בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:26 pm
דורך זר זהב
האו קאם ער הייסט נישט אברהם אזוי ווי אלע גרים געווענליך

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:27 pm
דורך דבילה
פסיכאלאג האט געשריבן:בין איך אריין אין לובאוויטש די ראש ישיבה דארט האט מיר פארהערט אין צוגעשטעלט א שידוך פין די שענסטע שטובער אין לובאוויטש, אין יענער האט אויסגעפירט מיט טרערן אין די אויגן דאס מיינט א רבי / פירער, איינער וואס קוקט אן יעדעס ערליך קינד אין איין דרגה!


לפי מיינע ידיעות זענען די חב"ד'סקע ב"ת אין קראון הייטס פון די גרעסטע שרייערס אין די נושא פון שידוכים באקריוודעריי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:29 pm
דורך זר זהב
אויף רעכטס זעהט מען א שלאנקן שווארצן אינגערמאן קלאטשן. אפשר א ברודער?

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:31 pm
דורך קאווע טרינקער
@זר, זענדיג דיין קליפ, צוזאמען מיט דיין חתימה.. אלע טעמים....

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:02 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב'ס חתימה פאר שפעטער ווען עס וועט זיין געטוישט:

ואפילו אם היא שחורה וכעורה, שקר החן והבל היופי ומצות ה' ברה היא תעזרנו להוליד בנים אנשי צורה ~ פלא יועץ ערך זיווג ~

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:08 pm
דורך הוגה
איך וואונטש דער פארפאלק א הארציגע מזל טוב, זאלן זיי זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל, א שטוב פול מיט שמחה און אלע גוטע השפעות.

אויך וואונטש איך זיי lots of luck. זיי וועלן דאס דארפן בשעת ווען זיי ציען אויף א שטוב מיט טונקעל הויטיגע יונגלעך און מיידלעך אין אן אינוויראמענט ווי עס זענען דא שרעקליכע ראסיסטישע נייגונגען אקעגן שווארצער, און שטארקע דיסקרימינאציע אקעגן אלע גרים און בעלי תשובה און זייערע קינדער און אייניקלעך (אפגעזעהן זייער הויט קאליר). אויב וואלט דער וואס האט זיי מגייר געווען עס געמיינט לשם שמים, וואלט ער זיי מדריך געווען לכיוון חב''ד אדער א מאדערנע קהלה וואו עס איז דא שטערקערע acceptance .

חוץ מזה, די גאנצע סצענע דא מאכט מיר ברעכן. וואו קומט דא אריין שטריימל און ווייסע זאקן? יעדער בר דעת פארשטייט אז ווי מער פארפרומט דער פארפאלק שטעלט זיך אהער אלץ שווערער וועט זייער לעבן זיין, און אלץ גרעסער איז די שאנס אז זיי קענען צוריק פאלען. מילא אונז, מיר מעגן נישט משנה זיין פון די ''הייליגע מסורה'', אבער פארוואס איז דאס וויכטיג פאר אים? האט ער איינגעזעהן דאס אמת'דיגקייט און שיינקייט פון אידישקייט, אדער די שיינקייט פונעם שטריימל? סתם נקודות למחשבה.

On a lighter note, פון זיין טאנצען זעהט מיר אויס אז ער האט ambitions צו ווערן א גרויסע רבי איין טאג. היות 'מילקשעיק' איז שוין פארנומען, אפשר זאל מען אים רופן אדמו''ר מ'קאפעטשינאו..... :lol:

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:11 pm
דורך קאווע טרינקער
דאס איז קלאר אז די צדיקים וואס האבן אים חתונה געמאכט אריין אין 11211, וועלן נאך בראטען אויף שווארצע קוילען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:18 pm
דורך לעיקוואד
קאווע טרינקער האט געשריבן:דאס איז קלאר אז די צדיקים וואס האבן אים חתונה געמאכט אריין אין 11211, וועלן נאך בראטען אויף שווארצע קוילען.


און די וואס מאכען חתונה ריינע ווייסע חסידישע בחורים דארט??

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:24 pm
דורך לעיקוואד
זיי וועלן כנראה בראטן אויף ווייסע קוילען.

(קאווע טרינקער)

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:29 pm
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד :like :like

(גוט פאר א ווערטל איז עס זיכער)

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:46 pm
דורך איך אויך
הוגה האט געשריבן:איך וואונטש דער פארפאלק א הארציגע מזל טוב, זאלן זיי זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל, א שטוב פול מיט שמחה און אלע גוטע השפעות.

