם דור זעהט א גדול פון פריערדיגען דור זיך קריגען אויף א גדול פון פריער פריערדיגען דור.
בד״וו דער אשכול איז פארדרייט געווארן,נישט אז ס׳גייט מיר אן אבער כ׳האב׳ס געזען ביי די גדולים דא אין שטיבל וואס זענען דא געווען פאר מיר.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 2:57 pm
דורך בדחן
moti107 האט געשריבן:און וואס טוט זיך אויב איך אין דעם דור זעהט א גדול פון פריערדיגען דור זיך קריגען אויף א גדול פון פריער פריערדיגען דור.


קומסט אריין אומקלאר, זיי בעסער מסביר דיין שאלה, אויב מעגליך גיב א דוגמה צו פארשטיין ווי וואס און ווען.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:01 pm
דורך שמעקעדיג
איך האלט אז אלו וקלו וכו' ולא פליגי. א פריערדיגער קען מאכן א טעות, א מענטש איז א מענטש, אבער מען דארף נאך אלץ רעדן מיט רעספעקט פאר גדולים, סיי אלס כבוד התורה, כבוד הצדיקים, און כבוד פון צענדליגער טויזענטער אידן וועלכע האבן זיך סומך געווען אויף די צדיקים, געווענליך זענען זיי געווען פועל ישועות, אויסגעהארעוועטע אידן, און ס'איז נישט מער ווי פשוט'ע דרך ארץ צו רעדן מיט רעספעקט. מורא רבך כמורא שמים מיינט נישט דווקא וועמען "איך" האלט פאר א רבי, נאר יעדער אנערקענטער גדול וועלכער איז מרביץ תורה.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:13 pm
דורך מאטי
בדחן האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:און וואס טוט זיך אויב איך אין דעם דור זעהט א גדול פון פריערדיגען דור זיך קריגען אויף א גדול פון פריער פריערדיגען דור.


קומסט אריין אומקלאר, זיי בעסער מסביר דיין שאלה, אויב מעגליך גיב א דוגמה צו פארשטיין ווי וואס און ווען.

סאטמאר רב זצ״ל האלט אז גיין צו בחירות אז כפירה דער אמרי חיים און אנדערע גדולים האלטן אז ס׳איז א חיוב דארף איך האלטן אז דער אמרי חיים איז א כ.. אדער אז דער סאטמאר רב האט עובר געווען אויף דעם חיוב?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:19 pm
דורך בדחן
זיי הייסען ביידע פון איין דור, און די זאלסט אנעמען ווי דיינע רבי'ס האבן דיר געלערענט,

אגב עצה אובה, למיחש מיה בעיא, אויב די ביזט אין אר"י גיי נישט צו די בחירות ווייל אפילו דיין קרייז האלט אז יא, איז אבער ווערט חושש צו זיין צו די ספק אז אפשר איז סאטמער רב גערעכט ובכגון דא שב ואל תעשה עדיף.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:21 pm
דורך קאווע טרינקער
בדחן האט געשריבן:זיי הייסען ביידע פון איין דור, און די זאלסט אנעמען ווי דיינע רבי'ס האבן דיר געלערענט,

אגב עצה אובה, למיחש מיה בעיא, אויב די ביזט אין אר"י גיי נישט צו די בחירות ווייל אפילו דיין קרייז האלט אז יא, איז אבער ווערט חושש צו זיין צו די ספק אז אפשר איז סאטמער רב גערעכט ובכגון דא שב ואל תעשה עדיף.

אפשר זיי חושש אויף שיטות בית שמאי? למיחש?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:30 pm
דורך מאטי
בדחן האט געשריבן:זיי הייסען ביידע פון איין דור, און די זאלסט אנעמען ווי דיינע רבי'ס האבן דיר געלערענט,

דאס הייסט אזוי אויב מיין טאטע איז געווען א באס דרייווער אין סאטמאר און בשכר זה האט ער באקומען דארט ביליגער שכ״ל און מיר אהינגעשיקט דארף איך אננעמען ווי מיינע רבי׳ס אין סאטמאר.
משא״כ אויב די וויזניצע תלמוד תורה איז געווען ביליגער און מיין טאטע האט מיר דארט אריינגעשטעלט דאן מוז איך אננעמען פארקערט.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:31 pm
דורך אביגדור
סתם אזוי.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:44 pm
דורך בדחן
לאמיר דיר ענטפערן אויך דיין שפראך, מען האט דא פריער געשמיעסט אז כל התורה כולה איז געבויעט אויף פריערדיגע, און אז יעדר וואס האט איבערגעגעבן און מסביר געווען די תורה ביז היימט האט אייביג פארשטאנענן אז מען גייט נאך די פריערדיגע, אמוראים אויף תנאים, גאנץ שו"ע איז געבויעט אויף דריי ראשונים, אלע אחרונים בויען אויך די ראשונים, אלע פוסקים ביז היינט צוטאגס גייען אייביג צוריק און פראבירן צו פארשטיין און מסביר זיין וואס די פריערדיגע האבן געזאגט אדער געשריבען, און ערגעץ טרעפט מען נישט אז א אחרון זאל קריגען אויף א ראשון, אדער אז דער דברי חיים זאל קריגען אויפן רא"ש,

