בלאט 3 פון 5

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 7:39 pm
דורך קאווע טרינקער
מבני משה האט געשריבן:, און די גאנצע וואס סאטמר רב האט זיך אזוי געבייזערט איז געווען ווייל ער האט דאס געזאגט מיט א ברייטקייט, כאילו ער פארלאסט זיך אויף גבולות פון די ציונים.

אויף וועם זאל מען זיך פארלאזען?
אין כולל תורה ויראה דרבינו יואל טוט מען אין די ענינים?

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 7:42 pm
דורך מבני משה
איך מיין אז צווישן די גבולות פון כולל תורה ויראה ביז די גבולות פון די ציונים איז נאך דא אנדערע גבולות
ווי די גבולות פון די תורה הקדושה

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:09 pm
דורך יאיר
איך טראכט צו דער גאנצער בריוו איז פשוט א תוצאה פון דעם שאצער רב'ס שטארקע התנגדות צו האדמו"ר מסאטמאר, דעמאלט קענען דאך די סאטמארער חסידים שלאפן רואיג, ווייל דער שאצער רב איז פשוט געווארן פארכאפט דורכ'ן ס"מ אזוי ווי רוב רובם פון די צדיקי וגדולי הדור.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 9:12 pm
דורך smartinof
פסיכאלאג האט געשריבן:דער אמת איז, וועם אינטערעסירט צו ס'געווען איינעם גרעסער ווי אונזער רבי פון סענס סטריט,

דאס איז ביי אינז קלאר (הגם מיר זענען קיינמאל נישט געווען ערגעץ אנדערש) אז די כל נדרי דרשה + גאנצע הושענא רבה טאג + נשא תורות, בעחילי....איז נישט געווען ערגעץ אנדערש, האמער זיך מיט וואס צו שעמען? האט אינז עפעס געפעהלט?

יעצט, אין הימל ווער ס'געווען גרעסער איז נאאט מיי קאנסערן, און כ'פלאן נישט טו טשעק איט אויט ווערי סאאן, אין תורות הקבלה האב איך קיינמאל נישט געשמועסט מיטן רבין, ענד איי דאנט קער צו ער האט בכלל געקענט,
איך זעה נאכנישט די פוינט פין די בריוו און וואס דאס עפעקט אינז.

און וואס ער האט שוין דען גערעדט ביי די אלע עווענטס, חטא הידוע און נאכאמאל חטא ידוע, און פונ'ם חטא שאינה ידוע רק אצלו [ציונות בלע"ז] און נאכאמאל און נאכאמאל איבער געקייט די זעלבע זאך, האסט שוין אמאל געהערט א חומש שיעור פון קלויזנבורגר רב, דאס איז נישט געווען עפעס איינמאל פר' נשא, וואך איין וואך אויס, גאונות חסידות קבלה נגלה, לב ומח פתוח צו גאט ברוך הוא, סהאט זיך געגאסען פון אהבת ' וישראל בבת אחת, גערעדט פון גאט צו גאט, אלס ארום אים איז געווען תורה און יהדות, [און לאמיר נישט פארגעסן דעם הומאר וואס זיך געשאטען פון אים] נישט עפעס א ספר ווי דיין רבי'ן האט ער ארויסגעגעבן, נאר גאנצע בענדער תשובה ספרים גאונות על גבי גאונות, זיין התנהגות האט גענדעלט און די התנהגות פון זיין זיידען דער דברי חיים [הלברשטם, הדגשתי כדי שלא יטעו בין דברי חיים על חו"מ\אורבך] ר' חיים צנזר השני, איך זאג נישט אז איך בין א קלויזענבורגר חסיד, ער האט זיין אגיינע פעקעל וואס מען קען אים גוט אויספראקען, און איך זאג נישט ווער ס'איז גרעסער [נישט ווייל מען קען נישט מעסטען, נאר ווייל איך האב זיי נאך נישט געמאסטען],

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 9:21 pm
דורך בדחן
בלייבט נאר איבער זיך צו וואנדערען פאר וואס מען האט נאך נישט געטוישט די קעפיל פינעם אשכול צו "בויך ווייען, חלומות, דריקענישען, קעגן סאטמער רבין זצ"ל"

עס איז אלץ גוט אז די קעפיל פינעם אשכול זאל פארשטעלן די תוכן פינעם אשכול, נאך די לעצטע 15 תגובות דא איז צייט צו טוישן קעפיל פינעם אשכול..

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 9:35 pm
דורך קאווע טרינקער
בדחן האט געשריבן:בלייבט נאר איבער זיך צו וואנדערען פאר וואס מען האט נאך נישט געטוישט די קעפיל פינעם אשכול צו "בויך ווייען, חלומות, דריקענישען, קעגן סאטמער רבין זצ"ל"

עס איז אלץ גוט אז די קעפיל פינעם אשכול זאל פארשטעלן די תוכן פינעם אשכול, נאך די לעצטע 15 תגובות דא איז צייט צו טוישן קעפיל פינעם אשכול..


