נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:35 pm
די גאנצע גאולה הענגט אויף א חוט השערה אויף א האר, די מענען ווילן דוקא זיך שערן און די פרויען ווילן דוקא נישט, זאל יעדער טוען זיין פליכט און שלום על ישראל
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=4104
berlbalaguleh האט געשריבן:chosen people האט געשריבן:די פראבלעם איז אז מוסדות וואס אמאל האבן א גרויסע חלק פון די טאטענס געשטיצט די בארד און א חלק מאמע'ס האבן געברענגט זייער קינדער און חדר מיט זייער קאר, למשל וויען, זענען פרימער געווארן און זיי נעמען נישט אן היינט צוטאגס טאטע'ס וואס שטיצען אדער מאמע'ס וואס דרייווען.
בית שפרה מרים איז נישט קיין ליטווישע סקול עס איז אן עכטע פרימע סקול.
און בית רחל איז שוין היינט אזוי גרויס מען דארף עכט האבן פראטעקציע אריין צו שיקן דארט אפי' די האסט אלע דיינע קינדער געשיקט דארט.
די אמת איז אויב איינער וויל עפענען א מוסד איז מאנסי זייער גרינג צו עפענען ווייל צו טרעפן תלמידים איז גאנץ גרינג, ווייל זייער אסאך זענען נישט אריין געשטעלט אין א פארטיי, און אויכט עס איז דא דארט אלע סארט מענטשן.
און די סארט מענטשן זוכן א מוסד וואס מאכטצעך נישט משוגע און מאכט נישט משוגע א צווייטן און נעמען אן אידישע קינדער צו לערנען תורה און געיבן א אידישן ערליכן חינוך.