בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 11:21 am
דורך שרייבער
פסיכאלאג האט געשריבן:שעפעלע מיינער, איך ווייס נישט ווי אלט די ביסט אבער סאטמער האט נישט אייביג אזוי אויסגעקוקט און ר' אהרן איז נישט אייביג געווען די רשכבה''ג, מיר האבן געהאט א רבי זכיסאגענע עלינו, אין א ים פון תמימות'דגע חסידים, אין טאקע פין די אזויגערפונע אויפגעקלערטע אונארישע באטשיס( אויב די ווייסט בכלל וואס דאס מיינט באטשיס אנישט גיי מארגן אריין אין ראדני אין פרעג די אידן וואס זיצען יעדען אינדערפרי זעקסע פארטאגס ביים שיעור פין ר' שמעי' גרינבוים ) אין אויב וואלט די רבי געזאגט אז ער איז משיח גלייב מיר אינז וואלטן אויסגעקוקט ,סאאאך ערגער ווי זיי,

איז טראב נישט איבער די זאך,

נישט נאר דאס, נאר מען האט אזוי געפלאנט צו מאכן פון אים נאך זיין הסתלקות, די שטוב מענטשן וואס האבן נישט געוואלט דעם ברך משה, נאר די שטוב זאל ווייטער פירן, האבן געוואלט בויען א ריזן אוהל, און דארט מאכן חאלאקעס, א ביהמ"ד, מאכן דארט ברית'ן וכו' וכו', אין שול האט מען געלייגט א טעוועלע, בקיצור מען האט נישט געהאלטן צו ווייט פון דארט לולא משה בחירו עמד בפרץ

*
אגב וואס איז די מעשה מיט די קאפס פאר כוס של ברכה? מען נוצט שוין די זעלבע קאפס די לעצטע צוואנציג יאר, אדער יעדע מאל נייע, איך מיין ס'ווערט דאך סיי ווי נישט שמוציג וואס קען מען עס נישט איבערנוצן

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:01 pm
דורך פרישער
סיז מיר מורהדיג שווער צי קיקען אויף דעים יו טוב קליף ממש מעלה גירה געוועין דעים פרישטאג, א התגלות הפנימיות

עפעס א אויסער געוועינליכע איבל קימט אפיר, אין איך ווער פיל מיט האס אין כעס, אין עפעס שלעכטע מחשבות קימען אפיר, איך פראביר די הכנעני החתי פראגראם, אין עס האט נישט קיין איינפלוס אויף מיין של ראש..

איך וויל נישט טראכטען אז אנטי לבאוויטש אין אנטי סעמיטיזם איז איינס, איך האף אז נישט, אבער איך האב נאך נישט גענוי דעים חיליק

צי מדמה זיין די עלטערע חסידי סטמאר מיט די לבאוויטשע איז אבסורד

מיר האבען קיינמאל נישט געטיען אין מיסיאן

מיר האבען נאר כסדר פארענטפערט אינזערע דרכים א שטייגער ווי נטרינא אין אידיש ריספאנס דאט קאם

מיר האבן בסדר פארלאנגט מיר זאלען נהנה זיין פין דעים אמעריקאנער חלום, וואס ריפט זיך פרידאם אף רעליגיא

אין אז מיר פראטעסטירן קעיגן אויפגראבען קברים, איז לכאורה אויך בארעכטיגט, העט וועין א נוצרי נישט פראטעסטירט וועין ער זעיט די געביין פין זיינע איר עלטערען כדומם על פני השדה

אבער מיסיאן אינגע בחורים אויפן ווינקעל ביי גראנד זערא אדער ביי אייער לאקאלע וואלמארט, איז צי ברעכן אין פארמערט נעגאטיווע מיינינגען אנטקעיגן אלגעמיין אידישקייט לפענ"ד

זינגען ליהידים אין ונהפוך אין יעדע עק פין די וועלט, וואלט מען שוין געמעיגט אויסוואקסן, אדער כאטש אראפגעריסען ווערן דורך רוב כלל ישראל, אבער זיי פייפן אויף די וועלט ממילא.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:17 pm
דורך למדן
איך וויל נישט טראכטען אז אנטי לבאוויטש אין אנטי סעמיטיזם איז איינס

איז אנטי סאטמאר אנטי סעמיטיזם?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:18 pm
דורך קאווע טרינקער
מיר האבען נאר כסדר פארענטפערט אינזערע דרכים א שטייגער ווי נטרינא אין אידיש ריספאנס דאט קאם

אשפגתי עד עלות הגל. זייער אן אינטערסאנטע הגדרה אויף די פעולות וואס סאטמאר האט געטוען וד"ל.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:27 pm
דורך בעריש
ונבנתה העיר האט געשריבן:
בעריש האט געשריבן:איך פארשטיי אסאך מער נישט וויאזוי די חסידים (מיין אימפרעשאן אז סאיז געווען יונענעמוס) וואס האבן די לעצטע פאר יאר ווען ער האט נאך געלעבט געזינגען מיט אלע כוחות דעם יחי אדונינו מלך המשיח ווי מזעט אויף אלע קליפס פון יענע יארן, ווי אזוי זיי האבן געמאכט דעם וועג צירוק.
וויאזוי דיידזשעסט מען אזאנס?