ווען ****'ס קעפל וואלט געהאט תוכן, וואלט נישט אויסגעפעהלט אזא אשכול.
קיינער דא איז נישט "קעגן" סאטמאר'ע רב. מ'איז קעגן די וואס זענען קעגן יעדען אויסער סאטמאר רב. הבנת?

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:40 pm
דורך בדחן
ייש״כ פאר די קאמפלימענט, און יא איך האב דאס פארשטאנען פון אנפאנג אז נאר *** איז תוכן, און איך פארשטיי אז קיינער איז נישט קעגן סאטמער רב עס איז נאר א קלאקציע פון נישט געשוטיגענע מעשות וואס ווערט דערמאנט אויפן סאטמער רב, דאס אלעס איז פשוט, איך האב נאר געטראכט...... וכו׳

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 1:36 am
דורך דייטל
מבני משה האט געשריבן:דער בריוו איז כלל נישט קיין חידוש ווייל עס איז ידוע אז ווען דער סאטמער רב איז געקומען קיין לונדון האט דער שאצער רב געשיקט א בריוו פאר'ן סאטמער רב (איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואס ער האט דארט געשריבן) און ער האט געצווינגן ר' געציל בערגער זאל דאס איבער געיבן דעם סאטמער רב (די בריוו איז עד היום הזה ביי די בערגער אייניקלעך), ווען סאטמער רב האט גענדיקט ליינען דעם בריוו איז עים דער אודער ביים שטערן געווען זייער בולט, (ווי עס איז געווען מנהגו בקודש אין אונגעצויגענע צייטן), אבער משום כבודו פון שאצ'ר רב האט ער גארנישט גענטפערט.

טוט אונדז א געפעליגקייט הערר "מבני משה" און שאפטס אונדז דאס אהער ביטע.
פיזשאלעסטע

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 8:05 am
דורך מבני משה
איך האב אונגעצייכנט ווי און ביי וועם מען קען דאס טרעפן אויב עס איז אייך שטארק אינטרעסאנט ווענדטס אייך צו די אויבן דערמאנטע

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 11:36 am
דורך דולה ומשקה
יאיר האט געשריבן:איך טראכט צו דער גאנצער בריוו איז פשוט א תוצאה פון דעם שאצער רב'ס שטארקע התנגדות צו האדמו"ר מסאטמאר, דעמאלט קענען דאך די סאטמארער חסידים שלאפן רואיג, ווייל דער שאצער רב איז פשוט געווארן פארכאפט דורכ'ן ס"מ אזוי ווי רוב רובם פון די צדיקי וגדולי הדור.


דער שאצ'ער איז געוועהן א שטארקע אנהענגער אין דער בעלזא רב מהר"א רוקח זצ"ל,
שנת תשט"ו (מיט א הקדמה פון א שנת תשי"ב באזוך) איז געוועהן ווען א קאלטע קריג האט אויסגעבראכען ציווישען סאטמאר אין בעלזא,
שנת תשט"ו איז געוועהן דער אפציעלע יאר ווען דער קלויזענבורגער רבי האט מחליט געוועהן אז גענונג איז גענונג פון וויליאמסבורג, יענעם יאר איז ער געגאנגען אויפשטעלן קרית צאנז, ווי ער האט זיך דריי יאר שפעטער (תשיט-כ) באזעצט.
דער שאצ'ער רבי האט געלאזט הערען זיין מיינונג אין אסאך ענינים וואס האבן אויסדריקלעך נישט באלאנגט צו איהם, זיינע דרשות ומכתבים האבען קיינמאהל נישט געהאט קיין השפעה אין קיינע איינע פון די הינזיכטן אין וואס ער האט זיך געלאזט הערען.
למה הדבר דומה כאילו מ'זאל היינט צו טאג טרעפען א בריעוו בחתימת יד קדשו פון רבי מנשה קליין אונגווארע רב איבער די סאטמארע רבנות לטובת אחד הצדדים, אפשר אין פופציג יאר ארום וועט דאס זיין אינטרעסאנט, אבער באשר הוא שם, תשע"ג וועט אזא בריעוו נישט אויסמאכען קיין איין פרעצענט, אפילו די זייט פארוועם ער נעמנט זיך אן וועט דאס אויך נישט נוצען, ודו"ק.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 3:28 pm
דורך קאווע טרינקער
דרך אגב, תוך כדי טעימת לאונטש, ס'קומט באלד ארויס א נייע ספר, זכור ימות עולם, וואס באשרייבט דעם באזוך צווישען אדמו"רי בעלזא און סאטמאר, כ'הער ס'איז פיינע נייעס.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 4:01 pm
דורך שמעקעדיג
וועלכע בעלזא און וועלכע סאטמאר? וועלכע יארן? זיי מרחיב, בעפאר דו מאכסט א בורא נפשות.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 6:57 pm
דורך יאיר
דולה ומשקה האט געשריבן:דער שאצ'ער רבי האט געלאזט הערען זיין מיינונג אין אסאך ענינים וואס האבן אויסדריקלעך נישט באלאנגט צו איהם, זיינע דרשות ומכתבים האבען קיינמאהל נישט געהאט קיין השפעה אין קיינע איינע פון די הינזיכטן אין וואס ער האט זיך געלאזט הערען.
למה הדבר דומה כאילו מ'זאל היינט צו טאג טרעפען א בריעוו בחתימת יד קדשו פון רבי מנשה קליין אונגווארע רב איבער די סאטמארע רבנות לטובת אחד הצדדים, אפשר אין פופציג יאר ארום וועט דאס זיין אינטרעסאנט, אבער באשר הוא שם, תשע"ג וועט אזא בריעוו נישט אויסמאכען קיין איין פרעצענט, אפילו די זייט פארוועם ער נעמנט זיך אן וועט דאס אויך נישט נוצען, ודו"ק.