פון נעמט זיך אזא עמי הערצות און אומוויסענהייט עס אפציווענדן מיט די הקדמה פינעם מהרש"ל?? טראכסט האסט עפעס אפגעוואנדען אדער עפעס געענפערט? וואס פראבירסטע צו איבערצייגען דערמיט?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:58 pm
דורך אביגדור
אין משא פנים.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:02 pm
דורך בדחן
עס איז דא היינט בדורינו איינער וואס קען אפווענדן א דברי חיים אדער א חת"ס? איז דא איינער וואס האלט אז ער קען? איז געווען פאר 50 צירוק איינער וואס האט האט זיך מחולק געווען אויפן דברי חיים חת"ס? איז דא א אחרון וואס קריגט אויף א ראשון? איז דא א אמוראוואס קריגט אויף א תנא ?{איך רעדט נישט פון קיין שרייבער דא אויף קאווע שטיבעל}

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 4:36 pm
דורך היימישער ליטוואק
בדחן האט געשריבן:אנטשולדיגט, כדי עס זאל נישט אויסזען כאילו איר טוט מיר באשולדיגען דערמיט וויל איך זיך קלאר מאכען
איך האב דא גערעדט מיטען גרעסטן ריספעקט בנוגע רב שטיינמאן, זיך עס נאך אויב עס איז נוגע, און בנוגע קוק האב איך בסך הכל נאכגעזאגט אויף אים דאס וואס רוב רובם רבנים האבן געזאגו אויף אים, איך וועל אבער נישט מוסיף זיין נופך משלי, און איך וועל נישט ניצען מיין דעת צו רעדן קעגן א צווייטען גדול אפגעזען פון וועלכע קרייז.


בבקשה כאפט א בליק אין דעם ספר. קוקט אויך דא.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:05 pm
דורך אביגדור
אלו ואלו דברי אלקים חיים.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:11 pm
דורך בדחן
גערעכט גערעכט - הגם איך פארשטיי באמת נישט וואס דו ווילסט - דאך וועל דער איך דיר געבן גערעכט וויייל ווי עס זעט אויס רעדן דא צוויי מענטשן פערצופאל פינעם זעלבן נושא אינעם זעלבן אשכול, אבער איינער רעדט נישט צום צווייטען מען פארשטייט זיך בכלל נישט, אזוי אויך מעגליך ווען דו לעבסט צוויי טויזענט יאר פריער וואלסטע אפשר זיי געקענט מסביר זיין דיין מיינוג און אלעס וואלט זיך געטוישט,

BTW איך כאפ זיך יעצט אז דיין מיינוג - וואס איך פארשטיי בכלל נישט - זעט אויס צו זיין מנוגד צו דיין מיינוג פון די ריינע ראסע, ווייל ביי די ריינע ראסע סומאכטע דארף מען יא זיך אנהעגן און מבטל זיין פאר די פריערדיגע, דא זעט אויס אז מען דארף נישט, ענעוועי איך מוז נישט אלעס פארשטיין, און איך גיב דיר מיט כבוד ס'לעצטע ווארט,

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:13 pm
דורך בדחן
@היימישער ליטוואק, ווי נעמט אזא סארט מאס תמימות...?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:18 pm
דורך היימישער ליטוואק
זיי מסביר

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:22 pm
דורך בדחן
איך זאל מסביר זיין וואס? די נושא פון קוק איז עפעס היינט געבוירען געווארען? איך דארף מסביר זיין א זאך וואס די פארשטייסט אליינס אז מיט ברענגן די לינק האסטע גארנישט געוויזען? וואס פשט אז האסט אנגעהויבן פון אלף?

אפשר ביזטו מסביר פארוואס דער אמרי אמת האט גערעדט קעגין אים? אדער דער ח"ח קעגן זיין מהלך אדער חזו"א אדער בריסקער רב אדער רבינו הקדוש זי"ע??

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:24 pm
דורך געפילטע פיש
בדחן האט געשריבן:איז דא א תנא וואס קריגט אויף א אמורא?

:roll:

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 5:27 pm
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:איז רב קוק געווען איינע פון די ראשונים?
:lol: