בלאט 3 פון 7
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:27 pm
דורך אביגדור
יא.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:33 pm
דורך הקטן
ok, צוביסלעך רינען ארויס די אשר קרכניקעס, א בקי בעירובין, האבענדיג עס אדורכגעלערענט מיט'ן טשעבינ'ע רב נאך אין טשעבין אינדערהיים איז געווען די אשר קרך אויף 48, אפגעקילט דעם ענין.
גיימער ווייטער
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:38 pm
דורך שרייבער
איך מיין רבי פישל הערשקאוויטש קען נאך אזוי גוט עירובין ווי דער רב זז"ג שווער
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:39 pm
דורך הקטן
איך בין זיכער ער האט אויך געהייסען אנדערע אים נאך טון, און האט אוודא מוחה געווען אויף אלע אנדערע אידען וואס טראגן, אזויווי אלע עלטערע אידן פון ירושלים, אן אויסנאם.
א קלייניקייט! חשש איסור דאורייתא!!!
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:42 pm
דורך הקטן
שרייבער האט געשריבן:איך מיין רבי פישל הערשקאוויטש קען נאך אזוי גוט עירובין ווי דער רב זז"ג שווער
דער רב זז"ג שווער האט
אויך געמאכט - you are missing the point
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:42 pm
דורך למדן
היימישער ליטוואק האט געשריבן:באבלס זאלן בוסטן און רבנים זאלן פסק'ן על פי תורה!!
ווען רבנים וועלן פסק'ן ע"פ תורה וועלן אלע באבלס האפנטליך באסטן
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:48 pm
דורך שרייבער
הקטן האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:איך מיין רבי פישל הערשקאוויטש קען נאך אזוי גוט עירובין ווי דער רב זז"ג שווער
דער רב זז"ג שווער האט
אויך געמאכט - you are missing the point
איך פארשטיי
נו אויב איז ער ממליץ טוב אויף אים אז ער האט געמעגט מער דאך ר' פישל אויך
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:53 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'שטערט מיר זייער דעם אויסדרוק "אשר קרך" אויף א מורה הוראה מובהק.
שטעל דיך פאר איינער דא אין שטיבל, נישט איך, שרייבט: רבי שלמה'לע באבובער איז געווען דער אשר קרך אנצוטוהן פרויענישע בעקיטשעס (נוסח באבוב: בעקישעס)... כ'גלייב ס'וואלט דיר געבאדערט. אפילו ס'איז אמת (כ'מאך נאר א משל).
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:53 pm
דורך newkave
לכאורה האט די טשעבינער רב ז'ל דורכגעטון מסכת עירובין מיט א יונגער בחור...
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 2:57 pm
דורך איך אויך
ווארף אריין א ווארט אין
מיין אשכול, דו הייבסט נישט אן צו מאכן סענס היינט.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 3:05 pm
דורך הקטן
פארוואס איבער שרייבן היסטערי ?!?
" ... והיו אלפי רבבות ישראל מיקירי ירושלים נושאים משא בחוצות ירושלים ע"פ הוראת רבם באין מוחה ומערער".
חזון אי"ש או"ח בקונטרס השיעורים סי' ל"ט או"ק ה
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 3:10 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'שטערט מיר זייער דעם אויסדרוק "אשר קרך" אויף א מורה הוראה מובהק.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 3:13 pm
דורך חלום
ס'קוקט מיר אויס אז דער קלויזענבורגער ברענגט ארויף בייז בליט
דעטס אולל!!
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 3:21 pm
דורך קאווע טרינקער
חלום האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז דער קלויזענבורגער ברענגט ארויף בייז בליט
דעטס אולל!!
כי כשמך כן חלומותיך.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 3:33 pm
דורך חלום
קאווע טרינקער האט געשריבן:חלום האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז דער קלויזענבורגער ברענגט ארויף בייז בליט
דעטס אולל!!
כי כשמך כן חלומותיך.
זייער גוט!!
אבער לויט ווי כ'געדענק מימי בחרותי וואס כ'האב געלערנט אין באבוב עטליכע יאר, האבן זיי געהאט צו איהם גאנץ א קנאפע אהבה..
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 3:41 pm
דורך קינות גירושין
חלום האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז דער קלויזענבורגער ברענגט ארויף בייז בליט
דעטס אולל!!
סדערמאנט פון די מעשה אז די קלויזעבורגער האט אמאל מוחה געווען אז דער באבאווער רב האט ״מחלל שבת געווען ברבים״ האט ער געזאגט איך ווייס נישט אויב סבאדערט עם די חילול שבת אדער דעם ברבים....
וואס איז טאקע דארט פארגעגאנגען?
