בלאט 3 פון 4

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:31 pm
דורך לך לך
מענין לענין ר' יואליש פילט זייער נישט גוט
(פרעג מיר נישט וויאזוי ר' געציל פילט.. העי)

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 1:22 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: יא. שמעקעדיג. אזוי האלט איך. איך בין נישט מער ווי א בערל בעל עגלה. אבער דאס איז מיין מיינונג. דו מוזסט נישט האלטן אזוי. איט'ס עי פרי קאנטרי... :lol:

:roll: :?:

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:10 am
דורך signout
עמעזאן האט געשריבן:צו זאגן אז ר' יואליש איז מער פון ר' געציל איז א פגם אין די כבוד פון ר' געציל??

ר' געציל איז קלאר א תלמיד חכם פארט נישט א ר' יואליש
שוין לאנג געזעהן אז די מעסט מען די גאונות לויט די פארטיי ליניעס.. קריך ארויס פין דיין באקס אין פרעג דיך נאך וועמענס פסק די גאס (נישט סאטמאר) וועט ענדערש אננעמן (אפגערעדט אויב ר' יואליש'ס פסק איז בכלל א נומבער חוץ ביי זיין קרייז)

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:31 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: יא. שמעקעדיג. אזוי האלט איך. איך בין נישט מער ווי א בערל בעל עגלה. אבער דאס איז מיין מיינונג. דו מוזסט נישט האלטן אזוי. איט'ס עי פרי קאנטרי... :lol:

:roll: :?:

שמעקעדיג: יא. וואס איז די וואונדער. איך האב מקדים געווען די תשובה פאר די שאלה איז נאך געפרעגט געווארן...בבחינת טרם יקרא ואני אענה...אדער ס'איז דא אן אנדער פשט אין פרקי אבות...!

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:39 pm
דורך יעקב מענטש
היסטאריקער האט געשריבן:עמעזאן » מאנטאג יוני 19, 2017 2:01 pm

קרעקער האט געשריבן:
וואלגערט זיך דא טיטלעך בקי בכל התורה כולה.....
כמיין וויפל שטיקער נתיבות קען רבי יואליש? ער קען אפילו איין תשובות מהרלב"ח אדער מהרשד"ם?
די תורה ענדיגט זיך נישט ביי הל' שבת און הל נדה אדער דברי יואל
וויפיל נתיבות? וויפיל עס איז דא אין ספר. וועלכע תשובות ספרים ער האט אפגעלערנט בין איך נישט באקאנט איך קען מברר זיין אז דו ווילסט.

סתם לידיעתך מען רעדט נישט דא פון א ר' געציל...



יעקב מענטש האט געשריבן:
ברוך בער האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:נו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.


איר זאגט בלשון הרב קרעציג ווערעמיג. אין 1939 איז ארויס א דייטשער פילם דער עוויגער זשיד וואס האט ג'משל'ט דאס אידנטום צו ראטן וואס ברויכן פארניכטעט ווערן. מיטן שטארקן אויפגעקלערטקייט איז גוט צו וויסן אז ב'טיטלען מענטשן קרעציג וכו' ווייזט אויף א געפערליך צוריקגעשטאנענקייט.

און ביליג-קייט. נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אן אמת'ער עובד השם, וואס זיין איינציגע עוולה איז דאס האבן שיטות וואס דולה ומשקה האלט פאר עקסטרעם.


איך זע אז ר' געצל'ס כבוד באדערט דיך נישט, וואס האסטו טענות אויף דולה?

@שמעקעדיג אנטשולידיגט פארן ציטירן..

הרב @היסטאריקער, איך בין בכלל נישט דא צו פארמעסטן רבי געציל ווס. ר' יואליש, ביידע הייסן גרויסע ת"ח, און ווער בין איך בכלל זיי צו מעסטן, דא האט איינער גערעדט בלשון מגונה אויף רבי יואליש, האב איך אים געענטפערט, דעטס אלל.

איינער האט דא בארעדט ר' געציל? סך הכל טענה'ט דער יעניגער איז "ער" האלט אז ר' יואליש קען מער לערנען פון ר' געציל (במח"כ, זייער א קינדערישע גערעדאכץ) נו? איך קען אים עפעס אפווענדן? אפשר איז ער גאר ר' יושע כהן און ער ווייסט...

