בלאט 3 פון 6

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:22 pm
דורך מוח שליט
לעיקוואד האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:לעקוואד, מאך מיר אביסעל ריסערש אויב די מכירה איז חל און בערך וויפיל עולם הזהדיגע דאלרען סאיז ווערט אין איך וועל בידען אויף די פרייז וואס די וועסט באשטעטיגען.
(פאר דיין ארבעט צאל איך $20 א שעה כמעולם)

פון מיין ריסערטש (עס האט נישט אפילו גענומען קיין האלבע סעקונדע. רעכן וויפיל דאס קאסט) איז אויסגעקומען אז א עולם הבא וואס מקען פארקויפען איז נישט ווערט קיין דאלער.

פונקט ווי סטאקס דארף נישט האבען קיין אמת'ע value, דער עיקר איז נאר די resale value. דארפסטו דא אויב אזוי באטראכטען וואס איז די טשענסעס אז דער מענטש וועט במשך זיין לעבן ווערן נאכדענקליך אויף דעם סעיל זיינער. וויפיל וועט ער גרייט זיין צו באצאלען עס צוריק אפצוקויפען. ווער ווייס, אויב וועט ער זיין פארמעגליך, קען זיין אז ער וועט באצאלען אין די זעקס דידזשיטס.
אמת ער שרייבט טאקע אז מען דארף אים געבן די אפשען צוריקצוקויפן לויט די מארקעט value. אבער די מארקעט ווערט דאך געפירט לויט די ריסעיל וואליו, ממילא איז דאס באמת א גוטע שפעקולאציא.
דאס אז ער לאזט זיך איבער דעם אפשען, ווייזט אויף די גערעכטיקייט פון מיין פאזיציע אויף דעם קאממאדיטי.
עס איז דעריבער אין מיין פראפעשינאלער מיינונג א קלארער Buy.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:26 pm
דורך בן תמליון
דאס משוגעת גייט וויירעל http://blogs.forward.com/forward-thinki ... s-on-ebay/
גיבט עס א שעה איז עס אויף וואס איז נייעס. מארגן אויף פאקס ניוס און סוף וואך וועט אלבערט פרידמאן שרייבן א מוסר השכל עדיטאריעל.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:27 pm
דורך בן תמליון
מוח איר זענט אין ביזנעס.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:29 pm
דורך היימישער ליטוואק
berlbalaguleh האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס לאכט מען? מדארף אהערברענגען אונזערע חכמים ונבונים דן זיין אויב די מכירה איז חל, און אויב די תנאי וואס ער מאכט אויב וועט ער תשובה טוהן איז אויסגעהאלטען כמשפטי התנאים, און אויב סנישטא קיין חשש פון אסמכתא, דבר שלא בא לעולם, משטה אני בך, און נאך אנדערע חששות וואס קענען זיך מאכען.

עס איז דאך ידוע פיל מעשיות פון צדיקים וואס האבען פארקויפט זייער עולם הבא פאר פארשידענע סיבות, פארוואס זאל ארי מאנדעל נישט מעגן? און אויב ער וועט טאקע מאכען אפאר דאלער דערויף, איז דאך עס טאקע ווערט, ניין?

שפעטער וועט מען דן זיין וואס איז באמת דער דין פון אזא איינער, וואס לויט ווי ער רעכנט אויס האט ער למעשה אפאר זכותים, און ער שרייבט נישט אז ער איז תוהה על הראשונות, צו גייט ער טאקע באקומען עולם הבא?

ערנסט גערעדט, אל תדון את חבירך עד שתגיע למקומו. און "רחמנות האבען" און שרייבען נעבאך נעבאך,אפשר האט מען עם מאלעסטעד, וכו', אין לך דין ומשפט גדול מזה.

אקעי, יעצט בדחן וחבריו, קומטס האבען פאן..

פאר איך שרייב מיין קאמענט מוז איך אראפלייגן א דיסקלעימער. והנה: איך האב גרויס דרך ארץ און ליבשאפט פאר בית המדרש הגדול אין לעיקוואוד, און אלעס וואס דאס שטעלט מיט זיך פאר. אין די ליטא, אדער אין במ"ג, וואלט מען געהאט סחורה פאר די נעקסטע דריי זמנים. דער שקלא וטריא וואלט אנגעפולט גאנצע זשורנאלן. ביי עטליכע דינערס וואלט מען גערעדט איבער די טעמע. און מ'וואלט נאך אלץ נישט געקומען צו א מסקנא.

דו רעדסט פון שנאה. מן הסתם שנאת ע"ה לת"ח.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:31 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס האלט מיין גיהנום ביי 0?
איך בין כמעט זיכער אז ס'איז מער טייער ווי הנ"ל'ס גן עדן (א חוץ אויב זדונות נעשית זכיות, איז ער א געווינער...)

