ביכער איבער חרדים און חסידים
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
און יעך האלט אינמיטן ליינען Teache, איינער דא האט עס רעקאמענדעד. וואס זאל איך זאגן? האו דיד איי מיסס אלל די פאן? ער רעדט דארט פון סאטמאר און איך קען נישט געדענקען אזא ווערטשאפט דארט. סריין פיקציע מיט א טעיסט פון אנטיסעמיטיזם. און פארוואס שרייבט ער נישט אז די נעמען זענען פיקטיוו? סקיימאל נישט געווען א ראביי שטיינער אדער די אנדערע נעמען וואס ער געבט פאר די מנהלים.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
זר זהב האט געשריבן:און יעך האלט אינמיטן ליינען Teache, איינער דא האט עס רעקאמענדעד. וואס זאל איך זאגן? האו דיד איי מיסס אלל די פאן? ער רעדט דארט פון סאטמאר און איך קען נישט געדענקען אזא ווערטשאפט דארט. סריין פיקציע מיט א טעיסט פון אנטיסעמיטיזם. און פארוואס שרייבט ער נישט אז די נעמען זענען פיקטיוו? סקיימאל נישט געווען א ראביי שטיינער אדער די אנדערע נעמען וואס ער געבט פאר די מנהלים.
קאם אן זר, האסט פארגעסן טרופ עוועניו? ראביי שטיינער איז אברהם ישעיה ווייס. אין מיינע אויגן לייגט ער אראפ די ווירטשאפט אקוראט ווי מיר האבן עס איבערגעלעבט. איך האב מיר געריסן פאר געלעכטער וויאזוי ער לייגט אראפ משה מנהל'ס דרשה פאר די טיטשערס. זיין מהלך פון שרייבן איז הומאריסטיש אבער פאקטיש.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
נאך א פונקט איבער די בוך Teacha, ער שרייבט טאקע די חוצפה'ס וואס זענען פארגעקומען דארט, ווי אויך איבער די שאנדפולע באנעמונג פון די הנהלה און די רביים כלפי די סעקולארער לערערס. אבער ער ברענגט אויך ארויס ווי די טיטשערס אליינס האבן נישט באהאנדלט די קינדער מיט ריספעקט און זיי האבן זיך אליינס נישט רעספעקטירט, און דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן פאלן קרבנות צו די קינדער.
אין ערגעץ ברענגט ער נישט ארויס אז די קינדער זענען געווען ערגער ווי די פאבליק סקול קינדער. אדרבא, ער איז מפליא ווי די קינדער האבן געהאט דאס ביסל געדולד און דרך ארץ טראץ דעם וואס זיי האבן געהאלטן נאך א צען שעה נאכאנאנדע לערנען, און קיין שום outlet.
ער שרייבט מיט אינטערעסע איבער געוויסע זאכן וואס ער האט זיך געלערנט איבער אידישקייט בכלל, און סאטמאר בפרט.
די עיקר וואס איז נוגע פאר אונז איז אז נאכן ליינען אזא בוך קומט צו מאכן א ברענעדיגע חשבון הנפש. זענען מיר מחנך אונזערע קינדער אז דאס לערנען ענגליש איז אין בעסטע פאל א בדיעבד שבדיעבד, און אז דרך ארץ פאר אן ענגליש טיטשער איז נאר אן עקסטרע באונאס? וואס פאר א מעסעדזש שוקן מיר פאר אונזערע קינדער? וואס פאר א מין חינוך איז עס אויב די קינדער האבן 4 שעה א וואך מלא חוצפה און ווילדערייען?
