דער טעאלאג/פילאזאף דר. אלווין פּלאנטינגא וויל זיך ברענגען א ראיה פון עוואלושאן אויף מציאות הבורא [אויב נעמט מען אן אז דאס איז אויפ׳ן טיש אלס א ווייעבּל מעגליכקייט]. ער נעמט אן עוואלושאן
לגמרי (אנדערש ווי
אינטעלידזשענט דעזיין), אבער ער טוהט זיך דינגען מיט׳ן דאס אריינשטעלן אין א
[מעטאפיזישן] נאטורעליזם פרעימווארק.
ער טענה׳ט אז עפ״י
[מעטאפיזישע] נאטורעליזם איז:
(בעיקר)
1). זיכער אז עס איז נישטא קיין
תכלית [purpose] פאר אונזערע קאגניטיוו פאקולטיס אונז צו סערווירן מיט אמת׳ע גלויבונגען. דאס איז ווייל עפ״י
[מעטאפיזישע] נאטורעליזם איז דאך נישטא קיין
תכלית [purpose] פאר גארנישט. עוואלושאן ארבעט נישט מיט קיין ״תכלית״, נאר אויב פונקט האט זיך דאס [די מיוּטעישאנס וכו׳] אויסגעארבעט לטובת די סוּרווייוועל פון די מין איז דאס געבליבן.
און
2). עס איז שווערער אנצונעמען לפי״ז אז די גלויבונגענס וואס אונזערע קאגניטיוו פאקולטיס טוהן אונז ווייזן/סערווירן זענען
טאקע אמת׳ע גלויבונגען, פערסעפשאנס וכו׳ (עפ״י רוב). דאס איז ווייטער ווייל עוואלושאן (עפי״ז) איז נישט אויסן אונז צו סערווירן מיט זאכן וואס זענען
טאקע ריכטיג וכו׳, נאר מיט זאכן וואס העלפן אונזער מין סורווייווען וכו׳, אפגעזעהן צו זיי זענען באמת ריכטיג צו פאלש
(ועכ״כ אז ניטשע האט טאקע אט דאס גע׳טענה׳ט: אז אונזערע אלוועטליכע גלויבונגען און ״אמת׳נס״ וואס אונז נע׳מיר אן מיט א פשטות, זענען אין אמת׳ן(...) נישט אזוי; עס זעהט אונז נאר אויס אזוי מכח עוואלושאן וכנ״ל). דאס איז בפרט אז אונז זעה׳מיר אז רובא דרובא דרובא פון בע״ח האבן נישט אויסגעפעהלט לגמרי צו עוואלווען בּעליִף (וכ״ש ריכטיגע בּעליִף) פאקולטיס אויף כדי צו קענען סורווייווען אין גרויסן.
יעצט, טענה׳ט ער, אויב האלטן מיר אז אונזערע קאגניטיוו פאקולטיס טוהן אונז
יא סערווירן מיט גלויבונגען וואס זענען
טאקע ריכטיג, דעמאלטס עפ״י עפעס וואס ער רופט די
עקספעקטעישאן פרינציפ [דאס הייסט אז אויב איך האב דאטא און צוויי היפאטעזיעס וואס שטימען דערמיט, זאל איך אננעמען די היפאטעזיע וואס עפי״ז וואלט איך מער עקספּעקטעד די דאטא; עס איז ענליך צום באקאנטן
אקקאם׳ס רעיזאר], זאל מען דא, טאקע מכח עוואלושאן, אננעמען
טעאיזם לעומת
[מעטאפיזישע] נאטורעליזם [מ׳קען טאקע טענה׳ן אז אפילו מכח [מעטאפיזישע] נאטורעליזם האט יא אויסגעפעהלט צו עוואלווען אמת׳ע בּעליִף פאקולטיס, אבער עס איז שוין נישט אזוי עקספּעקטעד וכו׳]. דאס הייסט אז עכ״פ עוואלושאן איז משורשו פון ג-ט (וכדרכו של סליפקין) מיט׳ן ציל אז הומענס׳ קאגניטיוו פאקולטיס זאלן עוואלווען צו קענען באשטימען (עפ״י רוב)
אמת׳ע גלויבונגען.
