בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:18 pm
דורך אליצפן
שמו יגער האט געשריבן:1)לויט ווי אזוי ביזנעס מבינים זאגן דארף מען האבן גענוג א קעש פלאו צו קענען פירן אזא ביזנעס וואס די זאגסט אז די האסט נישט
2) לויט ווי מען פארציילט (אדרבה ווער געוואויר די פרטים אויב עס איז אמת...) איז היינט די ראוט א לעגאלע ראוט וואס ער האט א פערמיט,לייסענס וכדומה. איז שווערער צו באקומען יעצט א לייסענס אויף דער ראוט
3) והעיקר צו קענען צושטעלן פאר די עולם האלב פרייז פון וואס עס איז יעצט מיט בעסערע באסעס איז כמעט נישט מעגליך צוצושטעלן
סאו ווי אזוי האסטו א פלאן אים צו מאכן ענג אפילו די האסט נישט מורה פאר זיין טעראר??
נ.ב. מען זאגט אז פאריאר איז זיין ריוח געווען א מעלאנא!!!!!
1)ליין וואס כ'האב געשריבן "ווען איך האב ווען די נויטיגע געלטער" ופשוט היא.
2) אז מ'נוצט נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם, א שטייגער ווי די האניקאוו און קראון הייטס באס אין ב''פ וואס פארט אויף זעכצן, און ניצט די זעלבע סטאפס ווי די (געוועזענע) שטאטישע באס b23, אבער היות ס'נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם.
3) שאלת חכם חצי תשובה. דו אליין ענדיגסט צו אז ער האט געמאכט א מיליאן ריווח. נא איך בין גרייט צו רעכענען האלב פרייז, ועוד צו אינוועסטירן נאך 200 אלפים אין בעסערע סערוויס, און לפי חשבון וועל איך נאכאלץ ארויס מיט 300 טויזענט דאללאר ריווח.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:25 pm
דורך אבזערווירער
זיי האבן אנגעהויבן מיט געלע סקול באסעס די ערשטע סטאפ איז ארויס ביי ראדני ליע נעבן סאנעלע פארקאש זילבער סטאר אדער עפעס קאר סערוויס. דעמאלץ פלעגט הגה''צ רבי טודרוס שליט''א אלץ אינגערמאן שטיין אין פראסעטירן אקעגן די בעלי בתים מערמלשטיין. שטערנדיג די באס פון ארויספארן וועגן עניני צניעות. בערך 39 יאר צוריק.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:32 pm
דורך שמו יגער
אליצפן האט געשריבן:שמו יגער האט געשריבן:1)לויט ווי אזוי ביזנעס מבינים זאגן דארף מען האבן גענוג א קעש פלאו צו קענען פירן אזא ביזנעס וואס די זאגסט אז די האסט נישט
2) לויט ווי מען פארציילט (אדרבה ווער געוואויר די פרטים אויב עס איז אמת...) איז היינט די ראוט א לעגאלע ראוט וואס ער האט א פערמיט,לייסענס וכדומה. איז שווערער צו באקומען יעצט א לייסענס אויף דער ראוט
3) והעיקר צו קענען צושטעלן פאר די עולם האלב פרייז פון וואס עס איז יעצט מיט בעסערע באסעס איז כמעט נישט מעגליך צוצושטעלן
סאו ווי אזוי האסטו א פלאן אים צו מאכן ענג אפילו די האסט נישט מורה פאר זיין טעראר??
נ.ב. מען זאגט אז פאריאר איז זיין ריוח געווען א מעלאנא!!!!!
1)ליין וואס כ'האב געשריבן "ווען איך האב ווען די נויטיגע געלטער" ופשוט היא.
2) אז מ'נוצט נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם, א שטייגער ווי די האניקאוו און קראון הייטס באס אין ב''פ וואס פארט אויף זעכצן, און ניצט די זעלבע סטאפס ווי די (געוועזענע) שטאטישע באס b23, אבער היות ס'נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם.
3) שאלת חכם חצי תשובה. דו אליין ענדיגסט צו אז ער האט געמאכט א מיליאן ריווח. נא איך בין גרייט צו רעכענען האלב פרייז, ועוד צו אינוועסטירן נאך 200 אלפים אין בעסערע סערוויס, און לפי חשבון וועל איך נאכאלץ ארויס מיט 300 טויזענט דאללאר ריווח.
1)לדעתי מיין איך (אפשר האלסטו אנדערש) אז "ווען איך האב ווען די נויטיגע געלטער" איז עס נישט אזוי פשוט ודו"ק
2)איך קען מיך נישט אויס מיט די לעגאלע אישוס אין מיט די שטאטישע לאוס ווען אין ווי אזוי מען קען באקומען אזא פערמוט אבער אם קבלה הוא נקבל. אין הלואי ביסטו גערעכט ווייל דאס וועט אפשר צוהעלפן מענטשן צו וועלן אפילו צו קלערן פראבירן אנצוהייבין מיט אזא ריזן פראיעקט
3) קודם כל יישר כח פאר די קאמפלימענט..... אבער דיין גאנצע געלט חשבון איז לכאורה א שטיקל סתירה מיט וואס אונז שמועסן אין נומבער איינס הנזכר לעיל (איך מיין אזוי, ניין?)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:48 pm
דורך לעמיל
אויף טויטער האט איינער געפענט א אקאונט stopB110@ ער האט געלייגט די סעל נאמבער פון די בעל הבית אז די עולם זאל אים רופען זאגען ווי גוט די סערוויס איז
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 6:25 pm
דורך [NAMELESS]
קומט צוריק די אלטע בהמה וואגאנען וואס האבן געפירט מיליאנע יודן אויף זייער לעצטע וועג מיט 70 יאר צוריק?!?!!
גענוג געליטן!
יודיש געלט און בלוט האט א שיער - וויפעל מען קען טרינקן!!!!
עס איז דרייען זיך הונדערטער- אויב נישט טויזענטע יודן אויפן וומס"ב ב"פ באס (?) טעגלעך, און מען בעט די הויזן פאר א וואגען, וואס די דרייווערס האבן א קאלט בלוטיגקייט ווי די נאצישע רשעים.
מען פירט יעדן טאג די פולע יודן מיט די א.ג. באסעס וואס זענען ניטאמאל געאייגענט פאר בהמות פארן שחיטה צוהאקט, אלט, צובראכן, און צו דעם אלעם פליעט די עולם פון איין זייט צום צווייטן מיט יסורי איוב פון די ווילדע שאר"ט סטאפ"ס, וואס ברענג טייל מאל אז יודן זאלן דארפן ברעכן,
וואס א חוץ די שרעקליכע ווייטאג בושות וואס די ברעכער מאכט נעבעך מיט, לאזט עס איבער א גרויסן עולם'ס וועש פארשטינקן,
און די אנדערע חלק עולם מיט פארשטאפטע נעזער גרייט ארויסצוגעבן זייער שריים (-אבער די בראך איז אז עס גייט נישט).
עס שטייען ממש קעפ אויף קעפ, טייל שטייען אנגעלאנד אויף די הייסע שטעקענס, וואס איז אפציעל אוועק געשטעלט פאר רוב המון עם וואס שטייען די וועג זאלן זיך צושמעלצען די שוין אזוי ווייטאגליכע הענט, מען פליעט מארבע כנפות, מען ווייסט נישט ווי זיך אנצוכאפן פון די פילע פליערייען! !!!
קליינע קינדער וויינען און שרייען מאמי! מאמי!
אבער דער וואס איז עומד בראש לאזט עס צו און עס שארט אריין מיליאנען איז זיין טאש! !!!!
גענוג איז גענוג!
מען דארף זיי אנרופען און פארהאלטן אויף די שרעקליכע עוולה! 875-8200 (718)
אלעס האט א שיער! !!!
C/P
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
באקומען פון איינעם אין אישי, איך מיין עס איז זייער גוט. נישט אייגענס.
