בלאט 3 פון 7

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 10:00 am
דורך געפילטע פיש
I'm back האט געשריבן:[tag]אליצפן[/tag], איך האלט אז ביסט ראנג.
בר רפאלי זז'ג איז אין די נייעס ווען זי באדעקט מער ווי 6 אינטשעס פון איר גוף.
איך גלייב נישט אז זי וואלט געהאט א פראבלעם צו עקטן אזוי.

גלייב יא גלייב נישט, וויקיפידיע זאגט אז זי עקט נישט אויף דעם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:07 am
דורך I'm back
[tag]געפילטע פיש[/tag], איך האב געזאגט אז איך גלייב נישט 'אז זי וואלט געהאט א פראבלעם צו עקטן אזא עקט'.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:25 pm
דורך מנשה לוסטיג
אליצפן האט געשריבן:[tag]מורינו הרב[/tag]

דאס וואס איינער האט דא פריער געשריבן אז איינער פון די מיידלעך איז
בר רפאלי, איז לכאורה גאנץ זיכער נישט אמת, ווייל בר רפאלי וואלט זיך קיינמאל נישט אזוי ארויסגעשטעלט במלא הדרה...
זי איז אויף א פיל העכערע סטאנדארד ווי דעם.

ליידער וויפיל איך ווייס, איז בר רפאלי איז היינט שוין אומאפציעל א פורנו סטאר, און נאר זי איז מסכים צו אזעלכע אקטן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:35 pm
דורך I'm back
וואס האט דאס מיט אליפורני? מען רעדט דא וועגן סדום, נישט די נס חנוכה...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:40 am
דורך אליצפן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ליידער וויפיל איך ווייס, איז בר רפאלי איז היינט שוין אומאפציעל א פורנו סטאר, און נאר זי איז מסכים צו אזעלכע אקטן.

[tag]מנשה לוסטיג[/tag] איך מיין אז איר זענט נישט גערעכט. בר רפאלי איז א ''סופערמאדעל'' און קיין שום סופערמאדעל וועט זיך נישט לאזן פאטאגראפירן כאדם לפני החטא, ווייל דאס נידערט אוטאמאטיש גאר שטארק זייער ווערט. די אלע וואס לאזן זיך פאטאגראפירן אויףדעם אופן זענען די שוואכער סחורה וואס אן דעם טרעפן זיי נישט ארבעט.
ביי די גוים איז אזא זאך אז ס'ווערט ביי זיי אזא מין חידה, וויאזוי וואלט די מאדעל אויסגעזעהן אן גארנישט, און די מינוט וואס מען קען עס למעשה זעהן פאלט די גאנצער fascination מיט איר אוועק.
אויסערדעם איז זי א מאדעל, און נישט קיין עקטרעס, און אויסער צוויי פלעצער האט זי אין ערגעץ נישט געשפילט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:04 am
דורך לכבוד שבת קודש
בר רפאלי האט געשפילט אויף 'חשופים', שפילנדיג דער דמות פון 'גלי ארזי'. זי האט אראפגעלייגט דארט אן אייזערנעם דזשאב, טראצדעם וואס זי האט געשפילט אלס סנאב, עגאאיסט וואס טראכט נאר פון זיך, זיך צוקריגנדיג מיט יעדן וואס איז איר געשטאנען אין וועג. פאראן וואס זאגן אז זי האט דארט ארויסגעוויזן איר אמת'ע מהות און פנימיות, זייענדיג באמת אלס אזא איינער, טראצדעם וואס זי פראבירט אהערצושטעלן אן אנדערן פנים.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:23 am
דורך טעפל
ממש נישט קוקט דא http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7% ... 7%99%D7%9D
איהר מיינט יעל בר זוהר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:10 am
דורך לכבוד שבת קודש
טעפל, גערעכט און שכוח פארן מעמד זיין על טעותי.

איך האב שטארק געגליכן די מאווי 'חשופים', א לענגערע צייט בין איך געווען צוגעקלעבט צו דעם. בעיקר בין איך אויסגעגאנגען פאר שירה מזור (נעמה שניידר), אזא איידלקייט און געשמאקקייט, זי האט עפעס א חן אין זיך וואס מען קען נישט מסביר זיין. בכלל, זי איז אן אינטערגעציפטע בחור'טע, מאכט א רושם ווי א שטילע צוריקגעצויגענע און אונטערן טיש איז זי אזא אונטערגעציפטע, אז זי דרייט איבער א גאנצע פלאץ אנע דעם וואס איינער זאל חלומ'ען אז זי האט אלעס אנגעווערטשאפט. דער גאנצער אופן ווי אזוי זי וויל זיך נוקם זיין אין גלי ארזי איז קונצליך און אויסטערליש, האקט אן קשרים מיט איר מאן, אן דעם וואס איר מאן אליין זאל וויסן אז זי איז גאר גורם פאר גלי ארזי שלעכטס.

בכלל, זי האט עפעס אזא הימלישע צורה אז מען קען פשוט אויסגיין פאר איר, כ'קען עס נישט מסביר זיין.

אלה יוספי איז אויך נישט אוועקצומאכן, אבער זי איז סתם א חזר'טע וואס לויפט יעדן טאג מיט א צווייטן, זיך שלאגנדיג מיט איר שוועסטער ריקי.

בכלל, די גאנצע סדרה איז זייער דראמאטיש און שיין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:44 am
דורך טעפל
קען זיין, כ'האב עס נישט געזעהן..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:51 am
דורך I'm back
ווי האט זי זיך געלערנט אזא גוטע ענגליש?

זוהי סדום

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:54 pm
דורך shefele
יישר כח הרב לכבוד,
עס איז טאקע סאמטינג ספעשל!
לתועלת הרבים לייג איך א לינק ווי מען קען עס סטרימען אימזינסט

http://moviesonline-il.blogspot.co.il/2 ... -post.html

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:36 pm
דורך אליצפן
ס'איז דא א פילם מיטן נאמען sword of gideon, דאס איז די פילם וואס דער באקאנטע מאווי munich פון סטיווען שפילבערג איז באזירט אויף.
עס איז א זעלטענער גוטער פילם, פיל בעסער ווי munich, עס לייגט מורא'דיג אראפ דער וועג וויאזוי די ישראלים האבן זיך נוקם געווען אין די טעראריסטן.
עס איז גאר שפאנענד און שרעקעדיג, מ'קען פילן בחוש דער פחד וואס די אגענטן האבן געשפירט דורכפירנדיג זייערע נקמה אקציעס.
פאר דער וואס האט ליב revenge films איז דאס א must watch.
http://en.wikipedia.org/wiki/Sword_of_Gideon
מ'קען זעהן די גאנצער פילם אויף יוטוב.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bBUxkphUSsk[/youtube]

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:07 pm
דורך זר זהב
דאס קומט אין די אשכול?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=EtUg9wiD3z0[/youtube]

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:08 pm
דורך זר זהב
איך קען עס נישט זעהן , זאל א 2'טער הנאה האבן

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:35 pm
דורך קורץ און שארף
דוכט זיך אז מען האט עס נאכנישט געברענגט דא.

עס איז דא גאר א דראמאטישע און עכט אויסגעהאלטענע פילם מיטן נאמען "טביעת אצבע", איך וויל נישט שרייבן גענוי פון וואס ער רעדט זיך, נישט אוועקצונעמען די אינטרעסאנטקייט בשעתן קוקן. אבער עס איז [געבויעט אויף] א אמת'ע מעשה, מיט א וואונדערליכע השגחה פרטית. די אקטיארן זענען אין עברית, אבער עס איז דא ענגליש טרענסלעישן אגאנצן צייט.

דא איז די ערשטע האלב [פאנגט אן צו קוקן ביי מינוט 7, פארדעם איז ממש נישט אינטרעסאנט, און דוכט זיך, האט נישט קיין שייכות]:
http://www.dailymotion.com/video/xs16c6 ... D7%90_auto


דא איז די צווייטע האלב:
http://www.dailymotion.com/video/xs16ca ... D7%91_auto

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:35 pm
דורך קורץ און שארף
...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:57 am
דורך טעפל
איך זוך א פילעם אויב איינער קאן עס אפיר קראצן ס'הייסט "דער זוהן פון חזן פון וילנא" סאמטינג לייק דעט פון מוישה אוישער.
דא איז דא פון אידיש שפיל, http://www.youtube.com/watch?v=WOmIOBtOrZg
איך זוך דו ארגינעלע.
א דאנק

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:39 pm
דורך ונבנתה העיר
מסתמא מיינסטו דעם חזן'ס זוהן פון 1937, איך זוך עס שוין יאהרן, אמאל איז עס געווען אוועילעבאל אויפן נעט, אבער היינט קען מען עס נאר קויפן דא.

דא איז א קליפ דערפון, ווי משה אוישער זינגט אב הרחמים אויף די אידישע ראדיא.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yPIhv3p_eNI[/youtube]

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:57 pm
דורך איך אויך
ביי 0:14 און ביי 3:35 זעהט מען שעפסיל קאנאריק.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:55 am
דורך ונבנתה העיר
יא יא, אונזער שעפסיל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:18 am
דורך איך אויך
נעכטן געזעהן די פילם פלאות וואס איז לויז געבעיסט אויף די מעשה פונעם פארכאפונג און באפרייאונג פון ניר בן ארצי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 6:59 pm
דורך מאראנצןזאפט
Holy_Rollers איז א טרוקענע און זויערע פילם, באזירט אויף ווירקליכע געשיכטעס, איבער חסידי'שע יונגווארג פון בארא פארק אין די שפעטע ניינציגער יארן וואס האבן אנגעפירט א דראג רינג און זענענן עווענטועל געכאפט און ארעסטירט געווארן.

דער הויפט שפילער איז זשעסי אייזנבערג, וואס איז שפעטער גרויס געווארן שפילנדיג דעם כאראקטער פון מארק זאקנבורג, דער גרינדער פון פעיסבוק, אינעם פילם "דער סאציאלער נעטווארק", וואס איז געווארן נאמינירט פאר אקאדעמישע אויסצייכענונגען.

דא האט איר דעם טרעילער.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9OrjeUDYIc4[/youtube]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:13 pm
דורך אליצפן
Holy rollers is a waste of time. Don't bother.