גיב א קוק וואס ר' יואל כהן זאגט דא ביי 57:22 [דר"א איז אויך אינטערעסאנט צו זעהן די ערשטע האלבע מינוט - ר' אברהם שם טוב].

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pAjUuif9SBI[/youtube]


דאס איז וואזוי א לובאוויטשער באשרייבט ר' יואל כהן בתוכם זיין חלק און די משיח סומעטאכע.

בכל אופן ההיסטוריה שלו הוא כך. רי"כ הוא בנו של משפחת חבדית עתיקת יומין, מימות בעל התניא. אביו הוא החסיד המפורסם בעל השמועות ר' רפאל כהן שנקרא בכינוי פאלע כהן. הוא כתב כמה ספרים של רשימת זכרונות הנחשבים אותנטיים ומהימנים בשם שמועות וסיפורים. רי"כ נולד ברוסיה ועלה כילד לארץ הקדש ושם התגורר בתל אביב ששם התרכזו מיטב חסידי חב"ד בשנת תר"צ ואילך. רי"כ התבלט כעילוי מופלא שניחון בזיווג נדיר של שני כחות מופלאים, יש לו זכרון פנמנולי מחד ועמקות גאונית יוצאת מן הכלל מאידך, ואף למד ביחד עם כמה מגדולי גאוני ליטא אצל החסיד הגאון המופלא רח"ש ברוק, למד ביחד עם הגאון רבי בערל פוברסקי, ויבדלח"ט ר' שלוימקע ברמן, ששניהם למדו זמן מה בחבד.

ויהי בשנת תש"י כאשר ביקר חתנו של הריי"ץ, הרש"ג (ר' שמרי' גורארי), מי שהי מנהל ישיבת חב"ד העולמי, באה"ק ונפגש עם העילוי ועוד ממיטב בחורי חב"ד, החליט בהכמת חותנו שעליהם להגיע לרבי וללמוד שם ולשהות בצילו.

אך באמצע כאשר נסעו על האנייה, הסתלק הריי"ץ, והבחורים הגיעו בתקופה של בין מלכא למלכא.

לפועל שאלו את הרמ"ש, מי שלפועל נבחר לאדמור אחרי כלות השנה הראשונה של תהיות וספיקות, האם לנסוע חזרה או להישאר, הרבי ייעץ לו, שהיות שקיבל הסכמה להגיע לכאן והצדיק לא אמר בכדי בוודאי עליו להישאר בכל מקרה.

בתוך שנה זו, הי' רי"כ מן התלמידים הבולטים שהכירו בהרמ"ש כהרבי, ומיד עוד בטרם נהיו לרבי רשמי, הפך לחוזר וגם לכותב התורות שהם בשפה חבדית, "שיחות" ואח"כ "מאמרים", ומני אז זה הי' תפקידו הקבוע לצד היותו גם משפיע ומלמד חסידות עיונית, וגם מחבר של אנצקלפודיה החבדית "ספר הערכים חב"ד". בכל תפקידיו ניכר היו בכישוריו העצומים והמפליאים, הן כזוכר בחינת בור סיד שאינו מאבד טיפה והן כמעמיק וכמסבירן נפלא של הנושאים הכי מסובכים ועיוניים בחסידות.

אך לצד היות חוזר הפך גם כאידולוג, כמי שהתווה לפי השראת הרבי הקו החבדי וכמי שהצליח להסביר היטב משמעות ומהכלים של תנועת חב"ד במשך ארבעים שנה. בכל השנים זכה לפולאריות גדולה בקרב רבו מנין ובנין של חב"ד. אך ביחד עם זאת נותרו אנשים שגם שנאו אותו.

וכך הגיע לתקופה המשיחית ההסטרית של חב"ד שאז עשה שגיאת חייו. אין זה סוד שהרבי הי' חי משיח יומם ולילה, והוא החליט שהרבי הוא משיח וזאת בניגוד לדבריו המפורשים של הרבי, ובכחו הגדול לבאר כל חמירא בצורה נפלאה הוביל את הקו המשיחי אל עבר פי פחת במיוחד אחרי שהרבי חלה, ואז בהיעדר הרבי נהפך הוא לקול המוביל. הצעדים שהוא מוביל הם צירוף של אמונה גדולה ברבי מחד וחוסר אונים על מחלת הרבי מאידך. היו אנשים מפוכחים אך קולם לא נשמע. וכך הוא הוא ישצר את המשיחות החבדיות שאלמלא הוא לא היתה קיימת (כאשר אני מדבר על משיחיות אני מדבר על העובדה המוזרה של אלו הטוענים שהרבי אי פעם הי' משיח או אף כעת משיח וכל התמהוניות שנולדה מזה).