Just food for thought.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
בן תמליון האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:און יעך האלט אינמיטן ליינען Teache, איינער דא האט עס רעקאמענדעד. וואס זאל איך זאגן? האו דיד איי מיסס אלל די פאן? ער רעדט דארט פון סאטמאר און איך קען נישט געדענקען אזא ווערטשאפט דארט. סריין פיקציע מיט א טעיסט פון אנטיסעמיטיזם. און פארוואס שרייבט ער נישט אז די נעמען זענען פיקטיוו? סקיימאל נישט געווען א ראביי שטיינער אדער די אנדערע נעמען וואס ער געבט פאר די מנהלים.
קאם אן זר, האסט פארגעסן טרופ עוועניו? ראביי שטיינער איז אברהם ישעיה ווייס.
און ווער איז ראביי צוקערמאן, כ״ץ, גרינשטיין??
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
וכי נחש ממית
נאך א בוך וואס פאסט אריין אין דער אשכול און איך האב עס שוין איין מאל דערמאנט איז די גאר אינטערעסאנטע ספר וכי נחש ממית.
געשריבן אין עיברית דורך ישראל סגל, א קינד פון פרומע עלטערן, געבוירן תש''ד אין שכונת שערי חסד אין ירושלים. ער האט געלערנט אין אפאר ישיבה'ס צווישן זיי ישיבת פונוביז. שפעטער איז ער אראפ פון דרך און איז געווארן א שרייבער פאר עטליכע איזראעלישע מידיע צענטערן.
דער בוך - וכי נחש ממית איז א שטיקל אוטא-ביאגראפיע. ער שרייבט דא זיין לעבנס געשיכטע, ווען, פארוואס און ווי אזוי ער איז אראפ פון וועג.
בעיקר נוצט די מחבר אויס די פלאטפארמע ארונטער צו רייסן זיין עלטערע ברודער די משגיח ר' דן סגל. אויב איז אמת אפילו העלפט פון וואס ער שרייבט איז עס גאר שלעכט פאר ר' דן. דא גייט אויך אן די כללים פון לשה''ר, אז מען טאר עס נישט גלייבן, אבער עס איז אויך ליידער דא די חזקה פון לשה''ר שמתקבלת על הלב.
מצד ר' דן האט ער מחרים געווען דער ברודער פון די משפחה, און קיינער פון ר' דן'ס משפחה האט זיך טאקע נישט באטייליגט ביי זיין לוי', ווי אויך איז ער נישט געזעצן שבעה נאך אים.
סוף ימיו האט ער געליטן א שווערע קאר עקסידענט און ער איז געווען אין א קאומע פאר א שטיק צייט. ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער פארציילט געוויסע איבערלעבינישן וואס ער האט געהאט בעולם העליון בשעת ער איז געווען אין א מצב וואס רופט זיך מוות קליני - מעדיצינישע טויט.
חבד'סקע מקורות ווי אויך אנדערע מקורות גיבן אן אז ער האט חוזר בתשובה געווען דערנאך ביז זיין פטירה, א האלבע יאר שפעטער. זאל זיין נשמה האבן אן עלי'.
געשריבן אין עיברית דורך ישראל סגל, א קינד פון פרומע עלטערן, געבוירן תש''ד אין שכונת שערי חסד אין ירושלים. ער האט געלערנט אין אפאר ישיבה'ס צווישן זיי ישיבת פונוביז. שפעטער איז ער אראפ פון דרך און איז געווארן א שרייבער פאר עטליכע איזראעלישע מידיע צענטערן.
דער בוך - וכי נחש ממית איז א שטיקל אוטא-ביאגראפיע. ער שרייבט דא זיין לעבנס געשיכטע, ווען, פארוואס און ווי אזוי ער איז אראפ פון וועג.
בעיקר נוצט די מחבר אויס די פלאטפארמע ארונטער צו רייסן זיין עלטערע ברודער די משגיח ר' דן סגל. אויב איז אמת אפילו העלפט פון וואס ער שרייבט איז עס גאר שלעכט פאר ר' דן. דא גייט אויך אן די כללים פון לשה''ר, אז מען טאר עס נישט גלייבן, אבער עס איז אויך ליידער דא די חזקה פון לשה''ר שמתקבלת על הלב.