קיין אנדערע ברירה האב איך נישט געהאט, בין איך ארויף אויף דע באס קיין בארא פארק. איך באצאל דאס וואס קוומט פאר א רייזע פון וויליאמסבורג, ביז בארא פארק. איך האב אבער נישט געוואוסט אז עס קומט מיט א גאנצע "פעקעדזש". משך די גאנצע פופצן סעקונדעס וואס עס דויערט צו געבן צוויי דאלער פופציג פארן דרייווער האבן אריינגעזעצט אין מיר א קיימא לן פון בערך צעהן מענטשן. איך וואונדער מיך, ווי יאגסטו זיך? דו וועסט נישטאנקומען שנעלער ווייל דו באצאלסט שנעלער.
נאכן באצאלן איז מיר אבער אלעס קלאר געווארן. איך וויל מיך אראפזעצן (איך האב דאך באצאלט פאר "עפעס") איך קוק ארום ווי עס איז דא פלאץ, אבער די איינציגסטע זאך וואס איך זעה איז די זיגרייכע שמייכלן פון אלע בר מצוה
בחורים'לעך וואס האבן זיך געיאגט צו באצאלן, אזויווי זייערע אויגן וואלטן געזאגט "זעהסטע? ס'האט זיך געלוינט צו שטופן".
ענדליך זעה איך א פלאץ אינטן כמעט ביי די לעידיס, איך זעץ זיך דארט אוועק - בעסער ווי שטיין - און ויסעו. נישט אזוי שנעל. קומענדיגע סטאפ קומען ארויף צוויי נשים פארטיפט אין א זאפטיגע שמועס (וועגן זייער שוועגערן חני) און.... זיי האבן נישט קיין פלאץ. איינער האט עפעס געטראפן, די אנדערע האט געמוזט בלייבן שטיין, פונקט לעבן מיר. איך ווייס נישט ווי איר בינה יתרה איז געווען, אבער יעדעס מאהל די באס האט זיך געגעבן א דריי, האב איך זיך געמוזט אריינקוועטשן אריין אין דער איד וואס איז געזעסן לעבן מיר (ער איז נאך יעצט ברוגז).ווייל אויב נישט וואלט איך יעצט געווען אויף נחום'ס ליסטע. ס'מוז זיין אז איך האב זיך געריקט גענוג שנעל, ווייל זי האט נאך ביז יעצט נישט געכאפט אז עפעס טויג נישט.
וועגן די נסיעה אליין וויל איך נישט רעדן, יעדער קען דאך אויסענווייניג די וועג וויאזוי זיי פארן, צו ווייל דו ביסט שוין געפארן מיט זיי, אדער ביסטו געפארן "לעבן" זיי. אבער איין זאך מוז איך מודה זיין, קול מבשר האט געארבעט א גאנצע וועג פון כאטשיג פינעף טעלעפאנס אזוי אז איך האב נישט געדארפט מיטהאלטן די אנדערע זיבן טעלעפאן קאללס וועגן רויזי'ס שלום בית (נעבעך); שידוכים (משה מוטשעט זיך מיט זיין בחור); באבי זאל זיין געזונט (מ'דארף טאקע רעדן צו איינער וואס פארשטייט); וכדומה וכדומה.
ברוך השם די רייזע איז אריבער גאנץ שנעל (כמעט א שעה) איז מען אנגעקומען קיין בארא פארק. דא בין איך פליצלינג געווארן שטאטס דזי פי עס. איינער דרייט זיך ארום צו מיר, "זאג נאר, דא איז דרייצן?" א צווייטער "נאך ווי לאנג בערך וועט דויערן ביז זעכצן?" א ירושלימ'ער איד פרעגט מיר "אוואו וואוינט דער רזנברג וואס נעמט אויף יעדן דינסטאג?" כאילו דאס איז א זאך פון וואס יעדער ווייסט צו זאגן.
ברוך השם מיין סטאפ איז אנגעקומען ווייל ווען נישט וואלט איך נאך יעצט געווען פארנומען מסביר זיין פאר יענעם לא יצלח וויאזוי מ'קומט אהן קיין שומר שבת. איין זאך איז זיכער, ס'וועט נאך נעמן א שטיק צייט ביז איך וועל האבן קוראזש ארויפצוטרעטן אויף דעם פארענדיגע גהנים
Re: ב"פ וויליאמסבורג באס
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
פרייז גייט ארויף
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:11 pm
דורך קאסטנער
וואס איז יעצט, די געז?