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 11:16 pm
דורך גאנצל
אפילו ער זאל לעבן נאך 100 יאר און לערנען 20 שעה גייט ער נישט זיין קיין ר' געציל........

פארפאלן איך מוז מודה זיין די זאליס זענען אייזען

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 11:33 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:אפילו ער זאל לעבן נאך 100 יאר און לערנען 20 שעה גייט ער נישט זיין קיין ר' געציל........

פארפאלן איך מוז מודה זיין די זאליס זענען אייזען

אה זעהסטו צו דאס האב איך געוואלט צוקומען ר' געציל איז מער סעל כשרון נישטא וואס צו רעדן.
אבער ר' יואליש לערנט פלייסיגער און דעקט מער.

דאס איז חוץ די אנדערע מעלות וואס א ת''ח דארף צו האבן חוץ תורה כמבואר בגמ'

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 11:36 pm
דורך גאנצל
לערנט מער און דעקט מער

דעס איז אייגענע סטאטיסטיקס ? אדער האסט אויפגענומען א פרייוועט קאמפעני צו דערגיין ? אדער ס'איז דיר סתם אזוי גוט אזוי צו טראכטן ?

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 11:38 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:לערנט מער און דעקט מער

דעס איז אייגענע סטאטיסטיקס ? אדער האסט אויפגענומען א פרייוועט קאמפעני צו דערגיין ? אדער ס'איז דיר סתם אזוי גוט אזוי צו טראכטן ?

דאס קען זיך יעדער איבערצייגען. ווער עס וואוינט אין קר''י און דרייט זיך ביי די 2 אידען.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 11:40 pm
דורך גאנצל
אה יעדער........ אקעי ווילאנג ס'ליגט ביי יעדן וועל מיר עס לאזן ביי יעדן.............. מ'דארף אהער ברענגען יעדער און פרעגן

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:34 am
דורך ליפא
קען איינער לייגן א בילד פון דעם איד

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:39 am
דורך גאנצל
ס'איז דא א באקאנטע קליפ פון אים ווי ער האט זיך געשטעלט פאר א ווידיאוי רעדן צו איינעם וועגן סידור קידושין

אבער איך ווייס נישט צו מ'מעג עס קוקן ווייל ס'ברענגט צו לאכן פון א תלמיד חכם....................

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:18 am
דורך berlbalaguleh
גאנצל:דו דערמאנסט מיך פון א צווייטן לאכענדיגן עפיזאד. א מאמר פון א גרויסן תלמיד חכם. הרב ישראל מ. סופר. איינס פון צווישן זיינע אנדערע שטותים וואס ער האט געשריבן איז געווען ביי די מלחמה פון ..."צוק איתן"...ווען די מדינת ישראל מיליטער איז אריין קיין עזה. דער מצב איז געווען אז די מיליטער איז נישט גלייך אריין. נאר זיי האבן געווארט א פאר טעג ביי די גרעניץ. האט מען דארט געזעהן אז די פרייע סאלדאטן זענען ממש משוגע געווארן פאר ליידיגיין. א טייל האבן זיך אפילו געשטעלט אויפ'ן קאפ. און געמאכט אלערליי קונצן. אבי אנצוברענגען די צייט. און להבדיל. די ערליכע סאלדאטן האבן געמאכט מניינים. מ'האט געדאוונט און געלערנט שיעורים...! האט הרב סופר ברוב חכמתו געזאגט אז מ'טאר נישט קוקן אויף די קליפס וואו מ'זעהט די אידן דאווענען און לערנען ווייל מ'קען קומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים... :lol:

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:02 pm
דורך אינטערסאנטער
ווער עס וואוינט אין קרית יואל יארן לאנג ווייסט קלאר אז ר' יואליש פאקט איין ר' געציל הונדערט מאל. הונדערטער מאל האט ר' געציל - אין די צייטן וואס מען האט נאך געמעגט - געשיקט שאלות צו ר' יואליש ווייל ער האט נישט געקענט ענטפערן.

נאך היינט וועט דיר ר' געציל צומאל קענען זאגן אז די הלכה ווייס איך נישט, ר' יואליש איז נישט דא א סעיף קטן אין גאנץ ד' חלקי שולחן ערוך וואס ער האט נאך נישט דורכגעאקערט.

יא תשובה ספרים קען ר' געציל מער, און שרייען הויך אין בית מדרש ביים דאווענען קען ר' געציל אויך מער, אבער ד' חלקי שולחן ערוך מיט די אלע גדולי אחרונים קען ר' יואליש פיל מער.

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 12:01 am
דורך גאנצל
איינער דמיונט הויעך.........

נישט נאר ר' געציל נאר ר' ישראל חיים מנשה פלעגט אויך שיקן אלע זיינע שווערע שאלות וואס ר' פישעלע האט נישט געקענט ענפערן געשיקט צו ר' יואליש

און דאס איז נאר וואס יעדער וואס וואוינט אין קר"י ווייסט אבער פאר די וואסוואינען דארט און ווייסן נישט האט די רבי זי"ע געפרעגט אלע זיינע פריוואטע שאלות ביי ר' יואליש און די דיינות אין קר"י האט ער אויך בעצם געמיינט ר' יואליש ער האט נאר געזאגט ר' געציל..........

כל דצריך ייתי ווער עס איז אין די מאאד צו צולייגן צום דמיון ייתי ודמיון

געפעלט מיר נאר א נייע פריש געבוירענע דרגה אמת אז 'תשובה ספרים' קען ר' געציל מער אבער ד' חלקי שו"ע קען ר' יואליש בעסער

1)פון וואס רעדן תשובה ספרים אז נישט פון ד' חלקי זיי רעדן פון ספארט'ס ?........... און ווי גלייך מ'קען איבערהיפן שו"ע און קענען נאר תשובה ספרים א מין נייע אויסטרעף ?

2)להוי ידוע פסקנען פסקעט מען נישט פון שו"ע ונושאי כליו עפ"י רוב ...... דער געבוי צופאלט

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 12:24 am
דורך שמעון וואלף
דולה ומשקה האט געשריבן:נו זאל ער לעבען ווי לאנג ער וויל, ער האט שוין אויף געטוהן זיינס, יעצט איז הכל ריוח.
אויסער פאר עטליכע קרעציגער וועט ער קיין פארלוסט נישט זיין. מציאות.


די גרויליגסטע תגובה פון די אשכול.

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 12:38 am
דורך שמעון וואלף
מ'טענה'ט זיך דא פאר פייער און פאר וואסער. קען איינער ברענגן עטליכע אינטערעסאנטע עובדות אדער מימרות פון ר' יואליש. אנשטאטס זיין ביזי וואס "יעדער" זאגט און וואס "יעדער" האלט, לאמיר ליינען עפעס אינטערעסאנט.

איך קען נישט ר' יואליש פערזענדליך און איך ווייס נישט וואספארא גאון ער איז אבער איך האב געהערט פון אנדערע וואס קענען אים אז ער איז א מתמיד עצום און עובד השם. ווידער אויף ר' געציל, (וועם איך קען אויך נישט) מקור האב איך געהערט בלויז איבער זיין התמדה אלץ בחור (קען זיין אז ס'גייט נאכאלץ אן, איך ווייס נישט). איך האב גראדע געהערט אז ער איז קיינמאל געווען צו פאפיולער אלץ דיין און די סיבה דערצו איז ווייל ער איז מחמיר ביי נשים שאלות. ער איז אויך באקאנט אלץ פרייליכער מענטש וואס האט ליב צו מאכן ווערטלעך

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 9:36 am
דורך סאדאם חוסעין
שמעון וואלף האט געשריבן:מ'טענה'ט זיך דא פאר פייער און פאר וואסער. קען איינער ברענגן עטליכע אינטערעסאנטע עובדות אדער מימרות פון ר' יואליש. אנשטאטס זיין ביזי וואס "יעדער" זאגט און וואס "יעדער" האלט, לאמיר ליינען עפעס אינטערעסאנט.