מצד ר' דן האט ער מחרים געווען דער ברודער פון די משפחה, און קיינער פון ר' דן'ס משפחה האט זיך טאקע נישט באטייליגט ביי זיין לוי', ווי אויך איז ער נישט געזעצן שבעה נאך אים.
סוף ימיו האט ער געליטן א שווערע קאר עקסידענט און ער איז געווען אין א קאומע פאר א שטיק צייט. ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער פארציילט געוויסע איבערלעבינישן וואס ער האט געהאט בעולם העליון בשעת ער איז געווען אין א מצב וואס רופט זיך מוות קליני - מעדיצינישע טויט.
חבד'סקע מקורות ווי אויך אנדערע מקורות גיבן אן אז ער האט חוזר בתשובה געווען דערנאך ביז זיין פטירה, א האלבע יאר שפעטער. זאל זיין נשמה האבן אן עלי'.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- פידלער
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 372 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
יידל האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:א גאר גוטער בוך, כאטש געשריבן מיט א שווערער שפראך, איז "מצוה מיידלעך", 2009, פון איאלא פעדער. די מחבר'טע האט זיך געדרייט אין בארא-פארק פאר עטליכע יאר אין די 1990ער יארן, זי איז געזעסן אין באבובער מיידל-שולע און אויך ביי חסידישע משפחות אינדערהיים, און האט פונקטליך דאקומענטירט וויאזוי מען "ערציט דעם קומענדיגן דור פון חסידישע אידן אין ברוקלין".
די חידוש פון מצוה גוירלס אין מיינע אויגן איז ווי גוט פעדער האט צוגעטראפן אין רוב פעלער צו אונזער געמיינדע. כ'זאג נישט, דא דארט זענען דא מאדנע טעותים, אבער בדרך כלל האט זי גוט ארויס די געמיינדע וועלכע זי שטודירט. איר בוך פאלגט נאך די ערציאונג פון א חסידיש מיידל פון יונגערהייט ביז צו איר כלה קלאס. די אינטערעסאנטסע קאפיטעל פאר מיר איז געווען קאפיטעל 5 ווי זי שילדערט א כלה קלאס אין וועלכע זי האט זיך באטייליגט און באשרייבט וויאזוי חסידישע מיידלעך נעמען אויף זיך די פליכט פון ווערן חסידישע ווייבלעך.
אויזער די negligible טעות וועגן יעקב און די לייטער וואס יידל באמערקט אין זיין שפעטער'דיגע תגובה, וועלכע טעותים האסטו געפונען? איך האב געלייענט די ביך נאך ס'איז ארויסגעקומען און בין געווען impressed ווי אקוראט ס'איז.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
הוגה האט געשריבן:סוף ימיו האט ער געליטן א שווערע קאר עקסידענט און ער איז געווען אין א קאומע פאר א שטיק צייט. ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער פארציילט געוויסע איבערלעבינישן וואס ער האט געהאט בעולם העליון בשעת ער איז געווען אין א מצב וואס רופט זיך מוות קליני - מעדיצינישע טויט.
.
מקור?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך האב עס געזעהן א שטיק צייט צוריק אויף איינער פון די חב"ד 'סקע וועבזייטלעך, אויך אויף די וועבזייטל פון ידיעות אדער מעריב.
מאך א גוגל סירטש אויף 'ישראל סגל מוות קליני', וועסט עס טרעפן.
מאך א גוגל סירטש אויף 'ישראל סגל מוות קליני', וועסט עס טרעפן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יאנקל האט געשריבן:הוגה, איך ווייס נישט וואס חב"ד טענה'ט, אבער סגל איז קלאר נישט געווארן פרום. לאחר פטירתו איז געווען באריכטעט אין די ישראלישע צייטונגען אז ר' דן סגל האט געפרעגט פון הרב אלישיב צי ער זאל זיצן שבעה נאכ'ן ברודער, און דער לעצטער האט גע'פסק'נט אז ער זאל נישט.