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:37 pm
דורך יידל
פארווערטס באריכט עס אויף זייער בלאג http://blogs.forward.com/forward-thinki ... s-on-ebay/

---
אופס, כבר קדמוני תמליון.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:47 pm
דורך סאשי פיש
Country of Manufacture: United states
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז מען מאכט עולם הבא אין אמעריקא.... :roll: :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:55 pm
דורך אביגדור
כי טוב סחרה מכל סחורה...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 4:56 pm
דורך סאשי פיש
עס האלט שוין ביי $12000
עס קען אנקומען ביז א מיליאן?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:00 pm
דורך שמעקעדיג
סאשי פיש האט געשריבן:Country of Manufacture: United states
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז מען מאכט עולם הבא אין אמעריקא.... :roll: :lol:

וואס הייסט, דער וואס איז מקיים די מצוות באשאפט זיינע מלאכים און זיין עולם הבא, ממילא וויבאלד ער איז א אמעריקאנער סיטיזען קומט אויס אז זיין עוה"ב איז מאנופעקטשורד אין אמעריקע...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:06 pm
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:Country of Manufacture: United states
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז מען מאכט עולם הבא אין אמעריקא.... :roll: :lol:

וואס הייסט, דער וואס איז מקיים די מצוות באשאפט זיינע מלאכים און זיין עולם הבא, ממילא וויבאלד ער איז א אמעריקאנער סיטיזען קומט אויס אז זיין עוה"ב איז מאנופעקטשורד אין אמעריקע...


מ'דארף דאס איינמעלדן פאר דאנאלד טראמפ.
אפשר וועט ער אפאטעמען איבער כינע.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:09 pm
דורך שעפטל
פאר אלע וואס חלום׳ן פון קויפן ״רחמנא ליצלן׳ס״ עוה״ב וויל איך לאזן וויסן אפאר נקודות
א) עוה״ב איז א דבר שלא בא לעולם און מ׳פסק׳נט אז מ׳קען נישט פארקויפן א דבר שלא בא לעולם
ב) איינער פון די וואס האבן נישט קיין עוה״ב איז מי שאינו מאמין בתחיית המתים (סנהדרין פרק החלק) ממילא ער האט נישט וואס צו פארקויפן
ג) די קנין קען נישט חל זיין אויב די מוכר פארשטייט נישט אדער גלייבט נישט אז ער פארקויפט עפעס ס׳איז א מקח טעות

צום שלוס: חברה עטץ מיינטס אז אין גן עדן איז דא טשאקאלאד, און אין גיהנם איז דא ג׳גרילטע אונטערשטע׳ס,? ניין!! ס׳דא א לאנגע טיש מיט גרויסע גמרות און מ׳לערנט לנצח נצחים, אהן קיין ביה״כ תירוצים,קאווע תירוצים א.א.וו. פאר איינער איז דאס גן עדן און פאר איינער איז גיהנם.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:14 pm
דורך יואב
תפסת מרובה לא תפסת.
דער עולם איז יעצט סתם אויף א מיסיע אנצופילן די צייט, און מ'יאגט ארויף דעם פרייז פאר שוואוילטאג.
אפאר מאות וואלט נאך געוועהן עפעס א חכם וואס זאל איינגיין אויפן געשעפט.
שוין, כ'האב דאך אים ג'בעהטן. איין מאל, צוויי מאל, אבער ג'טאפט א וואנט.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:18 pm
דורך סאשי פיש
עס האלט שוין איבער $25000

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:20 pm
דורך יואב
שעפטל האט געשריבן:פאר אלע וואס חלום׳ן פון קויפן ״רחמנא ליצלן׳ס״ עוה״ב וויל איך לאזן וויסן אפאר נקודות
א) עוה״ב איז א דבר שלא בא לעולם און מ׳פסק׳נט אז מ׳קען נישט פארקויפן א דבר שלא בא לעולם
ב) איינער פון די וואס האבן נישט קיין עוה״ב איז מי שאינו מאמין בתחיית המתים (סנהדרין פרק החלק) ממילא ער האט נישט וואס צו פארקויפן
ג) די קנין קען נישט חל זיין אויב די מוכר פארשטייט נישט אדער גלייבט נישט אז ער פארקויפט עפעס ס׳איז א מקח טעות

צום שלוס: חברה עטץ מיינטס אז אין גן עדן איז דא טשאקאלאד, און אין גיהנם איז דא ג׳גרילטע אונטערשטע׳ס,? ניין!! ס׳דא א לאנגע טיש מיט גרויסע גמרות און מ׳לערנט לנצח נצחים, אהן קיין ביה״כ תירוצים,קאווע תירוצים א.א.וו. פאר איינער איז דאס גן עדן און פאר איינער איז גיהנם.

וואס רעדסטו ? 10G איז דארטן דא.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
האלט שוין ביי 50 אלפים!!

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:24 pm
דורך אוהב דעת
US $60,000.00

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:24 pm
דורך שמעקעדיג
75,000

העכערט זיך יעדע סעקונדע מיט נאך אפאר טויזענט.
אינטרעסאנט וואס די מענטשן טראכטן...
ווען זיי גיבן מיר די געלט האבן זיי א גרעסערע שטיק עוה"ב ווי יענעם...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:25 pm
דורך סאשי פיש
עס האלט שוין ביי 80 אלפים!!!...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:26 pm
דורך smart
איך גלייב אזס ביי די מצב פון יעצט איז עס שוין סתם א דשאויק די גאנצע מעשה ווי אנדערע האבן געברענגט אז מען קוקט ווער זענען די וואס בידען אז די זיינע פאר חברים לצים טוען עס

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:27 pm
דורך שמעקעדיג
וואס הייסט ליצנות? זיי שרייבן דאך אונטער אז זיי מוזן עס קויפן!

90,000$

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:28 pm
דורך דעת תורה
דאס איז דאך סתם ליצנות, איינער פון די בידערס פלאנט דען ערנסט צו קויפן? און וואס איז די פשט אז מען זעט די זעלבע נעמען בידן איינמאל און נאכאמאל אפילו קיינער האט נישט געבידט אינצווישן? בקיצור, עס שמעקט פון א סקעם.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:29 pm
דורך שמעקעדיג
איבער 90 אלפים