איך קען נישט ר' יואליש פערזענדליך און איך ווייס נישט וואספארא גאון ער איז אבער איך האב געהערט פון אנדערע וואס קענען אים אז ער איז א מתמיד עצום און עובד השם. ווידער אויף ר' געציל, (וועם איך קען אויך נישט) מקור האב איך געהערט בלויז איבער זיין התמדה אלץ בחור (קען זיין אז ס'גייט נאכאלץ אן, איך ווייס נישט). איך האב גראדע געהערט אז ער איז קיינמאל געווען צו פאפיולער אלץ דיין און די סיבה דערצו איז ווייל ער איז מחמיר ביי נשים שאלות. ער איז אויך באקאנט אלץ פרייליכער מענטש וואס האט ליב צו מאכן ווערטלעך

ר' יוליש איז א מתמיד עצום געהאט א שוואכע קאפ, זיך געמיטשעט און דאך געווארן א דיין,
ר' געציל האט אייביג געהאט א באמבע קאפ ער איז טאקע אנגעקומען אסאך אסאך מער ווי ר' יואליש, די מעשה איז נאר אז אין הקב"ה מונה הדפים אלא השעות. וואס דאס ווייס איך שוין נישט ווער עס האט מער.
נאך איין חילוק איז דא אז ר' יוליש איז זייער תמימות'דיג און מען קען אים איינרעדן וואס מען וויל משא"כ ר' געציל רעדט צו יעדעם און ווען מען גייט אים עפעס זאגן גייט ער זיך גוט נאכפרעגן און פארשטען וואס עס איז אמת און וואס נישט[ עס האט אויך מיט די ברייטע קאפ אדער שוואכע קאפ ודו"ק]

צו ר' געציל איז מחמיר מאכסטו מיר לאכן ווייל יעדער ווייסט אז ווען מען דארף א קילא פרעגט מען ר' געציל, איך אליין האב שוין געפרעגט צענליגע מאל ר' געציל קיינמאל נאך נישט געהערט אז עס איז נישט כשר,
מען זאגט אז ער זאגט עס איז כשר. לאז מיר עס זעהן, זאגן אז ער איז א מחמיר איז די גרעסטע ליצנות, אזוי ווי צו זאגן אז אין סקווירא איז נישט דא קיין שווארצע גלעזער.

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:30 pm
דורך signout
איך האלט לגבי די ראב''ד ר' שלום לאנדא, אז ר' שלום קען זיך פארשטעקן פאר ר' יואליש'ס התמדה קען זיין ר' שלום האט א שטארקע קאפ אין קען בעסער צאמברענגן תשובות אין פוסקים אבער דאס תמימות פין ר' יואליש אין זיינע ד' אמות של הלכה קען ר' שלום זיך נישט פארמעסטן מיט אים

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 4:37 pm
דורך שמעון וואלף
אנטשולדיגט פאר'ן שרייבן אין די אשכול אבער וויבאלד מ'רעדט שוין פון ר' געציל וועל איך נאר צולייגן וואס כ'האב געהערט. ווען מ'האט אים אויפגענומען אלץ דיין און מ'האט אים אנגעהויבן דרייען א קאפ איבער אינטערשרייבן קול קורא'ס און אנדערע כתבי פלסטר האט ער מודיע געווען אז עני צעטל וואס קהל וויל ארויסגעגעבן און ס'האט די חתימה פון ריח"מ פ"מ, קען מען אויטאמאטיש צולייגן זיין חתימה אויך. די וואס ווילן זיין חתימה זענען צופרידן און די וואס ווילן נישט קענען נישט האבן קיין טענות אויף אים.
דאס הייסט א קלוגע איד

נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 8:12 am
דורך [NAMELESS]
און אז מ'רעדט שוין פון ר' שלום לאנדא וויל איך נאר צולייגן אז....
ניין, איך וויל בעסער נישט צולייגן...

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 1:06 pm
דורך דולה ומשקה
דער עובד ה' יומם כלילה טראגט שווערע דאגות, ער האט בעל כרחו געמוזט צו מאכען זיין גמרא...
https://www.youtube.com/watch?v=dh2W3G3uE5c

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 1:06 pm
דורך דולה ומשקה
נאך איינס פון דעם 'הדיוט' קופץ בראש...
https://www.youtube.com/watch?v=61AkalwC7Mw