דא שטייט עס. אבער איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אדער א פאנטאזיע.
בנוגע ר' אלישיב'ס פסק, איז דא דערויף א מקור בהלכה?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- פידלער
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 372 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
יאנקל האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:א גאר גוטער בוך, כאטש געשריבן מיט א שווערער שפראך, איז "מצוה מיידלעך", 2009, פון איאלא פעדער. די מחבר'טע האט זיך געדרייט אין בארא-פארק פאר עטליכע יאר אין די 1990ער יארן, זי איז געזעסן אין באבובער מיידל-שולע און אויך ביי חסידישע משפחות אינדערהיים, און האט פונקטליך דאקומענטירט וויאזוי מען "ערציט דעם קומענדיגן דור פון חסידישע אידן אין ברוקלין".
די חידוש פון מצוה גוירלס אין מיינע אויגן איז ווי גוט פעדער האט צוגעטראפן אין רוב פעלער צו אונזער געמיינדע. כ'זאג נישט, דא דארט זענען דא מאדנע טעותים, אבער בדרך כלל האט זי גוט ארויס די געמיינדע וועלכע זי שטודירט. איר בוך פאלגט נאך די ערציאונג פון א חסידיש מיידל פון יונגערהייט ביז צו איר כלה קלאס. די אינטערעסאנטסע קאפיטעל פאר מיר איז געווען קאפיטעל 5 ווי זי שילדערט א כלה קלאס אין וועלכע זי האט זיך באטייליגט און באשרייבט וויאזוי חסידישע מיידלעך נעמען אויף זיך די פליכט פון ווערן חסידישע ווייבלעך.
אויזער די negligible טעות וועגן יעקב און די לייטער וואס יידל באמערקט אין זיין שפעטער'דיגע תגובה, וועלכע טעותים האסטו געפונען? איך האב געלייענט די ביך נאך ס'איז ארויסגעקומען און בין געווען impressed ווי אקוראט ס'איז.
איך בין אויך שטארק באאיינדרוקט פון ווי שטארק אקוראט דער בוך איז. פון אלע ביכער וועגן חסידים וואס כ'האב געלייענט איז פעדער'ס דאס מערסטע אקוראט. (סאלאמאן פאל'ס בוך פון 1970 איז אויך זייער פונקטליך.)
איך וויל צולייגן אז יואל פינקעלמאן'ס ביך, Strictly Kosher Reading, וואס איינער האט שוין דא דערמאנט איז פונקט אזוי אקוראט. אן אויסגעצייכנטע ביך!
לגבי די off-broadway My Name is Asher Lev, איך האלט אז עס קומט נישט צו צו די ביך. די אקטערס זענען גוט, אבער די סקריפט איז א major bore. איך האב מיך קוים געווארט ארויסצוזען פון טעאטער.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
נאך א בוך וואס קומט דא בדוחק אריין איז Yom Kippur a go-go פון מעטיו ראטה (נישט פארטוישן מיט די לעגענדארע שרייבער פיליפ ראטה).
די בוך איז א מעמואר פון ראטה פון זיין יאר(ן) וואס ער האט פארברענגט און געוואוינט אין סאן פראנציסקא, אין די שאטן פון די בערקערלי קאלעדזש. ראטה איז א ארטאדאקסישע איד, און אין די בוך עקספלארירט ער אסאך די מצוות מנהגים שבתים וימים טובים (וועלכער ער פארברענגט ביי גוטהארציגע אידן אינעם געגנט).
די עיקר פונעם בוך באציט זיך אבער צו די אלע סארטן גרופעס און פערזענליכקייטן פון אלע בעקגראונדס און קאלירען (pun intended) וואס דרייען זיך אין די bay area, און ווי אזוי ראטה האט עס רעקאנסיילד מיט זיין אידישקייט.