עם פטירת הרבי, כבר הבין שטעה ופישל בגדול וכל מעשיו היו מחדל עצום והודה בפה מלא שהוא טעה. אך הנעשה אין להשיב. המהלך שהוביל הי' גדול יותר מאשר היוצר והגולם קם על יוצרו. הוא הקים המפעל אך לא מסוגל כבר לעצרו. וכך מיד התנערו המשיחיים ממנו שהסתכלו עליו כבוגד. וכך השפעתו התצמצה דרסטית. והוא מקובל רק על חלק הלא משיחיי של חב"ד, אם גם אצלם בערבון מוגבל שהרי לא סולחים לו על הצעדים שהובילו את חב"ד לבוץ הגדול הזה שכולנו חבדניקים, גם אלו שלא משיחיים, טובעים בו.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:51 pm
דורך diff
מיר האבען קיינמאל נישט געטיען אין מיסיאן
You use your fist, Al charbechu tichye
מיר האבען נאר כסדר פארענטפערט אינזערע דרכים א שטייגער ווי נטרינא אין אידיש ריספאנס דאט קאם
Disgrace, you publicize that Jews hate and are ready to finish each other. You have a din of moser and rodef. And you are who
פארמערט נעגאטיווע מיינינגען אנטקעיגן אלגעמיין אידישקייט

פראטעסטירן , איז לכאורה אויך בארעכטיגט
Lets not describe how you behave at protests

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:10 pm
דורך פרישער
ענטפער פאר דיף

מיר רעדען נישט פין איינצעלע עפיזאדען ווי עס האט ארויסגעליקט א ווידיא פין שמיני עצרת איו דאס גלייכען

אויב עימצער געט איינעם א באך אדער א קלינגעדיגע פראסק, אינערליכע געפעכצען איז שייך ביי אלע סעקטע'ס

ווען מרעדט פין הלכה ביטע ווענד דיך צי די רבנים

דא איז נישט דא קיינע פוסקים

אן עצה טובה גיי נעם איין אביסעל שמחה זאפט אין דערנאך קים ציריק וועסטי פארשטיין מיין שפראך

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:32 pm
דורך diff
were discussing how you behave to the world (not between yourselves)

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:48 pm
דורך בעריש
diff האט געשריבן:מיר האבען נאר כסדר פארענטפערט אינזערע דרכים א שטייגער ווי נטרינא אין אידיש ריספאנס דאט קאם
Disgrace, you publicize that Jews hate and are ready to finish each other. You have a din of moser and rodef. And you are who

פאבליסייזד אז אידן האבן זיך פיינט? ווי האסטי אזאנס געזען? עפעס א שלעכטן חלום געהאט זעט אויס.

ענטפער צו ונבנתה העיר

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 2:03 pm
דורך berlbalaguleh
א ייש"כ פאר ברענגען דעם העכסט אינטרעסאנטן און באלערנדן קליפ פון די וועלט פון חב"ד און פון רבי נ"ע. א יעדער איד וואס קוקט אויף דעם קליפ מוז נתעורר ווערן און שפירן דעם מי כעמך ישראל גוי אחד און די אויפטוען פונ'ם רבי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:20 pm
דורך דולה ומשקה
ס'שוין דא שוין א ענדליכע אשכול
viewtopic.php?f=4&t=1649

דער פראבלעם דארט איז, אז די משיח'יסטין זענען שולט אין דעם בית המדרש הגדול, דאס איז נאך אלס אין געריכט.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:01 am
דורך טעפל
ארויף לכבוד ג' תמוז.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 2:10 pm
דורך געוואלדיג
ידען האט געשריבן:וואס איז ליובאוויטש? זיי זענען חסיד'ישע אידען.

נישט די זעלבע ווי סאטמאר, פאפא, קרעטשניף, בעלז, וויזשניץ און די אנדערע. זיי גייען נישט מיט שטריימלעך. זיי האבען אנדערע מנהגים אזוי ווי יעדע חסידות אבער אין סאטמאר זאגט מען אז זיי זענען זייער ענליך צו אידן. נישט ממש אידען, נאר ענליך.

דאס איז ביי נארמאלע ליובאוויטשער, אבער וואס טוהט זיך ביי די משיח'יסטען? זיי זענען בכלל נארמאל?


עיין כאן און לאמיר זעהן ווי גוט דו קענסט חב"ד, איך האב געוואוסט 8 פון די 13 שאלות