אפשר צאלט מען מער פאר זייער סערוויס וואס מאכט כסדר פראגרעס?...
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:14 pm
דורך [NAMELESS]
העי. די בני אמונים קאסט אים אסאך געלט
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:17 pm
דורך קאסטנער
ראשעקאל האט געשריבן:העי. די בני אמונים קאסט אים אסאך געלט
ווי אויך שטעלט ער צו א כשר'ע נסיעה וויבאלד עס איז נישט מעגליך ארויס ציקיקן פין די פענסטער..
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:30 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל: זייער "עד" קענמען אריינלייגן אין אשכול..."מאדנע טעותים אין היימישע אויסגאבעס"...
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:57 pm
דורך כוכב
היות דער פרייז פון געז איז דראסטיש נידריג איז דאך נישט מער מן היושר אז דער פרייז פון די באס זאל שטייגן.
אזא גרייזיגן צעטל איז סתם אזוי א דערנידערונג קעגן די מענטשהייט.
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 6:04 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:היות דער פרייז פון געז איז דראסטיש נידריג איז דאך נישט מער מן היושר אז דער פרייז פון די באס זאל שטייגן.
אזא גרייזיגן צעטל איז סתם אזוי א דערנידערונג קעגן די מענטשהייט.
כוכב: איינס פון די טעמים פאר דעם גרייזיגן צעטל איז, ווייל דער בעה"ב פון די קאמפאני, חוץ פון---- און ---- אינטרעסירט איהם גארנישט. נאר איך גיי דא נישט בארעדן אזא גרויסן און חשוב'ן נדבן ווי עים...וואס האט עפעס מנדב געווען (כ'ווייס נישט פונקטליך וואס...) ביי די לעצטע הכנסת ספר תורה, וואו די קינדער האבן מארשירט...!
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 6:07 pm
דורך ישמעאל הכהן
ווילאנג ער האט נישט קאמפעטישאן איז ער גערעכט.
נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:47 pm
דורך איך אויך
3x $3.25 = $9.75? אדער עם איי מיססינג סאמטינג.
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:32 pm
דורך לית דין בר נש
you are not missing anything
ער שרייבט אז מען גייט באקומען פאר 10 דאללער 3 טיקעטס מיט א קוואדער פון די דרייווער
Re: ב"פ וויליאמסבורג באס
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 12:05 pm
דורך סענס סטריט
אזא חוצפה פין אים א יעדען שני וחמישי ארויף מיט די פריייז. אין פארוואס??? פאר א פאקאקטע אביערגעפילטע אטעםלאזע באס???? ממש איך בין עס נישט משיג עס גייען דורך טויזענטער אידען יעדען טאג אויף באס אין קיינער טיט נישט גארנישט???? מ'דארף אים אינטער ברענגען
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 12:38 pm
דורך יואב
סענס סטריט האט געשריבן:אזא חוצפה פין אים א יעדען שני וחמישי ארויף מיט די פריייז. אין פארוואס??? פאר א פאקאקטע אביערגעפילטע אטעםלאזע באס???? ממש איך בין עס נישט משיג עס גייען דורך טויזענטער אידען יעדען טאג אויף באס אין קיינער טיט נישט גארנישט???? מ'דארף אים אינטער ברענגען
מ'זעט קלאר דעם שכר וואס א איד באקומט אפילו אויף דער וועלט פאר'ן ענטפערן אמן בקול רם. מעג ער צושטעלן א וואגאן ווי אפילו אפגעשוואכטע פערדן וואלטן זיך נישט געלאזט שלעפן, און דאנען, הינטער די אמן-פארקלעבטע פענסטערס שלייכן זיך אריין שווערע הונדערטער צי טויזנטער אנשים נשים וטף יעדן טאג, און דער בעל האמן ברייטערט אויס זיינע נכסים מיט ריין-אידיש געלט אן קיין שום פרעמד השפעה.