מעטיו ראטה איז א געוואלדיגע שרייבער, מיט א witty שפראך. די בוך גיבט א קלארע בילד איבער די סאן פראנציסקא לעבן, און ווי אזוי א איד לעבט אין א queer שטאט.
די בוך איז א מעמואר פון ראטה פון זיין יאר(ן) וואס ער האט פארברענגט און געוואוינט אין סאן פראנציסקא, אין די שאטן פון די בערקערלי קאלעדזש. ראטה איז א ארטאדאקסישע איד, און אין די בוך עקספלארירט ער אסאך די מצוות מנהגים שבתים וימים טובים (וועלכער ער פארברענגט ביי גוטהארציגע אידן אינעם געגנט).
די עיקר פונעם בוך באציט זיך אבער צו די אלע סארטן גרופעס און פערזענליכקייטן פון אלע בעקגראונדס און קאלירען (pun intended) וואס דרייען זיך אין די bay area, און ווי אזוי ראטה האט עס רעקאנסיילד מיט זיין אידישקייט.
מעטיו ראטה איז א געוואלדיגע שרייבער, מיט א witty שפראך. די בוך גיבט א קלארע בילד איבער די סאן פראנציסקא לעבן, און ווי אזוי א איד לעבט אין א queer שטאט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
פידלער האט געשריבן:יישר כח, הוגה. איך גיי דאס נאכקוקן. איז דאס די מאטיא ראטה וואס איז די מאן פון איטע ווערדיגער פון די הסתר?
איך ווייס נישט.
ער האט אויך פאבליצירט א זייער פאפולערער בוך פאר teens, מיט די נאמען Never Mind the Goldbergs.
יעצט זעה איך אז קומענדע וואך קומט ער ארויס מיט א נייע בוך וואס האט גאר שטארקע ריוויוס, צווישן אנדערע פון מים ביאליק. די נאמען פונעם בוך איז My First Kafka: Runaways, Rodents, and Giant Bugs Bug
עמיר עס צולייגן צום ליסטע.
דא האט איר א בילד פון אים. ב. ד. וו. ער וואוינט אין ברוקלין.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
פידלער האט געשריבן:יא, דאס איז ער. א גאר אינטערעסאנטע (positive connotation) כאראקטער. אויך זיין ווייב, וואס האט טאקע געגרינדעט The Hester.
האט איר אים אמאל געטראפן? אדער געהערט?
איך האב גע'גוגל'ט the Hester
עס זעהט אויס אינטערעסאנט. ביסטו שוין געווען ביי אן עווענט? אויב איז עס אינטערעסאנט, אפשר מאכט מען אויף א באזונדערע אשכל דערוועגן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 101
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:40 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
http://instagram.com/p/af-KJmDMKy/Debra feldman is coming out with a new book.
Could somebody give me a massage
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:סוף ימיו האט ער געליטן א שווערע קאר עקסידענט און ער איז געווען אין א קאומע פאר א שטיק צייט. ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער פארציילט געוויסע איבערלעבינישן וואס ער האט געהאט בעולם העליון בשעת ער איז געווען אין א מצב וואס רופט זיך מוות קליני - מעדיצינישע טויט.
.
מקור?
די phenomenon ווערט גערופען Near Death Experience (NDE) כאפ א בליק אין די references און ביי די external links. ס'דא אין עברית א לענגערע אפהאנדלונג איבער די נושא דורך הרב הגאון הגדול גלעד דיאמנט, אויב ליינט זיך אייך שווער אין די טמא'נע שפראך איז אבער די מקורות זיינע כמעט אלע אין ענגליש.
אינעם 'מהפך' פון הרב זמיר כהן מאכט ער אויך א צימעס פון די NDE געשעפט, ס'איז אבער כמובן ווי אלע זיינע שטותים, נישט ווערט קיין אשר יצר צו מאכן דעראויף.