אויך וואונטש איך זיי lots of luck. זיי וועלן דאס דארפן בשעת ווען זיי ציען אויף א שטוב מיט טונקעל הויטיגע יונגלעך און מיידלעך אין אן אינוויראמענט ווי עס זענען דא שרעקליכע ראסיסטישע נייגונגען אקעגן שווארצער, און שטארקע דיסקרימינאציע אקעגן אלע גרים און בעלי תשובה און זייערע קינדער און אייניקלעך (אפגעזעהן זייער הויט קאליר). אויב וואלט דער וואס האט זיי מגייר געווען עס געמיינט לשם שמים, וואלט ער זיי מדריך געווען לכיוון חב''ד אדער א מאדערנע קהלה וואו עס איז דא שטערקערע acceptance .

חוץ מזה, די גאנצע סצענע דא מאכט מיר ברעכן. וואו קומט דא אריין שטריימל און ווייסע זאקן? יעדער בר דעת פארשטייט אז ווי מער פארפרומט דער פארפאלק שטעלט זיך אהער אלץ שווערער וועט זייער לעבן זיין, און אלץ גרעסער איז די שאנס אז זיי קענען צוריק פאלען. מילא אונז, מיר מעגן נישט משנה זיין פון די ''הייליגע מסורה'', אבער פארוואס איז דאס וויכטיג פאר אים? האט ער איינגעזעהן דאס אמת'דיגקייט און שיינקייט פון אידישקייט, אדער די שיינקייט פונעם שטריימל? סתם נקודות למחשבה.

On a lighter note, פון זיין טאנצען זעהט מיר אויס אז ער האט ambitions צו ווערן א גרויסע רבי איין טאג. היות 'מילקשעיק' איז שוין פארנומען, אפשר זאל מען אים רופן אדמו''ר מ'קאפעטשינאו..... :lol:

איינס פארענטפערט דעם צווייטען.
דו ווייסט נישט ווי גוט דו זאגסט ,געב עס א יאר צוויי און דער ווערט מיר א גאנצע רשכבה"ג וואס געבט מוסר דרשות ,דאס חתיכת הווייב וועט ווערן א רעבעצין וואס מוסדות לויפן נאך איר צו בוקן פאר די נאכט צו הערן איר 'אינספייערינג לייף סטארי' ,און דאס פארענפערט די סקעפטיזם מיט וואס מיר נעמען אן די אלע אנשיקענישן ,מיר האבען זיך שוין גענוג אנגעליטן (צו דערמאנען דער בעל תיבעל להגמון תחילה שטאמט פון בעלי תשובה).

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:53 pm
דורך אבי גערעדט
בין איך נייגעריג ווער ס'וועט האבן די ערשטע א אינטערוויו מיט אים/איר/זיי

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:57 pm
דורך מאראנצןזאפט
זר, דיין קליפ האט געמאכט מיין טאג.
הוגה ווייסע זאקן, ווען דו קענסט אים וואלטן דיינע קשיות אוועקגעפלויגן, ער פארקויפט בלומען אויף 13 עוועניו מיט א זשעקעט, הויכע ביבער היט און שווארצע זאקן.
פאר מער, אין אישי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:12 pm
דורך הוגה
איך וויל דא קלארשטעלן אז איך האב ח''ו נישט געמיינט אוועק צו מאכן די צוויי טייערע אידן. אדרבא ואדרבא, זיי זענען שטארק וועלקאם אין אונזער קאמיוניטי. און ווי מער אזעלכע אידן וועלן זיך דרייען ביי אונז די מער אונזער קאמיוניטי וועט מוזן ארבייטן אויף די bias issues. איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז הלוואי אונזערע קינדער זאלן האבן א טונקל הויטיגע קינד אין זייער קלאס. דייווערסיטי איז זייער גוט פאר דיוועלאפמענט.

עם כל זה האט עס מיר געבאדערט, איך האלט אז אויב איינער האט געהאט די כח זיי איבער צו רעדן זיך איינצוגלידערן אין א מער accepting community, און ער האט עס נישט געטון איז ער עתיד ליתן את הדין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 11:14 pm
דורך שמעקעדיג
איז ער נישט א פראדוקט פון גאלדשטיין מאנסי, דער וועלכע מאכט כסדר ספאנישע בעלי תשובה מיט שטריימלעך?
איך פרעג נאר.