ובעקבותיו הלך דר. קעלי דזשעימס קלארק און אין זיין הסבר נוצט ער די באקאנטע
פראבלעם פון אינדאָקשן (ועיין מכאן ולהלן). דהיינו, מ׳קען גאר גאר שווער אויפווייזן (אויב בכלל) אז די לאגישע פיזישע געזעצן וכו׳ וואס זענען יעצט גילטיג ונראה לעינים בפשטות, וועלן אנהאלטן פונקט אזוי אינ׳ם צוקונפט. עס קען זיין אז דאס וואס אונז גלייבן בפשטות אזוי (דאס איז דאך אויך די יסוד פון גאנץ סייענס) איז נאר ווייל מכח עוואלושאן איז דאס מער קאַנדוּסיוו פאר אונזער מין׳ס סוּרווייוועל וכו׳, אבער נישט ווייל ס׳איז באמת אזוי וככל הנ״ל. אויב אבער נע׳מיר אונז אן אז דאס וואס אונז זעהן מער דאס וכו׳ מיט אונזערע פאקולטיס איז יא באמת אזוי (״דריי מיר נישט קיין קאפ״...), טענה׳ט ער אז מ׳קען דאס נוצן פאר א סמך צו מציאות הבורא און טאקע מכח עוואלושאן.
יעצט לענינינו, לפי כל הנ״ל קען מען דא זאגן ביי [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]’ס ״מעשה״ אזוי. די גמרא זאגט דאך (שבת קיט:) אז ס׳דא צוויי מלאכים וואס באגלייטן דעם מענטש אהיים פרייטאג צונאכטס און איינע פון זיי זאגט ״יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך״ ע״ש. ולפי״ז קען מען זאגן אז די ״רמז״(...) דא איז אז אויב גייט דארווין דארט זיין ביי קידוש, קען מען נוצן טאקע דעם ענין פון אינדאָקשן [שתהא לשבת אחרת כך] צו שטארקן אמונה בה׳ און טאקע מכח דארווין׳ס טעאריע וככל הנ״ל.
אבער איה״נ איז טאקע באקאנט דער אוהחה״ק (בראשית ב ג) אז די וועלט האט נאר א יכולת צו שטיין משבת לשבת, און נאר מכח שמירת שבת גיבט מען עס די יכולת ווייטער אנצוגיין ע״ש. קען מען טאקע נישט נוצן די ענין פון אינדאָקשן.*
ואולי קען מען זאגן(?...) נאך מער אז וועגן דעם באווייזט ער זיך אויך דוקא בקידוש על היין. דאס איז ווייל אין ארגעניק כעמיסטרי איז אן
אלקאהאל אן ארגעניק [קארבאן טשעין] מאלעקיול וואס האט צוגעטשעפעט צום סוף אן אקסידזשען אטאם (מיט א היידראדזשאן אטאם; א
היידראקסיל פאנקשינעל גרופע). אונזער אלקאהאל וואס מ׳טרונקט (און איז נישט א סם המות ממש) איז
עטאנאל (בתוך המשפחה של
אלקאהאל); נאך צוויי באהאפטענע קארבאן אטאמען איז דא די אקסעדזשען אטאם.
עכ״פ דאס וואס מאכט
אלקאהאל/עטאנאל בתוך היין, וממילא חשיבותו, אנדערש פון אנדערע קארבאן/ארגעניק באשטיינדלען איז דאס איינע אקסידזשאן אטאם באהאפטן דארט צום סוף. א חלק פון די פראצעס פון עוואלושאן זאגט איבער וויאזוי ארגאניזמס זענען געגאנגען פון
ענאקסיק רעספּירעישאן, אן אקסידזשען, צו
עירוֺיבּיק רעספּירעישאן, צו נוצן דאס אקסידזשען פאר אטעמען וכו׳. יעצט, די
עטאנאל אין די וויין קומט טאקע צושטאנד דורך
אַנעירוֺיבּיק רעספּירעישאן, וואס די יִסטס וכו׳ טוהן פערמענטן די
עטענאל ווען עס איז נישטא קיין דרויסענדיגע אקסידזשאן/לופט [זיי ״צוברעכען״ די עוועילעבּל צוקערס (וואס האבן שוין אקסידזשען אין זיך) און גיבן ארויס קארבאן דיאקסייד און עטאנאל]. וועגן דעם קומט טאקע דארווין דעמאלטס צו גיין, ווייל עס ליגט אויך אין זיין טעאריע/געזעץ אז לופט-אטעמנדיגע ארגאניזמס האבן עוואלווד פון נישט לופט-אטעמנדיגע ארגאניזמס אין דאס באנוץ פון אקסידזשען, וואס דאס ווערט מרומז אין דאס מאכן די וויין (און וועגן דעם איז מען טאקע מקדש על היין בזכירת וכניסת שבת וואס איז מעיד אז דער בורא האט דאס אלס באשאפן, צו ווייזן אז עס איז נישט א סתירה וככל הנ״ל).
***
viewtopic.php?p=445389#p445389