גאר גוט אראפגעלייגט. אבער למעשה, מיר ווייסן דאך יא דעם אמת למפרע ואספארא איש קדוש עובר עלינו, פון די גרויסע ישועות וואס מ'זעט ביי זיין קבר כקריעת ים סוף בשעתה, מילא יעצט ווערט גאר נתגלה אז דער קדוש ומופת הדור והדרו האט געהאלטן אז סאטמאר רב און קלויזנעבורגער רב שטייען אייניג, בודאי האט ער אזוי געזען מיט זיינע הייליגע אויגן אין ישיבה של מעלה. אויב אזוי מוז מען איבערשרייבן גאנץ מושיען של ישראל.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 7:27 pm
דורך פסיכאלאג
זענט איר שוין אריין אמאל אין קלויזענבורג אין בארא פארק, כאפט א בליק וויפיל ענגליש ספיקינג אנע בערד יודן סעזענען דא דארט, איך גלייך נישט אראפ צו רייסן אידן אין טאקע וועגן דעם טו איך דאס נישט , איי גאט נאו פראבלעם מיט די סארט זאכן ליידער, וועגן דעם שרייב איך דאס ארויס ,אבער דאך שטעל דיר פאר ראדני קוקט אזוי אויס!
אין מה לדבר אינזער רבי איז געווען א מעכטיגע פירער, מיט שטארקע השקפות ער האט געוויסט וויאזוי אידישקייט ברויך אויסקוקען, תלמידי חכמים האמיר גענוג,

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 7:34 pm
דורך מבני משה
עס איז אשאד אז אזא פסיכולוג ווי די פארשטייט נאך נישט אז ווען מען מאכט גרויס א צווייטן רעבי'ן, ווערט דיין רבי נישט קלענער

חוץ מזה זענען מיר נישט דן דא ווער איז באמת גרעסער געווען, (אז די ווילסט גאר שטארק רעדן פון דעם עפן ביטע אויף א נייע אשכול), מיר זענען דן פשט אין שאצער רב'ס בריו

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 7:54 pm
דורך פסיכאלאג
לפי' הענין פין רוב תגובות אין דעם אשכול, האב איך ווייטער ממשך געווען, נישט אז איך האלט אז סעקומט דא אריין אין גראדע א נייע אשכול איז נישט קיין שלעכטע פלאן סעדא אסאך צו שרייבן וועגן דעם נושא

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 8:56 pm
דורך דעת תורה
קאווע טרינקער האט געשריבן:דרך אגב, תוך כדי טעימת לאונטש, ס'קומט באלד ארויס א נייע ספר, זכור ימות עולם, וואס באשרייבט דעם באזוך צווישען אדמו"רי בעלזא און סאטמאר, כ'הער ס'איז פיינע נייעס.


דער ספר איז אריגינעל ארויסגעקומען א צייט צוריק נאר במספר מצומצם, אבער היברו בוקס האט עס.

יעצט האבן זיי עס אביסל פארשענערט און ארויסגעגעבן אין א שיינעם פארמאט, דער תוכן דאס זעלבע.