Re: ב"פ וויליאמסבורג באס
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 3:18 am
דורך או אינו
ווי עס ווייזט אויס איז מעטרא קארטלעך פאר סטודנטען פריי פון אפצאל אין פין 5:30 am ביז 8:30 pm. איר קענט פארלאנגען עקסטענדן די שעות אויב די שולע האט לענגערע שטונדען. ווייסט איינער אויב עס איז דא א סורטשטרזש פין 100 קעש ? די b110 פארלאנגט דאס.
https://new.mta.info/fares/student-metrocard
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:סענס סטריט האט געשריבן:אזא חוצפה פין אים א יעדען שני וחמישי ארויף מיט די פריייז. אין פארוואס??? פאר א פאקאקטע אביערגעפילטע אטעםלאזע באס???? ממש איך בין עס נישט משיג עס גייען דורך טויזענטער אידען יעדען טאג אויף באס אין קיינער טיט נישט גארנישט???? מ'דארף אים אינטער ברענגען
מ'זעט קלאר דעם שכר וואס א איד באקומט אפילו אויף דער וועלט פאר'ן ענטפערן אמן בקול רם. מעג ער צושטעלן א וואגאן ווי אפילו אפגעשוואכטע פערדן וואלטן זיך נישט געלאזט שלעפן, און דאנען, הינטער די אמן-פארקלעבטע פענסטערס שלייכן זיך אריין שווערע הונדערטער צי טויזנטער אנשים נשים וטף יעדן טאג, און דער בעל האמן ברייטערט אויס זיינע נכסים מיט ריין-אידיש געלט אן קיין שום פרעמד השפעה.
יואב: דאס רעכנט אריין זיינע באסעס וועלכע פארן אום שב"ק צו אטלאנטיק סיטי. (בעיני ראיתי. דור'כן פענצטער פון מיין הויז אום שב"ק אינדערפריה.)
Re: ב"פ וויליאמסבורג באס
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:38 pm
דורך או אינו
וואס איז די פשט אז ער קומט אליין קאלעקטן אנהייב חודש די 100$ פין יעדען ישיבה בחורל ? ער ווערט געצאלט פול פרייז פין די אפטיילונג פין ניו יארק סיטי עדויקעישן - קען איינער צילייגען א לינק צי זעהן וויפיל ער ווערט געצאלט?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:50 am
דורך א בני יואל
איך בין געווען יארען ציריק א מיטרייזענדער אויף די באסעס יעדען טאג אין איך האב מיך באקאנט געמאכט דעמאלטס מיט די אלטע דרייווערס הרב בלוי אין אויך הרב לאנדא אין פרענקי מיט אוביץ ווער עס געדענקט זיי
געדענק איך אז דעמאלטס האט ער געטרייט ארויפצילייגען נייע באסעס אויף די בארא פארק ליין אביר ער האט געהאט א גרויסע פראבלעים עס האט נאר געהאט איין טיר פין פארענט
למעשה האט ער עס דעמאלטס ארויפגעלייגט אפילו אפאר יודעלעך אין וויליאמסבורג האבען פארפירט אז עס איז נישט קיין צניעות ער האט נאר געוואלט ציפרידען שטעלן די רייזענדע אבער דעמאלטס האט ער געפלאנט צי אריינברענגען אגד באסעס פין ארץ ישראל אבער אין די זעלבע צייט האט ער געוואלט האלטען די באסעס נאר מיט איין טיר פאר ביז די אגד באסעס קימען אן קיין אמעריקע אין עס ווערט אפראווד ביי די DOT צי טראגען מענטשען
למעשה זענען די ווילימסבורגע קנאים געגאנגען אין מלחמה מיט עם. מהאט עם געשניטען די זיצען אין אלע נייע באסעס טויזענטער דאלארען אים שאדענס מהאט אין ציקראצט די פענסטערס אין נאך זאכען דעמאלטס אלע ס אין די נאמען פין צניעות האט ער אפגעמאכט אז ער גייט זיך מער נישט צישטעלין צי קיינעם
איך פארצייל נאר וואס איז געווען מיט כמעט צוויי אין צוואנציג יאר ציריק אין זיך עם בכלל נישט צי פארענטפערן אבער איך קען אים פארשטיין אביסעלע