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 11:15 pm
דורך קינות גירושין
הוגה, כהאלט ביזטנישט גערעכט, אונזער קאמיונעטו האלטען זיך אונמיטען טוישען סאיז די בערך 12 גיטין א חודש , סאיז דא גרים, סאיז דא קאווע שטיבעל , אזוי הייבט זיך עס אן רום איז נישט געבויט געווארען אין איין טאג
סוועט נאך אמאל זיין א צייט ווילי וועט זיין די שענסטע קאמיונעטי אין די וועלט !

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 11:19 pm
דורך שמעקעדיג
קינות, יעצט זעה איך וואס די מיינסט מיט דיין חתימה:
קינה - כי יש תקוה!

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 11:28 pm
דורך קאווע טרינקער
יש תקוה אם נשיר כולנו "יחד" (בני פרידמאן)

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:09 am
דורך אוי טאטי
קאווע טרינקער האט געשריבן:יש תקוה אם נשיר כולנו "יחד" (בני פרידמאן)

נו, פארדעם איז דאך דאס א גע'אסר'טן ניגון אין ווילי..

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:59 am
דורך הדד בן בדד
יוי רבוש"ע, איך האב יעצט באמערקט דעם קליפ, און איך האב גלייך געכאפט וואס דאס איז ווייל איך האב קרובים וועלכע זענען געווען די וואך ביי די חתונה, אבער זעענדיג דעם קליפ איז מיין הארץ פשוט אויסגעגאנגען פאר דאס פארפאלק, און איך האב זיך תיכף אהער געקערט צו שרייבן איבער דעם, און דערווייל זעה איך אז כבר קדמוני חביריי.

איך האב זייער הנאה פון דעם אינגערמאן, ווי מען האט שוין אנגעצייכנט, לויט זיין טאנצן שניידט ער זיך צו זיין א גרויסע רבי איין טאג, אבער ער האט נישט קיין אהנונג (אדער מאכט ער זיך נאר אזוי) אין וועלכן סומאטאכע ער האט זיך דא אריינגעלאזט. באשעפער טייערער, האב רחמנות און שיק דאס פארפאלק נאר גאר גאר גאר שטארקע כאראקטערן פאר קינדער, אנדערש וועלן זיי עס נישט אויסהאלטן, כ'ווער פלעין צובראכן צו טראכטן וואס ער גייט אריבערגיין ווען ער וועט וועלן שיקן זיינע קינדער אין חדר, און ווען מען וועט זיי שוין אננעמען, כ'קען נישט זאגן יוי גענוג מאל.

איך דאוון אין א בית מדרש ווי עס דאוונט א שווארצער גר, מען נעמט אים דארט זייער שיין אויף און מען איז אים זייער מקרב דארט, ער פילט זיך זייער היימיש, אבער פאר סאם ריזען האט אים שוין געכאפט דאס היימישקייט און ער זוכט א שידוך (שוין אסאאאך יארן) און ער טרעפט נישט, ווייל ער וויל דוקא א ווייס מיידל, און דוקא נישט קיין גר אדער בעל תשובה, ער וויל א ווייס מייידל פרום פון געבורט, פון א חסיד'ישע משפחה...

דער בחור האט פון איין זייט געהאט מער שכל, אבער פון די אנדערע זייט מיין איך אז יענער איז גערעכט, ווייל נאר אזוי האט ער א טשענס אז מען זאל זיינע קינדער אננעמען אין חדר און סקול.

הושיענו ה'...

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 4:44 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איז ער נישט א פראדוקט פון גאלדשטיין מאנסי, דער וועלכע מאכט כסדר ספאנישע בעלי תשובה מיט שטריימלעך?
איך פרעג נאר.

גאלדשטיין אליינץ איז אויכעט פון די חוזרים בני אנוסים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:11 pm
דורך קאווע טרינקער
אוי טאטי האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:יש תקוה אם נשיר כולנו "יחד" (בני פרידמאן)

נו, פארדעם איז דאך דאס א גע'אסר'טן ניגון אין ווילי..


זעה דא די כשר'ע ווערסיע

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 2:20 am
דורך הדד בן בדד
דבילה האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:כיצד מרקדין לפני הכלה!!!

גר און גיורת

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CN-pEircnF4[/youtube]


יעצט געקוקט דעם ווידיאו און מיין בויך דרייט זיך נאך.. 'ך קען נישט גלייבן אז א בא'חנ'טע גוט אויסזעענדע בחור ווי ר' עזרא חיים וואלט ווען צוגעפאסט געווארן צו א 350 פונטיגער מיידל ווען נישט וואס ער איז שווארץ.


דעם שבת געהערט אז דאס פארפאלק איז שוין אויס. מ'האלט שוין נאכ'ן צוועלעווער