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 3:10 am
דורך שלשלת
פסיכאלאג האט געשריבן:זענט איר שוין אריין אמאל אין קלויזענבורג אין בארא פארק, כאפט א בליק וויפיל ענגליש ספיקינג אנע בערד יודן סעזענען דא דארט, איך גלייך נישט אראפ צו רייסן אידן אין טאקע וועגן דעם טו איך דאס נישט , איי גאט נאו פראבלעם מיט די סארט זאכן ליידער, וועגן דעם שרייב איך דאס ארויס ,אבער דאך שטעל דיר פאר ראדני קוקט אזוי אויס!
אין מה לדבר אינזער רבי איז געווען א מעכטיגע פירער, מיט שטארקע השקפות ער האט געוויסט וויאזוי אידישקייט ברויך אויסקוקען, תלמידי חכמים האמיר גענוג,


פון א פסיכאלאג איז ערווארטעט עפעס בעסער...
אגב, אלס ראי' לדבריך נאדיר א טיילווייזע בילד פון הונדערטער צאנזער מגולחים, שטייענדיג ביים נעילת החג טיש דעם שבועות תשע"ג

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 3:16 am
דורך שלשלת
דעת תורה האט געשריבן:יעצט האבן זיי עס אביסל פארשענערט און ארויסגעגעבן אין א שיינעם פארמאט, דער תוכן דאס זעלבע.

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 2:27 pm
דורך שרייבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:דרך אגב, תוך כדי טעימת לאונטש, ס'קומט באלד ארויס א נייע ספר, זכור ימות עולם, וואס באשרייבט דעם באזוך צווישען אדמו"רי בעלזא און סאטמאר, כ'הער ס'איז פיינע נייעס.

און איך האב געמיינט דו רעדסט פון זכור ימות עולם פון ר' בנציון יאקאבאוויטש

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:45 pm
דורך smartinof
יאיר האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:דער שאצ'ער רבי האט געלאזט הערען זיין מיינונג אין אסאך ענינים וואס האבן אויסדריקלעך נישט באלאנגט צו איהם, זיינע דרשות ומכתבים האבען קיינמאהל נישט געהאט קיין השפעה אין קיינע איינע פון די הינזיכטן אין וואס ער האט זיך געלאזט הערען.
למה הדבר דומה כאילו מ'זאל היינט צו טאג טרעפען א בריעוו בחתימת יד קדשו פון רבי מנשה קליין אונגווארע רב איבער די סאטמארע רבנות לטובת אחד הצדדים, אפשר אין פופציג יאר ארום וועט דאס זיין אינטרעסאנט, אבער באשר הוא שם, תשע"ג וועט אזא בריעוו נישט אויסמאכען קיין איין פרעצענט, אפילו די זייט פארוועם ער נעמנט זיך אן וועט דאס אויך נישט נוצען, ודו"ק.

גאר גוט אראפגעלייגט. אבער למעשה, מיר ווייסן דאך יא דעם אמת למפרע ואספארא איש קדוש עובר עלינו, פון די גרויסע ישועות וואס מ'זעט ביי זיין קבר כקריעת ים סוף בשעתה, מילא יעצט ווערט גאר נתגלה אז דער קדוש ומופת הדור והדרו האט געהאלטן אז סאטמאר רב און קלויזנעבורגער רב שטייען אייניג, בודאי האט ער אזוי געזען מיט זיינע הייליגע אויגן אין ישיבה של מעלה. אויב אזוי מוז מען איבערשרייבן גאנץ מושיען של ישראל.

און פארשטייט זיך, אויב איז ער בסה"געוועןכ אייניג מיט סטמר רב און נישט עפעס מער,דארף מען איבערמאכן דען גאנצ'ן "לפיד האש"...

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:46 pm
דורך smartinof
פסיכאלאג האט געשריבן:זענט איר שוין אריין אמאל אין קלויזענבורג אין בארא פארק, כאפט א בליק וויפיל ענגליש ספיקינג אנע בערד יודן סעזענען דא דארט, איך גלייך נישט אראפ צו רייסן אידן אין טאקע וועגן דעם טו איך דאס נישט , איי גאט נאו פראבלעם מיט די סארט זאכן ליידער, וועגן דעם שרייב איך דאס ארויס ,אבער דאך שטעל דיר פאר ראדני קוקט אזוי אויס!
אין מה לדבר אינזער רבי איז געווען א מעכטיגע פירער, מיט שטארקע השקפות ער האט געוויסט וויאזוי אידישקייט ברויך אויסקוקען, תלמידי חכמים האמיר גענוג,

א מינוט, דער שאצער רעדט פון אייניג בהנהגה אדער עפעס מער ספירטואל??

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 10:31 am
דורך בעריש
איך זע באמת נישט די ביג דיעל מיט דעם מכתב
הרה"ק משאץ איז געווען א חסיד מובהק פון הקדוש מהר"א מבעלזא זי"ע אזוי אז קיין סך סימפאטיע קענסטי פון אים נישט ערווארטען פון אים קיין סאטמאר
אולי איז גאר א חידוש אז ער שטעלט סאטמאר רב אויף איין דרגה מיטן קלוזענבורגער.