ב. ד. וו. איז שוין דא א אשכול פון די עירוב פרשה אין ק.ש. ?
אדער סאיז נאך געווען קודם הלידה
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 3:43 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'שטערט מיר זייער דעם אויסדרוק "אשר קרך" אויף א מורה הוראה מובהק.
שטעל דיך פאר איינער דא אין שטיבל, נישט איך, שרייבט: רבי שלמה'לע באבובער איז געווען דער אשר קרך אנצוטוהן פרויענישע בעקיטשעס (נוסח באבוב: בעקישעס)... כ'גלייב ס'וואלט דיר געבאדערט. אפילו ס'איז אמת (כ'מאך נאר א משל).
וואלטיר אויך געשטערט ווען איינער שרייבט אזוי אויפן בעל ויואל משה אדער אויף עני ערליכע סאטמארע איד? אדער דארף מען הייסן אלישיב אדער זיין א קלויזענבורגער אז סזאל דיר שטערן?
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 3:50 pm
דורך הקטן
געכאפט דעם אשר קרך, באבעל באסטער און אפקילער פין ירושלים
שמעתי מפי ר' בן ציון יאדלר זצ"ל, שלאחר שהגאון בעל האדר"ת זצ"ל עלה לא"י, ביוזמת הגאון הישיש הרב שמואל סאלאנט זצ"ל, קרא הרב האדרת לר' בן ציון יאדלר ואמר לו בלחישא, שהיות וחושש שמא במשך ימי רבנותו בליטא נהנה מאיזה כספים שלא כדין, לכן רוצה לעשות ממעותיו איזה תיקון לצרכי רבים, וע"כ מבקש ממנו לתקן עירוב על חשבונו. אחר שעשו החשבון כמה ממון יצטרכו עבור עשיית העירוב והחזקתו, נתייסד העירוב בירושלים החדשה (נחלת שבעה, בית ישראל וכו').
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:19 pm
דורך chosen people
איך מיין אז ער איז אין א פארמעסט, וויפיל לייקס ער קען באקומען פון זר זהב אין איין טאג.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:19 pm
דורך ממרום שלח אש
הקטן האט געשריבן:געכאפט דעם אשר קרך, באבעל באסטער און אפקילער פין ירושלים
שמעתי מפי ר' בן ציון יאדלר זצ"ל, שלאחר שהגאון בעל האדר"ת זצ"ל עלה לא"י, ביוזמת הגאון הישיש הרב שמואל סאלאנט זצ"ל, קרא הרב האדרת לר' בן ציון יאדלר ואמר לו בלחישא, שהיות וחושש שמא במשך ימי רבנותו בליטא נהנה מאיזה כספים שלא כדין, לכן רוצה לעשות ממעותיו איזה תיקון לצרכי רבים, וע"כ מבקש ממנו לתקן עירוב על חשבונו. אחר שעשו החשבון כמה ממון יצטרכו עבור עשיית העירוב והחזקתו, נתייסד העירוב בירושלים החדשה (נחלת שבעה, בית ישראל וכו').
מען קען נישט נעמען געלט פון ליטא און מאכן צרכי רבים אין ירושלים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:36 pm
דורך קאווע טרינקער
@ קינות'ל, די מעשה גייט אזוי.
מהר"ש מבאבוב האט אמאל אפגעראכטען א שמחת בית השואבה בבית מדרשו, צוליב דעם וואס אין די סוכה האבן די מקפה'ס גע'סרח'ט, דהיינו ס'געגאנגען א רעגן.
די אלטע סיטשינע רבי, האט אויף דעם געזאגט אז באבובער רב האט מחלל געווען שם שמים ברבים. ווען בנו ר' נפתלי'טשע האט דאס געהערט, האט ער מגיב געווען כנ"ל: כ'ווייס נישט וואס שטערעט אים מער, חוץ לסוכה אדער דעם ברבים.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:44 pm
דורך איינגעמיירעט
ווען מענדיגט א צורת הפתח אויף די גאנצע שטאט ווערט די גאנצע שטאט אזוי ווי איין גרויסע אפארטמענט בילדינג, ד.ה. אסאך קליינע רשות היחיד,ממילא מוז מען מאכען א עירובי חצירות צו קענען טראגען פון די הויז רשות היחיד צו די גאס רשות היחיד און דאס האט שלמה מתקן געווען.
ווי פלעגט די רבי זאגען אז מלערנט נישט קען מען נישט
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:47 pm
דורך היימישער ליטוואק
ניין - אויב עס איז א רשות הרבים קען מען דאס נישט מתקן זיין מיט בלויז א צוה"פ.
פסק'ן נישט פון בויך ארויס!